שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי בארואיגט מען די פאניק פון די מלחמה אין אוקריינא?
אמונה, מוהרא"ש, פחדים, מלחמה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ליין אייערע בריוון און איך הער אייערע שיעורים און ניגונים, יישר כח פאר די ניגונים געמאכט ספעציעל פאר די יעצטיגע מלחמה לאגע אויף דער וועלט, עס איז שטארק מחזק אין אמונה.


איך וויל זיך באציען צו דאס וואס איר האט געזאגט ביי א דרשה, איר פרעגט דארט וואס איז די פארגעניגן פון מענטשן זיך אריינצולייגן אין א פאניק פון די מלחמה, און איר ענטפערט אז עס איז פשוט אז אזוי דארף מען זיך נישט אפגעבן מיט די אייגענע פראבלעמען, מען דארף נישט אוועקלייגן די שטריימל נאך שבת, און מען דארף נישט קער נעמען פון זיך.


איך וואונדער זיך אויף א מנהיג ישראל זאל נישט פארשטיין אז מענטשן פאלן באמת אריין אין א פאניק פון די מלחמה, אודאי זענען דא אינגעלייט ליידיגייערס וואס זיצן און פארברענגען די נעכט אין בית המדרש און זיי האבן א תירוץ נישט אהיימצוגיין ווייל עס איז דא א מלחמה, אבער דער חלק פון פאניק דאס איז א זאך וואס געשעט אויטאמאטיש.


איך זע עס ביי מיר אליין, איך קום אין בית המדרש און מען רעדט נייעס, איך וואלט ווען געוואלט גיין אין וואלד, איך וויל נישט הערן קיין נייעס, אבער וואו מ'גייט און וואו מ'שטייט רעדט מען פון די מלחמה, רוסלאנד איז אריין אין אוקריינא, עס פאלט א פחד צו הערן, עס איז נאכנישט געווען אזא זאך זייט דייטשלאנד איז אריין אין פוילן. און אז איינער קען א טראפ חשבון, זעט ער אז דער פוטין איז עלול אויף צעדרייטע זאכן און דער אמעריקאנער פרעזידענט איז אויך נישט אינגאנצן ביים זינען, און אין איין רגע קען ווערן א שרעקליכע מלחמה רחמנא ליצלן.


אמאל איז אמעריקא געווען אויף די אנדערע זייט וועלט, אבער היינט איז די וועלט זייער קליין, אין איין רגע קען חס ושלום פאסירן דאס ערגסטע רחמנא ליצלן, סיי די נוקלאערע מעגליכקייטן סיי די סייבער מעגליכקייטן וואס קען מאכן אז אין אפאר טעג זאל נישט זיין קיין ברויט פאר די קינדער. די פאניק קומט פון זיך אליין, דער מח לויפט, וואו וועל איך לויפן? וואו וועל איך גיין?


איך האב אויך געליינט די שאלה וואס איינער האט לעצטנס געפרעגט וועגן די מלחמה, די שאלה איז שטערקער פון די תשובה, ער שרייט דאך אזוי אמת'דיג: "איך דערמאן זיך די מעשה ווי דער רבי איז געווען בייז ווען מ'האט אים געזאגט אז די גזירות וואס מען האט דעמאלט געשמועסט איז גארנישט, ער איז נישט געווען צופרידן פון די וואס זאגן אז דער אייבערשטער וועט עס זיכער נישט טון צו אונז. וואס טו איך? ווי אזוי געב איך זיך אן עצה? עס ווערט ערגער פון טאג צו טאג, יעצט הער איך אז עס איז פיל ערגער פון וואס איך האב געמיינט, ביי קאראנא האב איך אויך געפאניקט, אבער איך פיל ווי די אלע זאכן וואס האבן זיך אפגעשפילט די לעצטע פאר יאר איז נאר געווען אן הכנה צו דאס ערגסטע" עד כאן לשונו, און ער זאגט דאך אזוי גוט און אמת'דיג.


איך פארשטיי אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שטארקע מח, שטארקע נערוון, און ווערט נישט אזוי שנעל איבערגענומען פון פחד און פאניק, אבער אלס א מנהיג פון אזויפיל הונדערטער טויזענטער אידן וואס הערן אייך אויס, דארפט איר וויסן אז 80 אדער 90 פראצענט פון די מענטשהייט זיצט אין שרעק און פאניק, עס שפילט זיך אפ שוידער אין קאפ, חס ושלום איך וויל נישט טראכטן וואס איך טראכט.


אנטשולדיגט פאר'ן אזוי מאריך זיין, אבער איך האף אז אפשר וועט ארויסקומען פון דעם א שיינע קלארע ענטפער, אדער א תפילה, וואס וועט העלפן אידישע קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, י"ט אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שטארקע מח און שטארקע נערווען - קען יעדער איינער האבן; שטארקע נערווען און א שטארקע מח באקומט מען דורך אמונה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם. זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלֹא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס גייט ארויף אויף די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


ווען א מענטש נעמט אריין אין זיך די אמונה איז דא אן אנדערע חשבון; ווען מען חזר'ט די אמונה אז עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דער אייבערשטער איז 'מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל', לעבט מען רואיג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט פארפאסט א ניגון אויף די ווערטער ווען ער פלעגט גיין אין וואלד רעדן צום אייבערשטן; עס איז אים געווען זייער שווער אין אנהויב, ער האט מורא געהאט צו זיין אליינס אין וואלד, פון די חיות וכו', האט ער זיך אונטערגעזינגען די ווערטער: "מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עָלְּמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְּמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל, וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", ער האט דאס גע'חזר'ט אן א שיעור, ביז ער האט שוין נישט געהאט קיין שום פחד פון קיינעם, פון דעם איז געווארן די שיינע ניגון אויף די ווערטער.


איך האב א גוטע עצה פאר דיר, חזר זיך די שטיקל צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געגעבן - וועסטו זיך גוט אויסלאכן פון אלע נייעס, דו וועסט באקומען א שטארקע מח און שטארקע נערווען.


צוואת מוהרא"ש, אות ח:


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.


דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.


אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.