תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יארן צוריק האב איך געטראפן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, און דאס האט מיר זייער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, איך האב זיך צוגעכאפט צו די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און כאטש וואס ס'איז מיר געווען זייער שווער, האב איך זיך געשטארק צו רעדן און בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, וויסנדיג אז נאר אין דעם ליגט מיין ישועה.
מיט די צייט בין איך אבער געווארן אפגעשוואכט פון דעם, ווייל איך זע אז נישט אלץ קומט אן די ישועה וואס איך דארף, איך קען בעטן אויף א זאך איינמאל און נאכאמאל, גאר אסאך מאל, און די ישועה קומט נישט אן. איך ווייס און איך גלויב אז קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד, דער אייבערשטער נוצט עס פאר וויכטיגערע זאכן, און אזוי ווייטער, אבער למעשה מאכט דאס שווערער דאס בעטן דעם אייבערשטן, ווייל איך דארף דאך יעצט די ישועה אויף וואס איך ווארט.
לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, אז איינער זאל מיר זאגן אז אויב איך שלעפ א ריזן הויפן ציגל וועט ער מיר צאלן פאר דעם גאר אסאך געלט, וואלט איך געלאפן עס טון אפילו ס'איז שווער. אבער ווען ער הויבט מיר אן זאגן אז ער גייט מיר נאר צאלן יעדע צוואנציגסטע אדער דרייסיגסטע מאל וואס איך שלעפ עס, און ס'קען זיין ער וועט מיר איגנארירן, און ס'קען זיין ער וועט ערשט צאלן א יאר ארום, אדער וועט ער מיר טון אנדערע טובות אנשטאט דעם; דאן פארלירט מען שוין די חשק פון די גאנצע זאך.
איך זוך נישט צו זאגן משלים און תורות, איך וויל ארויסברענגען מיינע ספיקות און שוועריקייטן. אין אנהויב ווען איך האב געשפירט אז איך דארף נאר עפענען די מויל און די ישועה איז שוין אויפ'ן וועג, האב איך עס געטון מיט גרויס חשק, אבער אז איך זע אז ס'איז נישט אזוי פשוט, פארליר איך די חשק און געשמאק אין דעם.
איך רעד נאך ווייטער צום אייבערשטן, ווי אזוי קען איך אבער זיך צוריק אנצינדען די ארגיניעלע חשק וואס איך האב געהאט אין דעם ווען כ'האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן אמונה, ווייל ווען מען האט א שטארקע אמונה הייבט מען אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, אין מיר און נעבן מיר'; דעמאלט רעדט זיך פון זיך אליינס צום אייבערשטן, מען שפירט נישט ווי מען שלעפט ציגל, דעמאלט איז דער משל נישט דומה צום נמשל.
רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין שווערע עבודה, רעדן צום אייבערשטן ווערט אזוי ווי אטעמען; אזוי ווי קיינער ערווארט נישט ער זאל באקומען א ישועה ווען ער אטעמט, מען ערווארט נישט צו באקומען עפעס ביים אטעמען, יעדע אטעם איז א חלק פון לעבן; אזוי אויך ווערט דאס רעדן צום אייבערשטן א חלק פון לעבן, מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין דבוק צום אייבערשטן, מען וויל זיין צוגעקלעבט צו אים.
מוהרא"ש זאגט, מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, אבער אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דעמאלט הייבט ער אן האבן קשיות און ספיקות, מען הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער וויל נישט צו הערן מיינע תפילות', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט - ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיה נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיט'ן מענטש.
די עצה איז מען זאל בעטן אויף דעם; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אמונה, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, איך וויל גלייבן אין דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל שטענדיג געדענקען פון דיר. הייליגער באשעפער, איך ווייס נישט פארוואס מיט מענטשן קען איך רעדן, איך געב אוועק אזויפיל שעה צו רעדן און שמועסן מיט מענטשן און ווען עס קומט צו רעדן צו דיר - גייט מיר דאס אזוי שווער, פארוואס קען איך נישט רעדן צו דיר? איך וויל שפירן ווי דו ביסט דא מיט מיר, איך וויל דיר זען, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר".
די ווערטער זאלסטו בעטן אן א שיעור מאל ביז דו וועסט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר און הערט דיר אויס, דעמאלט וועסטו מער נישט שפירן ווי דו שלעפסט שווערע ציגל וכו', דו וועסט שפירן א זיסע און געשמאקע טעם אין דיין לעבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.