שאלה אין קורצן ענין
#14 - ווי אזוי האסטו זיך אזוי געטוישט און געווארן אזוי רואיג?
חסידות ברסלב, מחלוקת, ספרי ברסלב, דרשות, התחדשות, התנגדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר אונז, אלע שיעורים, ניגונים, בריוו, איך האב נישט גענוג ווערטער צו קענען דעם אייבערשטן פאר דעם גרויסן אור וואס איך האב זוכה געווען צו טרעפן פאר בערך צוויי יאר צוריק.


איך האב נישט אויסגעזאגט פאר קיינעם אז איך האלט מיט די שיעורים, אבער פאר עטליכע חדשים צוריק האט מיין ווייב מיר געפרעגט וואס איז געשען מיט מיר, "דו האסט אזוי שטארק זיך געטוישט צום טון, ביסט אלעמאל רואיג, אלעס איז דער אייבערשטער, האסט אנגעהויבן לערנען און דאווענען, דערציילן מעשיות פון תפלה, האסט אוועקגעווארפן דיין סמארטפאון, דיין כיבוד אב ואם האט זיך אינגאנצן געטוישט", האב איך איר דעמאלט דערציילט איבער דעם גרויסן אור וואס איך האב געטראפן.


מיין משפחה איז געווען אויף געהאקטע צרות, צוויי געשוויסטער האבן פרובירט זיך צו נעמען דאס לעבן רחמנא ליצלן, אנדערע צוויי זענען אויף שווערע טעראפי, מען האט מיר אויך פרובירט צו שיקן אויף טעראפי עטליכע מאל, איך האב אבער ברוך ה' געטראפן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און זייט דעמאלט האט מיין לעבן אויפגעשיינט. איך האב ברוך ה' שוין געענדיגט איבער צען מאל משניות, איך ענדיג יעצט נ"ך, איך האב ברוך ה' שיעורים אין רבינ'ס ספרים, אין ליקוטי הלכות, אין ירושלמי, און נאך.


איך וויל פשוט זאגן א גרויסן יישר כח, איך האב נישט געוואוסט ביז יעצט וואו איך קען שיקן א בריוו צום ראש ישיבה שליט"א, יעצט בין איך געוואויר געווארן, און איך האב געמוזט זיך באדאנקען.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן אסאך כח אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט, און איך בין אסאך מתפלל אז איך זאל זוכה זיין צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט"א פערזענליך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז ממש אזוי ווי דו זאגסט, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט א גרויסער ערליכער איד. דער הייליגער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס, די לעצטע ווערטער פון די מעשה זאגט דער רבי (ספורי מעשיות, מעשה יג): "און איך הייל זי"; דער רבי מיט זיינע עצות און חיזוק - היילט אונז, ווער עס הערט דעם רבינ'ס ווערטער און לערנט דעם רבינ'ס ספרים - ווערט אויסגעהיילט.


ליידער רעדט מען אויפן רבי'ן און אויפן רבינ'ס תלמידים כל דבר אסור, דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון רבי'ן און פון זיינע תלמידים, דער הייליגער רבי האט דערציילט (שם, מעשה ז', מזבוב ועכביש) פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף די וועלט, גיי זוך דיר אן עצה", איז ער אוועק געגאנגען און ער איז צוריק געקומען מיט אן אלטיטשקער אן איינגעבויגענער, זיי האבן זייער געלאכט און געזאגט אז זיי האבן שוין אן עצה, און די נשמה קען שוין אראפקומען אויף דער וועלט.


וואס איז די עצה פונעם סמ"ך מ"ם? מוהרא"ש זאגט אז זיין עצה איז אז ער פארשעמט דעם רבי'ן; דאס וואס מיר ליידן ביז היינט פון דעם וואס מענטשן מיינען אז ברסלב איז א פלאץ פון משוגעים און מטורפים, דאס איז אלס א מניעה וואס דער סמ"ך מ"ם שטעלט אוועק אז מען זאל מורא האבן פון ברסלב, מען זאל נישט לערנען דעם רבינ'ס ספרים און מען זאל זיך צוריק האלטן פון האבן שייכות מיט ברסלב'ער חסידים.


ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים אדער הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, במשך די צייט ווערט מען נתהפך, מען ווערט א נייער מענטש, מען ווערט געזונט און מען ווערט א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קענט איר זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכער איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד", און רבי נתן זאגט (שם): "וְגַם אֲפִילּוּ עַכְשָׁו", אויך יעצט, נישט נאר אמאל, "כְּשֶׁלּוֹמְדִין דְּבָרָיו הַקְּדוֹשִׁים", ווער עס לערנט דעם רבינ'ס ספרים און הערט שיעורים פון רבינ'ס עצות, "יֵשׁ לָהֶם גַּם כֵּן כֹּחַ גָּדוֹל לְעוֹרֵר לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", האט דאס א שטארקע כח אויפצואוועקן דעם מענטש זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן, "לִזְכּוֹת לְדַרְכֵי ה' בֶּאֱמֶת", זוכה זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט אן אמת, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - ווי אזוי מאך איך זיכער איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש?
תפילה והתבודדות, צדיקים, היכל הקודש, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל דאנקען און לויבן דעם הייליגן באשעפער פאר'ן טרעפן אזא גוטע ראש ישיבה וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן. איך האב אנגעהויבן מיטהאלטן די שיעורים נישט צו לאנג צוריק, און איך האב שוין געענדיגט סדר זרעים און סדר מועד פון משניות.


איך וויל פרעגן ווי אזוי איך קען זיכער מאכן אז איך זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון דעם הייליגן פלאץ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווען דו ביסט זיך מתבודד זאלסטו דערציילן דעם אייבערשטן וויאזוי דו האסט אויסגעזען פאר דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, וואס דער רבי האט געטון מיט דיר און וואס דער רבי טוט מיט דיר נאכאלץ.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן דעמאלט איז מען זייער פארפלאמט, מען איז זייער צוקאכט; עס הויבט זיך אן נייע זאכן מיט לערנען, מיט דאווענען און מיט שפירן דעם אייבערשטן. במשך הזמן ווערט דאס א חלק פונעם לעבן, דעריבער קען פאסירן אז מען פארגעסט וכו'; דארף מען כסדר דערציילן דעם אייבערשטן דעם גאנצן אמת, ווער בין איך, ווי אזוי קוק איך אויס אן דעם הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#12 - ווי אזוי בלייבט מיט די חשק צו רעדן צום אייבערשטן?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, אמונה, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יארן צוריק האב איך געטראפן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, און דאס האט מיר זייער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, איך האב זיך צוגעכאפט צו די עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און כאטש וואס ס'איז מיר געווען זייער שווער, האב איך זיך געשטארק צו רעדן און בעטן יעדע זאך דעם אייבערשטן, וויסנדיג אז נאר אין דעם ליגט מיין ישועה.


מיט די צייט בין איך אבער געווארן אפגעשוואכט פון דעם, ווייל איך זע אז נישט אלץ קומט אן די ישועה וואס איך דארף, איך קען בעטן אויף א זאך איינמאל און נאכאמאל, גאר אסאך מאל, און די ישועה קומט נישט אן. איך ווייס און איך גלויב אז קיין איין תפלה גייט נישט לאיבוד, דער אייבערשטער נוצט עס פאר וויכטיגערע זאכן, און אזוי ווייטער, אבער למעשה מאכט דאס שווערער דאס בעטן דעם אייבערשטן, ווייל איך דארף דאך יעצט די ישועה אויף וואס איך ווארט.


לאמיר עס מסביר זיין מיט א משל, אז איינער זאל מיר זאגן אז אויב איך שלעפ א ריזן הויפן ציגל וועט ער מיר צאלן פאר דעם גאר אסאך געלט, וואלט איך געלאפן עס טון אפילו ס'איז שווער. אבער ווען ער הויבט מיר אן זאגן אז ער גייט מיר נאר צאלן יעדע צוואנציגסטע אדער דרייסיגסטע מאל וואס איך שלעפ עס, און ס'קען זיין ער וועט מיר איגנארירן, און ס'קען זיין ער וועט ערשט צאלן א יאר ארום, אדער וועט ער מיר טון אנדערע טובות אנשטאט דעם; דאן פארלירט מען שוין די חשק פון די גאנצע זאך.


איך זוך נישט צו זאגן משלים און תורות, איך וויל ארויסברענגען מיינע ספיקות און שוועריקייטן. אין אנהויב ווען איך האב געשפירט אז איך דארף נאר עפענען די מויל און די ישועה איז שוין אויפ'ן וועג, האב איך עס געטון מיט גרויס חשק, אבער אז איך זע אז ס'איז נישט אזוי פשוט, פארליר איך די חשק און געשמאק אין דעם.


איך רעד נאך ווייטער צום אייבערשטן, ווי אזוי קען איך אבער זיך צוריק אנצינדען די ארגיניעלע חשק וואס איך האב געהאט אין דעם ווען כ'האב אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מטות-מסעי, כ"ד תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בעט אסאך דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו האבן אמונה, ווייל ווען מען האט א שטארקע אמונה הייבט מען אן שפירן 'דער אייבערשטער איז דא, דער אייבערשטער איז מיט מיר, אין מיר און נעבן מיר'; דעמאלט רעדט זיך פון זיך אליינס צום אייבערשטן, מען שפירט נישט ווי מען שלעפט ציגל, דעמאלט איז דער משל נישט דומה צום נמשל.


רעדן צום אייבערשטן איז נישט קיין שווערע עבודה, רעדן צום אייבערשטן ווערט אזוי ווי אטעמען; אזוי ווי קיינער ערווארט נישט ער זאל באקומען א ישועה ווען ער אטעמט, מען ערווארט נישט צו באקומען עפעס ביים אטעמען, יעדע אטעם איז א חלק פון לעבן; אזוי אויך ווערט דאס רעדן צום אייבערשטן א חלק פון לעבן, מען וויל שוין גארנישט, מען וויל נאר זיין דבוק צום אייבערשטן, מען וויל זיין צוגעקלעבט צו אים.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט אז א מענטש קען רעדן צו זיין חבר לאנגע שעות פון כל מיני זאכן, על דא ועל הא, און ווען עס קומט צו רעדן צום אייבערשטן קען ער נישט עפענען זיין מויל ארויס צו זאגן אפילו איין ווארט; דאס קומט פון חסרון אמונה, מען שפירט נישט דעם אייבערשטן און מען זעט אים נישט, מען שפירט ווי 'קיינער הערט מיר נישט אויס' - דאס מאכט עס זאל זיין שווער צו רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סב): "וּבֶאֱמֶת, אִם הָיָה יוֹדֵעַ הָאָדָם יְדִיעָה בְּלֵב שָׁלֵם, 'שֶׁמְּלֹא כָל הָאָרֶץ כְּבוֹדוֹ', וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹמֵד בִּשְׁעַת הַתְּפִילָּה, וְשׁוֹמֵעַ הַתְּפִילָּה, וַדַּאי הָיָה מִתְפַּלֵּל בְּהִתְלַהֲבוּת גָּדוֹל, וְהָיָה מְדַקְדֵּק מְאֹד לְכַוֵּן אֶת דְּבָרָיו", ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט ביי זיך קלאר אז דער אייבערשטער שטייט נעבן אים בשעת ער דאווענט און ער הערט אויס יעדעס ווארט וואס ער בעט, וואלט דער מענטש געדאווענט אזוי ווי עס דארף צו זיין און ער וואלט מכוון געווען יעדע איינציגע ווארט ווי אזוי ער זאגט עס ארויס, אבער אז מען האט נישט קיין שטארקע אמונה, ווער רעדט נאך ווען א מענטש זינדיגט אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן - דעמאלט הייבט ער אן האבן קשיות און ספיקות, מען הייבט אן טראכטן 'דער אייבערשטער וויל נישט צו הערן מיינע תפילות', אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל אָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה לָאָדָם", די עבירות וואס א מענטש טוט - ברענגען אריין אין אים שלעכטע מחשבות פון כפירה אינעם אייבערשטן, אזוי ווי דער נביא זאגט (ישעיה נט, ב): "כִּי אִם עֲוֹנֹתֵיכֶם הָיוּ מַבְדִּלִים בֵּינֵכֶם לְבֵין אֱלֹקֵיכֶם, וְחַטֹּאותֵיכֶם הִסְתִּירוּ פָנִים מִכֶּם מִשְּׁמוֹעַ", אייערע עבירות טיילן אפ צווישן אייך אינעם באשעפער; דאס מאכט עס זאל זיך שפירן ווי דער אייבערשטער איז נישט מיט'ן מענטש.


די עצה איז מען זאל בעטן אויף דעם; בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט האבן אמונה, זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך וויל האבן א שטארקע אמונה, איך וויל גלייבן אין דיר, איך וויל דיר שפירן, איך וויל שטענדיג געדענקען פון דיר. הייליגער באשעפער, איך ווייס נישט פארוואס מיט מענטשן קען איך רעדן, איך געב אוועק אזויפיל שעה צו רעדן און שמועסן מיט מענטשן און ווען עס קומט צו רעדן צו דיר - גייט מיר דאס אזוי שווער, פארוואס קען איך נישט רעדן צו דיר? איך וויל שפירן ווי דו ביסט דא מיט מיר, איך וויל דיר זען, איך וויל האבן א שטארקע אמונה אין דיר".


די ווערטער זאלסטו בעטן אן א שיעור מאל ביז דו וועסט אנהייבן שפירן ווי דער אייבערשטער שטייט נעבן דיר און הערט דיר אויס, דעמאלט וועסטו מער נישט שפירן ווי דו שלעפסט שווערע ציגל וכו', דו וועסט שפירן א זיסע און געשמאקע טעם אין דיין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#11 - ווי אזוי קען איך זיך צוריק אויפפרישן אזוי ווי אמאל?
בחור, התחדשות, עבודת השם, יום טוב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איר האט נישט קיין אנונג וויפיל אידן איר זענט מחיה מיט אייערע געוואלדיגע שיעורים, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך בין אן אכצן יעריגער בחור, אלס יונגער בחור אין ישיבה קטנה, און אויך א יאר צוויי שפעטער, האב איך זייער פלייסיג געלערנט, איך האב זייער מצליח געווען אין ישיבה, איך בין אויפגעשטאנען יעדן טאג פרי, געלאפן אין מקוה, געדאווענט און געלערנט, ס'איז געווען א מחי'.


אבער אין די לעצטע יאר צוויי איז מיר געווארן זייער שווער, איך האב נישט קיין געדולד מער צו לערנען, איך באקום קאפ ווייטאג פון לערנען, און איך בין געווארן היבש נאכגעלאזט. דאס איז אויסער די שוועריקייטן וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ובפרט אויף א בחור, ווי אויך האב איך שוועריקייטן אין די משפחה מיט מיינע געשוויסטער, איך האב איין שוועסטער וואס איז ליידער זייער שטארק געפאלן, זי איז אריינגעפאלן אין דראגס און אין שלעכטע זאכן, און דאס מאכט זייער שווער דער מצב אין שטוב, איך ווייס נישט ווי אזוי איך דארף זיך פירן מיט איר.


אויסער דעם איז מיר זייער שווער יעדעס מאל פאר ס'קומט א יום טוב. לעצטנס איז געווען דעם יום טוב שבועות, און איך איך האב אזוי מורא געהאט וואס ס'וועט זיין די גאנצע נאכט פון שבועות. באלד קומט שוין די הייליגע טעג, און איך קען אפילו נישט טראכטן ווי אזוי איך וועל דורכמאכן די לאנגע תפלות.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען העלפן און מחזק זיין.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פנחס, ט"ו תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געהאט א תלמיד רבי שאול מטעפליק זכרונו לברכה, ער איז געווען א גרויסער עובד ה', ער האט געדאווענט און געלערנט מיט א געוואלדיגע ברען; ממש אזוי ווי דו שרייבסט, ווי עס פלעגט זיין ביי דיר - אויפגעשטאנען פרי, געלאפן אין מקוה, געדאווענט און געלערנט. איינמאל איז רבי נתן געווען אין טעפליק און צוזעענדיג זיינע עבודות, ווי ער דינט דעם אייבערשטן מיט אזא התלהבות, האט אים רבי נתן געזאגט: "שאול שאול, איך האב פון דיר נאך נישט קיין הנאה; ווען איך וועל זען ווי דו פאלסט אראפ און דו הייבסט זיך צוריק אויף און דו דינסט ווייטער דעם אייבערשטן, דעמאלט וועל איך הנאה האבן פון דיר".


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ו): "כְשֶׁרוֹצֶה אָדָם לֵילֵךְ בְּדַרְכֵי הַתְּשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון, "צָרִיךְ לִהְיוֹת בָּקִי בַּהֲלָכָה", דארף וויסן אז נישט אלץ גייט מען אויף ארויף, מען דארף זיין באקאנט ווי אזוי צו גיין מער און מער און מען דארף זיין באקאנט ווי אזוי מען גייט אויף צוריק; דער רבי רופט דאס אן "בָּקִי בְּרָצוֹא, בָּקִי בְּשׁוֹב". ווייל אויב מען ווייסט נאר פון איין וועג, מען ערווארט צו גיין העכער און העכער, נאכדעם ווען מען זעט אז מען גייט נישט העכער און העכער ווערט מען צעפאלן.


דעריבער זאלסטו זיך שטארקן בעבודת השם, דו זאלסט ווייטער דינען דעם אייבערשטן לויט דיינע כוחות וואס דו האסט; זיי מקפיד צו דאווענען די דריי תפילות יעדן טאג און זיי זיך קובע צו לערנען אביסל תורה. מאך זיך א שיעור אין חומש רש"י מיט'ן תרגום - יעדן טאג אביסל, נאכדעם זאלסטו לערנען אביסל משניות און גמרא, לערן ווי אזוי עס גייט, אז דו פארשטייסט איז גוט און אז דו פארשטייסט נישט, דו קענסט זיך נישט מצמצם זיין דיין מח מחשבה צוליב די אלע שוועריקייטן וואס גייען אריבער אויף דיר - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט דער אייבערשטער האבן גרויס תענוג און פרייד פון דיר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט פאר זיין תלמיד: "ווען איך וועל זען ווי עס גייט איבער און דו וועסט זיין שטארק, דעמאלט וועל איך הנאה האבן פון דיר".


בנוגע דיין אנגעצויגנקייט וואס דו האסט פון ימים טובים; טו וואס דער רבי פלעגט טון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי, וְשֶׁל בָּנַי, וְהַתְּלוּיִים בִּי - עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן טאג געב איך איבער פאר'ן אייבערשטן דעם גאנצן טאג און אלעס וואס איך דארף ערלעדיגן - סיי פון מיר און סיי פון מיינע קינדער, אז דער אייבערשטער זאל טון ווי אזוי ער פארשטייט.


"וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך - זאגט דער רבי - ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פאר'ן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד", אזוי בין איך רואיג און פרייליך ווי אזוי דער שבת און יום טוב פירט זיך, איך דארף נישט איבער טראכטן און איבער קלערן צי איך האב גוט געטון צי נישט.


איך בעט דיר נאכאמאל, שטארק זיך און ווער נישט צעפאלן; זוך נישט צו נאכמאכן דיינע אלטע צייטן, דין דעם אייבערשטן לויט די יעצטיגע מצב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - די עצות האבן מיר געראטעוועט
תשובה, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך האב זיך פשוט געוואלט זייער שטארק באדאנקען פאר די ענטפער וואס איך האב באקומען, דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר זייער גוט אפגעטייטשט און מיר זייער גוט פארשטאנען.


עס איז מיר ממש ליכטיג געווארן מיט די צוויי עצות, איינס צו פרובירן צו זיין נאר פרייליך, און צווייטנס נישט צו ציילן וויפיל טעג איך בין שוין נישט דורכגעפאלן, נאר בעטן יעדן טאג דעם אייבערשטן צו זיין פון יעצט אן ערליכער איד.


א גרויסן יישר כח פאר די צוויי גוטע מתנות, און פאר'ן מיר מקרב זיין צום הייליגן רבי'ן, און פאר'ן מיר רופן "מיין טייערער ליבער חבר".


דער אייבערשטער זאל אייך באצאלן מיט אלעס גוטס אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, איר זאלט ווייטער קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט מתוך שמחה און הרחבת הדעת.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בהעלותך, י"ז סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אסאך מענטשן זענען זיך טועה מיט דעם, מען ציילט די טעג ווילאנג מען איז נישט אראפגעפאלן אין עבירות, מען נעמט די גאנצע כח אויף ווייטער נישט צו זינדיגן - פון ציילן די טעג; 'עס איז שוין צען וואכן וואס איך בין א שומר הברית', 'שוין דריי חדשים וואס איך האב נישט פוגם געווען וכו', וכו''. דאס איז נישט קיין אידישע וועג און דאס ברענגט נישט קיין גוטס, ווייל א מענטש איז דאך נישט קיין מלאך, און נאכדעם ווען מען פאלט אראפ ווערט מען זייער צעבראכן און מען געבט אויף אינגאנצן.


דעם רבינ'ס וועג איז זיך צו שטארקן און אלץ אנהייבן פונדאסניי; אפילו מען איז אראפגעפאלן זאל מען זיך גלייך אויפהייבן און ווייטער דינען דעם אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר; אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶער נָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן"; מען טאר זיך נישט צעברעכן פון גארנישט אויף די וועלט, אפילו מען זעט זיך ווי מען פאלט אראפ אין נישט גוטע זאכן דארף מען ווייטער דינען דעם אייבערשטן און תשובה טון אויף די עבירות.


עס איז גוט דו זאלסט לערנען אין אנהייב פונעם ספר שבחי הר"ן (סימן ה, ו), דארט וועסטו זען ווי אזוי דער רבי האט זיך געפירט. "הָיָה רָגִיל לְהַתְחִיל בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", דער רבי האט שטענדיג אנגעהויבן פונדאסניי, "דְהַיְינוּ כְּשֶׁנָּפַל מִמַּדְרֵגָתוֹ לִפְעָמִים לֹא הָיָה מֵיַיאֵשׁ עַצְמוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", ווען ער איז אראפגעפאלן פון צייט צו צייט פון זיין עבודת השם האט ער נישט אויפגעגעבן, "רַק אָמַר שֶׁיַּתְחִיל מֵחָדָשׁ כְּאִלּוּ לֹא הִתְחִיל עֲדַיִן כְּלָל לִכָּנֵס בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַךְ", נאר ער האט געזאגט איך הייב אן פונדאסניי, כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געטון די עבודה, "רַק עַתָּה הוּא מַתְחִיל מֵחָדָשׁ", נאר יעצט הייבט ער אן פונדאסניי. "וְכֵן בְּכָל פַּעַם וּפַעַם תָּמִיד הָיָה רָגִיל לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", אזוי פלעגט דער רבי אלץ אנהייבן פונדאסניי, "וְהָיָה לוֹ כַּמָה הַתְחָלוֹת בְּיוֹם אֶחָד", אין איין טאג האט ער אפאר מאל נאכאמאל אנגעהויבן פון פריש, "שֶׁגַּם בְּיוֹם אֶחָד לִפְעָמִים נָפַל מֵעֲבוֹדָתוֹ וְהָיָה מַתְחִיל מֵחָדָשׁ וְכֵן כַּמָּה פְּעָמִים בְּיוֹם אֶחָד", אפילו אין איין טאג אליינס האט ער זיך שטענדיג באנייט; דאס איז די אידישע וועג, דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


די וועג פון ציילן די טעג איז א נייע וועג וואס האט זיך אריין געכאפט פון די גוי'שע מעטאדן, פון נארישע פראגראמען וואס דארפן צו העלפן מענטשן ארויסקריכן פון עבירות; אבער עס איז א גרויסער לאך אין קאפ, ווייל נאר די תורה וועג, נאר די וועג פון צדיקים - ראטעווען און שלעפן ארויס פון עבירות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - ווי אזוי האט מען זיך צוריק אויפגעבויעט, נאך די ביטערע צווייטע וועלט קריג?
התחזקות, התחדשות, היסטאריע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער ראש ישיבה האט מיר דערציילט אז ער האט געליינט דעם ספר "גור אריה יהודה", פון מיין זיידע רבי יודל ראזענבערג ע"ה, און דער ראש ישיבה האט הנאה געהאט צו זען ווי אזוי ס'האט זיך געבויט די סאטמארע מוסדות אין די ערשטע יארן אין אמעריקא.


וויל איך בעטן אויב דער ראש ישיבה קען אביסל מער מאריך זיין וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם? און אויך ווי אזוי האבן זיי טאקע מצליח געווען אנצופאנגען פון פריש נאך אזא גרויסע חורבן רחמנא ליצלן, אן קיין געלט און אן קיין מענטשן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט שייך אראפצושרייבן דאס גרויסקייט פון די אידן פונעם פריערדיגע דור וואס זענען אריבער דעם ביטערן קריג. נאכדעם וואס זיי האבן אלעס פארלוירן, זייער גאנצע משפחה, און זיי האבן זיך געטראפן נאכן קריג 'אחד מעיר, ושנים ממשפחה' - טראץ דעם גרויסן חורבן וואס זיי האבן צוגעזען מיט זייערע אייגענע אויגן האבן זיי נישט געקוקט אויף גארנישט נאר צוריק אויפגעשטעלט מיט מסירות נפש א נייע דור פון אידישע קינדער.


מיר קוקן זיך אן ווי מיר ווערן אזוי צעפאלן ווען עפעס גייט נישט אזוי ווי מיר ווילן, פון יעדע קלייניקייט ווערן מיר ממש אויסער זיך און מען איז מלא טענות אויף יעדע קלייניקייט וכו', בשעת וואס די אידן פונעם פריערדיגן דור האבן געהאט אויף וואס צו וויינען און קרעכצן, און מיט דעם אלעם האבן זיי נישט געקרעכצט און געוויינט נאר געטון למעשה, אנגעהויבן פונדאסניי אויפצושטעלן א נייעם דור פארן אייבערשטן.


איך האב געליינט אינעם ספר "גור אריה יהודה", וואו עס איז באשריבן אז ווען דיין זיידע ר' יודל עליו השלום האט געהערט אז דער רבי זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן, וואס דעמאלט זענען ווי פארשטענדליך אלע געפארן צו דו לויה קיין קרית יואל, האט ער געזאגט: "איך בלייב אין קעמפ מיט די קינדער, איך וויל נישט איבערלאזן די קינדער"; דאס האט מיר זייער באנומען. ווייל פון איין זייט איז ער דאך געווען פון די געטרייסטע תלמידים ביים רבי'ן, ער איז געווען דער ערשטער מלמד פון די סאטמאר'ע חדר, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר מיט זעקס קינדער.


הגם היינט קוקט מען אן די מוסדות פון סאטמאר בלי עין הרע ווי עס באשטייט פון צענדליגער טויזנטער קינדער כן ירבו, אבער ווען עס האט זיך אנגעהויבן איז דאס געווען זייער שווער; ווען דער רבי האט אים געבעטן צו זיין מלמד האט ער געזאגט פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין גמרא, האט אים דער רבי געגעבן א גמרא פון זיין פריוואטע ש"ס וואס איז געווען אריין געשריבן דעם נאמען פונעם הייליגן קדושת יו"ט זכותו יגן עלינו, א "מסכת ביצה יומא סוכה". עס איז נישט געווען קיין פלאץ וואו צו מאכן די חדר, האט אים דער רבי געזאגט אז ביז דערווייל זאל ער מאכן די חדר ביי זיך אין שטוב. דער רבי האט אים צוגעזאגט אז ער וועט אים באצאלן יעדע סוף וואך, און איינמאל האט אים דער רבי געזען דאנערשטאג אין שול, דיין זיידע איז נישט צוגעגאנגען בעטן זיין געהאלט פונעם רבי'ן, נאר דער רבי איז צו אים צוגעגאנגען און געזאגט: "גלייב מיר, איך האב נאך נישט פאר מיר אליינס אויף שבת"; אזוי האט ער געבויט דעם חדר און די קעמפס מיט אזא מסירות נפש.


עס האט מיר אויך זייער באנומען צו ליינען וואס דיין באבע האט דערציילט, אז ווען דער רבי האט געזאגט פאר דיין זיידע: "איך וויל האבן א קעמפ", איז דיין זיידע אהיים געקומען און איר געזאגט: "איך גיי מאכן א קעמפ", האט זי אים אנגעקוקט מיט וואונדער: 'ווי? וואס? ווען? דו גייסט מאכן א קעמפ?! ווי אזוי גייסטו מאכן א קעמפ?!' (דא רעדט מען נישט פון עפעס אן עושר וכו', דא רעדט מען פון א מענטש וואס האט קוים געהאט פאר זיך צו לעבן) האט ער אויפגעהויבן זיינע צען פינגער און איר געזאגט: "אז דער רבי האט מיר געזאגט ער דארף א קעמפ וועל איך עס בויען מיט מיינע צען פינגער".


מיט דעם אלעם, ווען עס איז געווען די פטירה פון רבי'ן האט ער געזאגט פאר אלעמען אז ער פארט נישט צו די לוי' נאר ער בלייבט מיט די קינדער זיי ווייטער מחנך זיין.


זעט מען וואס הייסט א געטרייער מחנך פאר אידישע קינדער, אז ער לאזט נישט אפ די קינדער אפילו פאר די חשוב'סטע זאך. אזוי ווי דער רמב"ם פסק'נט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ב'): "וְאֵין מְבַטְּלִין הַתִּינוֹקוֹת, וַאֲפִלּוּ לְבִנְיַן בֵּית הַמִּקְדָּשׁ", מען טאר נישט מבטל זיין קינדער פון לערנען תורה אפילו מען דארף זיי האבן צו העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער רמב"ם זאגט דאס איבער נאכאמאל (פרק א' מהלכות בית הבחירה, הלכה יב): "וְאֵין מְבַטְּלִין תִּינוֹקוֹת שֶׁל בֵּית רַבָּן לַבִּנְיָן", מען טאר נישט שטערן די קינדער פון לערנען אפילו מען דארף זיי האבן צו בויען דעם בית המקדש; לכאורה פארוואס שרייבט דער רמב"ם די הלכה נאכאמאל אין הלכות בית הבחירה? זאגן צדיקים אז חוץ פון די הלכה אין הלכות תלמוד תורה - אז קינדער דארפן לערנען און טארן זיך נישט מבטל זיין פאר גארנישט, איז דאס אויך א דין אין בויען דעם בית המקדש; אונז צו ווייזן אז דער בית המקדש קען נישט געבויט ווערן נאר אז די קינדער זיצן און לערנען. מיט דעם וואס מען לערנט מיט קינדער, דאס אליינס העלפט אז דער בית המקדש זאל אויפגעבויט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן אויך האבן א חלק אין אויפבויען אידישע קינדער צום אייבערשטן.

#8 - איך האב פארלוירן מיין געפיל, ווי אזוי קען איך זיך צוריק אויפפרישן?
חסידות ברסלב, נסיונות, התחדשות, עבודת השם

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע וואכן וואס איך פלאג זיך געפערליך, און איך הער אויך פון מיינע ארומיגע אז לעצטנס בין איך נישט ביי זיך געהעריג, אפשר וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיר קענען העלפן.


איך האב אלעמאל געהאט נסיונות, אזוי ווי יעדער מענטש אויף דער וועלט, אבער בחסדי ה' האב איך געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, דורך די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און זייט איך האב אנגעהויבן פאלגן די עצות פון רבי'ן, איז מיין גאנצע לעבן אנדערש געווארן.


שוין א לאנגע תקופה וואס איך פאלג דעם רבי'ן, איך בין יעדן טאג מעביר סדרה, איך לערן א בלאט בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך, רמב"ם, ח"י פרקים משניות , רבי'נס ספרים, מסכתא תענית, און נאך. דאס האט מיר געגעבן סיפוק אין לעבן, און דאס האט מיר שטארק ארויסגעהאלפן מיט די נסיונות.


עס האט אזוי אנגעהאלטן מיט געשמאק בלויז ביז עטליכע וואכן צוריק. ס'קלאפט שוין נישט, און ס'ארבעט שוין נישט, יעצט שפיר איך שטארקע שוועריקייטן מיט'ן היטן די אויגן, מיט שמירת הברית וכו', וואס נאך קען איך טון? ס'איז דא נאך עפעס עצות וואס איך האב נאכנישט געהערט דערפון? אויסער צו לערנען די לימודים שיעורים כסדרן, גיין אין מקוה, תיקון הכללי, בעטן דעם אייבערשטן. ווייל די אלע זאכן טו איך שוין, און עס גייט מיר זייער שווער.


איך בעט זייער דער ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן און ענטפערן, ווייל יעדן טאג ווערט עס נאר ערגער פון נעכטן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מצורע, ה' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שטארק זיך, גיי ווייטער מיט דיין עבודות השם, זיי ממשיך מיט דיינע שיעורים כסדרן און מיט דיינע אנדערע עבודות.


טראכט נישט אז דאס וואס דו גייסט אריבער איז א נפילה. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה", אין דעם זענען זיך די ערליכע אידן טועה, "שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", ווען זיי זעען ווי זיי פרובירן צו זיין גוט און ערליך און פלוצלינג פאלן זיי אראפ וכו', "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה, וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת, שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ", דאס איז נאר א דמיון וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אינעם מענטש ווען ער איז מצליח און ער קען שוין גיין ווייטער אין די קדושה, דעמאלט מאכט ער אז דער מענטש זאל האבן חלישות הדעת, ספיקות און מניעות וכו', אבער מען טאר נישט קוקן אויף דעם נאר ווייטער דינען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - איך מאך א פעסטע החלטה, איך גיי זיין אן ערליכער איד
לימוד התורה, התחדשות, עבודת השם, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק, ספעציעל וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי א שיעור, "פארוואס טראכסטו דו קענסט נישט זיין קיין ערליכער איד? פרוביר נאכאמאל, אפשר דאס מאל ביסטו שוין שטערקער, וועט עס יא גיין, זיי נישט אזוי ווי דער עלעפאנט וואס געבט אויף אלס קינד", דאס האט מיר זייער מחזק געווען און איך האב אפגעמאכט מיט א זייער שטארקע החלטה, איך הייב אן פון יעצט זיין אן ערליכער איד, עס גייט מיר גארנישט אן אויב איך וועל נאכאמאל אראפפאלן, איך גיי נישט אפלאזן דעם אייבערשטן.
איך גיי אנהייבן נאכאמאל און נאכאמאל און נאכאמאל ביז איך וועל זיכער ווערן אן ערליכער איד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ז אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז זייער אינטערעסאנט ווי אזוי מען טרענירט בעלי חיים; צום ביישפיל, דער גרויסער שטארקער עלעפאנט בינדט מען צי ווען זי איז גאר קליין, זי פרובירט זיך אויסצורייסן אבער זי קען נישט, זי פרובירט איין מאל, צוויי מאל, ביז זי זעט אז עס איז נישטא וואס צו טון; אזוי בלייבן זיי געבינדן זייער גאנץ לעבן, זיי ווייסן נישט אז ווען זיי וואלטן פרובירט נאך איין מאל יעצט ווען זיי זענען שוין שטארק, גרויס און מעכטיג - וואלטן זיי זיך גרינגערהייט געקענט באפרייען.


אזוי אויך איז מיט'ן מענטש, מען וויל אפילו נישט פרובירן נאכאמאל זיך ארויסצורייסן פונעם יצר הרע, מיט'ן אויסרייד 'עס גייט נישט', 'איך קען נישט', 'מיר גייט עס נישט' וכו' וכו'; מען טראכט נישט אז יעצט איז מען שוין שטערקער פון נעכטן, גרעסער פון דעמאלט, יעצט אז מען וועט זיך געבן איין בייג צום אייבערשטן קען מען זיך אינגאנצן ארויסרייסן פון זיין נעץ.


שטארק זיך מיט עבודות השם, מאך זיך שיעורים אין די הייליגע תורה; מאך זיך א שיעור אין מקרא, משנה, גמרא און אין מדרש, די פיר לימודים זענען אנטקעגן דעם שם הוי"ה ברוך הוא, אז מען לערנט יעדן טאג אביסל פון די פיר שיעורים - הייבט אן שיינען און לייכטן די ליכטיגקייט פונעם אייבערשטן, דאס לעבן ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#6 - ווי אזוי קען איך זיך אויפהויבן, ווען א מנוול האט מיר אראפ געווארפן?
התחזקות, קדושה, מנוולים, תפילות אויף אידיש, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, התחדשות, משניות, שכחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ליידער געפאלן א קרבן פאר א מנוול, און זייט דעמאלט איז מיר זייער שווער, די שלעכטע קאשמארן לויפן מיר נאך בייטאג און ביינאכט, און ס'איז מיר זייער שווער זיך צו האלטן הייליג און ערליך. איך בענק זיך אזוי שטארק צו די פריערדיגע צייטן, ווען איך בין געווען א צדיק, געזעסן און געלערנט מיט געשמאק, אן קיין פראבלעמען.


דער מנוול איז שוין היינט איינגעשפארט, אבער איך בין געבליבן מיט די פראבלעמען, און איך ווייס נישט וואס צו טון. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין און ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי צו גיין פון דא ווייטער, איידער איך פאל אריין אינגאנצן אין תהום.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן און ווערן דער גרעסטער צדיק, נישט קיין חילוק ווי ווייט מען איז פארקראכן, ווי ווייט מען איז געפאלן און וואס מען האט נאר געטון; אלץ קען מען צוריק קומען צום אייבערשטן.


אז דו ביסט נעבעך געפאלן א קרבן פאר א מנוול רחמנא לצלן און יעצט איז דיר ביטער שווער, דו פאלסט אין פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן; דאס ערשטע זאך בעט איך דיר פארליר זיך נישט, דו קענסט נאך אלעס פאררעכטן און דו וועסט אלעס פאררעכטן; דו קענסט צוריק ווערן אזוי ריין ווי דו ביסט געווען פאר דו ביסט נעבעך אריינגעפאלן ביי דעם רוצח; אויב דו וועסט נעמען דעם רבינ'ס ווערטער מיט אן ערנסטקייט, דו וועסט זיך פלייסן אינעם רבינ'ס עצות.


הדבר הראשון דארפסטו אפלאזן וואס איז געווען; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "אֵצֶל הָעוֹלָם הַשִּׁכְחָה הִיא חִסָּרוֹן גָּדוֹל בְּעֵינֵיהֶם", ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, "אֲבָל בְּעֵינַי יֵשׁ בְּהַשִּׁכְחָה מַעֲלָה גְּדוֹלָה", אבער איך זאג אז שכחה איז א מורא'דיגע מעלה, "כִּי אִם לֹא הָיְתָה שִׁכְחָה, לֹא הָיָה אֶפְשָׁר לַעֲשׂוֹת שׁוּם דָּבָר בַּעֲבוֹדַת ה'", ווייל ווען א מענטש וויל נישט פארגעסן וואס איז געווען, ער געדענקט יעדע זאך וואס ער האט געטון - וועט ער נישט קענען לערנען, דאווענען און טון מצוות, עס וועט אים שטערן די זאכן וואס ער האט געטון, דאס קלאפט אראפ דעם מענטש; אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען הייבט אן פונדאסניי - קען מען יא דינען דעם אייבערשטן, מען קען אנקומען צו זייער גרויסע מדריגות.


דו געפונסט זיך יעצט ביי א פרשת דרכים, אדער קענסטו גיין לינקס צום טויט, וויינען און זיין דעפרעסט אז דו ביסט געפאלן א קרבן, אדער קענסטו גיין רעכטס - צום לעבן. אז דו וועסט פאלגן דעם רבי'ן, דו וועסט פארגעסן וואס איז געווען, דו וועסט זיך נישט צעברעכן מיט'ן עבר, דו וועסט ווייטער דאווענען און לערנען - וועסטו זוכה זיין צו בלייבן געזונט, דו וועסט קענען חתונה האבן, דו וועסט אויפשטעלן א שיינע שטוב, ערליכע דורות.


הדבר השני, מאך זיך א שיעור צו לערנען יעדן טאג ח"י פרקים משניות; אפילו דו פארשטייסט נישט דאס לערנען - זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. געווענליך, די וואס פאלן אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - פארלירן דעם כח הריכוז, זיי קענען זיך נישט מרכז זיין, קאנצעטרירן; די מח שוועבט זיי און פליט ארום אין עולם התוהו, דעריבער זאלסטו זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון די קדושה - ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם; וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ, יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה; בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס.


ווען דער רבי האט דאס געזאגט האט רבי נתן געפרעגט דעם רבי'ן: "צי תורה קען אויך העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן?" האט דער רבי געשריגן אויף אים און געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז?! תורה איז העכער פון אלעס! אפילו א מענטש וואס איז רגיל אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב וועט ער לערנען יעדן טאג תורה וועט ער ארויסקריכן פון אלעם שלעכטס און ווערן אן ערליכער איד".


הדבר השלישי, זאלסטו ארבעטן אויף שמחה; די קליפה וואס מאכט דעם מענטש זינדיגן - איר נאמען איז "וויינען", לילית איז א לשון פון יללה; זיי זענען מצליח אראפצואווארפן די מענטשן וואס וויינען, די וואס זענען אין עצבות און מרה שחורה; די עצה ניצול צו ווערן פון זיי איז דורך שמחה, ביים אייבערשטן איז נאר דא שמחה, אזוי ווי עס שטייט (דברי הימים-א טז, כז): "עֹז וְחֶדְוָה בִּמְקֹמוֹ"; אפילו ווען מען וויל זיך אויסוויינען צום אייבערשטן קען דאס נאר זיין מיט שמחה, מיט האפענונג.


זיי פרייליך, און אז דו קענסט נישט - זאלסטו זיך מאכן פרייליך; זיי זיך מחי' מיט יעדע גוטע זאך וואס דו האסט, דאס וועט דיר היטן, דאס וועט דיר געבן שטארקייט זאלסט קענען אנגיין אין עבודת השם.


ועל כולם זאלסטו זיך אויסרעדן דיין הארץ צום אייבערשטן, דערצייל אים אז דו ביסט אראפגעפאלן דורך א רוצח, דערצייל אים אלעס; דערצייל דעם אייבערשטן ווי ריין דו ביסט געווען, ווי דיין לעבן האט זיך אזוי פלוצלונג פארלאשן, דו קענסט גארנישט טון, דו ביסט יעצט אזוי פארדרייט, דיין מח מחשבה ליגן אין נישט גוטע זאכן. רעד צום אייבערשטן אין דיין שפראך, אין דיין מאמע לשון; זאג אים די ווערטער: "רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך בין אראפגעפאלן אין עקלדיגע עבירות, איך האב געטון מעשה תועבה, איך בין אזוי פארקראכן, איך האלט אין איין פאלן אין פגם הברית, איך וויל נישט טון די עבירה; איך וויל זיין ריין, איך קען זיך אליינס נישט מתגבר זיין, איך בעט דיר אייבערשטער, העלף מיר, ראטעווע מיר, ברענג מיר צוריק צו דיר, השיבנו ה' אליך ונשובה חדש ימינו כקדם, באניי מיר מיינע טעג אזוי ווי אמאל".


אזוי זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן טאג נאך טאג, אויך זאלסטו צולייגן דיינע אייגענע ווערטער, וועסטו אלעס פאררעכטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - ווי אזוי האלט מען אן דאס ברען וואס מ'האט אמאל געהאט?
חינוך הילדים, קדושה, חסידות, התבודדות, התחדשות, עבודת השם, מלמדים, הדרכות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל מוז איך זיך זייער באדאנקען פאר די געוואלדיגע שיעורים און עצות אין לעבן, וואס העלפט מיר אזויפיל, און ס'ברענגט מיר אריין א האפענונג און סיפוק אין לעבן.


איך וועל פרעגן עטליכע זאכן. ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האט עס מיר גאר שטארק אנגעצינדען א גרויסע התלהבות, און איך האב אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן מיט א געוואלדיגע ברען, איך האב געשפירט אז איך האב ענדליך געטראפן איינעם וואס פארשטייט מיר און רעדט צו מיין הארץ, און ס'האט מיר שטארק געטוישט דאס לעבן צום גוטן; אבער ווי לענגער עס גייט דורך מער צייט, ווערט ביי מיר אפגעקילט דאס ברען וואס איך האב געהאט אנפאנג, און מיט דעם ווערט אויך ווייניגער דאס מקיים זיין וואס איך הער, וויל איך האבן אן עצה וואס צו טון איבער דעם.


צווייטנס, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט אסאך ווי אזוי מ'דארף לעבן אינדערהיים, און דאס האט מיר גאר אסאך געהאלפן, אבער פון די אנדערע זייט בין איך אויפגעוואקסן מיט אנדערע סארט הדרכות, ביי אונז האט מען אסאך גערעדט קעגן תאוות וכו'. דארף איך אפלאזן מיין ביז יעצטיגע וועג, אדער איז דא א מיטלוועג אין דעם.


דריטנס, איך בין א מלמד, איך לערן מיט קינדער, און לעצטנס האב איך זיי אנגעהויבן אויסלערנען צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, איך שפיר אבער אז איך קען נישט האלטן די קינדער אין די ראמען נאר מיט שרייען און אנשרעקן, איך האב נישט קיין אנדערע וועג זיי צו האלטן אויפ'ן פלאץ; דארף איך אפלאזן דאס מלמדות, אדער איז דא א וועג זיך צו טוישן?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען געבן עצות און חיזוק אויף די זאכן, און איך האף צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א בקרוב דא אין ארץ ישראל.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, ט"ו אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך וועל פרובירן צו ענטפערן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף.


אויף די ערשטע פראגע, אין אנהייב האסטו געשפירט מער חשק און התלהבות, דו ווייסט נישט וואס גייט פאר אז דו פארלירסט די ברען און חשק.


וויסן זאלסטו, דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן כה): "וּבָזֶה טוֹעִין הַחֲסִידִים הַרְבֵּה, שֶׁפִּתְאֹם נִדְמֶה לָהֶם שֶׁנָּפְלוּ מֵעֲבוֹדַת ה'", מענטשן זענען זיך טועה, עס דאכט זיך זיי ווי זיי פאלן אראפ פון זייער עבודת השם, "וּבֶאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל", אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, "רַק מֵחֲמַת שֶׁצְּרִיכִין לַעֲלוֹת מִמַּדְרֵגָה לְמַדְרֵגָה וְאָז מִתְעוֹרְרִין וּמִתְגַּבְּרִין מֵחָדָשׁ הַקְּלִיפּוֹת שֶׁהֵם הַתַּאֲווֹת וְהַבִּלְבּוּלִים וְהַדִּמְיוֹנוֹת וְהַמַּחֲשָׁבוֹת וְהַמְּנִיעוֹת כַּנַּ"ל, עַל כֵּן צְרִיכִין לְהִתְגַּבֵּר בְּכָל פַּעַם מֵחָדָשׁ לַחֲזֹר וּלְהַכְנִיעַ וּלְשַׁבֵּר הַקְּלִיפּוֹת וְהַמְּנִיעוֹת וְכוּ' שֶׁבְּכָל מַדְרֵגָה וּמַדְרֵגָה מֵחָדָשׁ, אֲבָל בֶּאֱמֶת אֵין זֶה נְפִילָה כְּלָל כַּנַּ"ל", דאס איז נאר ווייל מען דארף גיין העכער און העכער אין עבודת השם, און כדי צו קענען גיין העכער דארף מען אראפגיין, מען דארף זיך נאכאמאל שטארקן אויף אלע קליפות וואס דאס זענען די אלטע מעשים וואס מען האט געטון, דעריבער זעט דאס אויס ווי מען איז אראפ געפאלן, אבער באמת איז דאס נישט קיין נפילה, דאס איז נאר צו קענען גיין העכער און העכער.


די צווייטע פראגע, עס זעט דיר אויס א סתירה די ווערטער וואס דו הערסט דא ביים רבי'ן מיט די וועג ווי אזוי דו ביסט אויפגעוואקסן, דו ביסט אויפגעוואקסן אז אלעס איז תאוות, אלעס איז גשמיות, מען דארף זיך אפרייסן וכו' וכו'; וואס איך שייך צו זאגן תאוות? דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "וואס איז שייך צו זאגן תאוות? עסן דארף מען - מען זאל האבן כח צו דינען דעם אייבערשטן, שלאפן דארף מען - מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן און חתונה האבן דארף מען - צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן, איז דאך נישט שייך צו זאגן אויף די אלע זאכן תאוות".


בלייב ביי דיין פלאץ, מאך נישט קיין מחלוקת; נעם דעם רבי'ן פאר חיזוק, לערן דעם רבינ'ס ספרים וועט זיך דיר עפענען דיין מח, דו וועסט קוקן אנדערש אויף די וועלט.


ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, מען הייבט אן לערנען דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט דעם רבינ'ס קול - הייבט מען אן שפירן ווי מען איז ארום גענומען מיט אייבערשטער, מען הייבט אן שפירן א זיסקייט אין לעבן, מען שפירט ווי דער אייבערשטער איז מיט מיר, ביי מיר און נעבן מיר; וואס מען דארף - בעט מען אים, וואס מען וויל רעדט מען צו אים; מען דאנקט און מען לויבט אים, די ווייב און קינדער ווערן א חלק אין עבודת השם.


גלייב מיר, עס איז דא אסאך צו שרייבן אין דעם ענין; א שאד מען רעדט נישט פון דעם צו בני הנעורים, וואלטן אלע זיך געצויגן צום אמת. רוב פאלן אוועק ווייל זיי האבן נישט קיין כח זיך צו רייסן מיט די לעבן, מען רעדט נאר פון זיך אפשיידן, פון זיך אפטיילן; דער רבי רעדט אנדערע ווערטער, דער רבי רעדט אזוי שטארק פונעם אייבערשטן - אז עס ווערט אזוי ליכטיג, עס ווערט אזוי זיס; גשמיות ווערט רוחניות, אלעס ווערט אלוקות.


די דריטע פראגע, אויב דו זאלסט אפלאזן די מלמדות, דו שפירסט ווי אן שרייען גייט עס נישט; איך מיין דו זאלסט ענדערש אפלאזן די שרייען, שרייען איז א זאך וואס העלפט נישט, שרייען קומט פון פארלוירנקייט, פון נישט געהעריג שלאפן, פון נישט געהעריג עסן, און עס העלפט נישט.


איך בין געווען א מלמד, איך בין געווען פארלוירן, איך האב געהאט קינדער וואס איך האב נישט געטראפן די וועג זיך צו מחבר זיין מיט זיי; זיי האבן נישט געוואלט פאלגן און איך האב נישט געהאט א וועג מיט זיי ווי צו קענען זיין א גוטער מלמד זיי זאלן פאלגן, וואס האב איך געטון? איך פלעג גיין אינדערפרי פארטאגס התבודדות, איך האב געוויינט צום אייבערשטן ער זאל מיר געבן אן עצה ווי אזוי צו קענען לערנען מיט זיי; איך האב דערציילט דעם אייבערשטן יעדן קינד ווי אזוי ער איז אין כיתה, אלעס אלעס דערציילט, און ביז א קורצע צייט זענען די קינדער געווארן די חשוב'סטע קינדער; טו דאס וועסטו האבן הצלחה.

#4 - ווי אזוי שטארקט מען זיך אויפצושטיין צייטליך?
התחזקות, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מוהרא"ש, שלאפן, התחדשות, סדר היום

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע שרייבט צו איינעם, "איך האב באקומען דיין בריוו וואס דו האסט מיר שוין געשיקט צוואנציג מאל, ס'וואלט געווען בעסער אז אנשטאט מיר צו דערציילן וואס עס גייט אויף דיר דורך, זאלסטו עס ענדערש דערציילן פאר'ן אייבערשטן".


האב איך דאן פארשטאנען אז באמת וואלט בעסער געווען אז אנשטאט איך זאל דערציילן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל און נאכאמאל וואס איך מוטשע זיך אויפצושטיין צייטליך אינדערפרי, וואלט איך עס ווען ענדערש געדארפט דערציילן פאר'ן אייבערשטן.


אבער אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק ווי אזוי צו רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן אז איך זאל שוין מצליח זיין אויפצושטיין אביסל פריער?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת משפטים, כ"ה שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


טאקע אזוי, גיי צום אייבערשטן, דערצייל אים ווי שטארק דו ווילסט אויפשטיין יעדן טאג און עס גייט דיר נישט; בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דו זאלסט זוכה זיין דאווענען, לערנען און אים דינען, דו זאלסט נישט פארברענגען דיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן.


גלייב מיר, די פאר ווערטער וואס דו האסט געליינט אינעם בריוו וואס מוהרא"ש זכותו יגן עלינו שרייבט - דאס איז אין קורצן וואס מוהרא"ש האט געוואלט און געטון זיין גאנץ לעבן, אריינברענגען אין אונז מיר זאלן גיין צום אייבערשטן; מיר זאלן לעבן מיט אים, אים אלעס דערציילן און אים בעטן אויף יעדע זאך וואס גייט אריבער אויף אונז; מיר זאלן וויסן און לאזן וויסן פאר אנדערע אז קיינער קען מיר נישט העלפן, קיינער קען מיר נישט גוטס טון און קיינער קען מיר נישט שלעכטס טון, נאר דער אייבערשטער; אלעס וואס גייט אריבער אויף מיר און מיין משפחה איז נאר פונעם אייבערשטן, אלעס איז נאר פאר מיין טובה, פאר מיין תיקון און פאר מיין עתיד; ווען מען לעבט מיט דעם, מען ווייסט און מען געדענקט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דעמאלט לעבט מען אין גן עדן, דער גאנצער לעבן איז איין שטיק אלוקית.


בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר, איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויפצושטיין דאווענען און לערנען; איך בין אזוי צעבראכן, דאס מאכט איך זאל אריינשלאפן ביז אין טאג אריין, נאכדעם ווער איך נאכמער צעבראכן און איך גיי צוריק שלאפן, ביז איך דאווען נישט און לערן נישט. העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, איך זאל זיך קענען שטארקן אינדערפרי אויפצושטיין לערנען און דאווענען"; אזוי זאלסטו בעטן און בעטן ביז דו וועסט זען דיין ישועה.


אז דו שטייסט אויף שפעט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן, זאלסט נישט אפלאזן דעם טאג; הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן מיט א שמחה און געשמאק, נישט גיין צוריק שלאפן און טראכטן 'היינט איז שוין א גע'הרג'עטע טאג, היינט איז שוין נישט קיין טאג וכו'', נאר הייב אן פון דעמאלט דינען דעם אייבערשטן, כאילו גארנישט וואלט געשען; גיי אין מקוה, לויף אין שול דאווענען און זיי זיך אביסל מתבודד - וועסטו מצליח זיין.


פון איין זייט זאלסטו נישט אפלאזן דיין ווילן אויפצושטיין פרי, זאלסט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, אבער אין די זעלבע צייט זאלסטו זיין פעלזן פעסט, עס זאל דיר נישט צעברעכן ווען דו שטייסט אויף שפעט; זאלסט האבן עזות דקדושה נישט זיך צו שעמען און טראכטן 'פון מיר וועט שוין גארנישט זיין וכו'', זאלסט האבן עזות דקדושה און זאגן 'פון יעצט וועל איך זיין אן ערליכער איד'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - זאל איך רעדן מיט מיין כלה?
שידוכים, חתונה, קדושה, התחדשות, חתן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר'ן מיר ענטפערן אויף מיין שאלה וואס צו טון אז דוקא נאכדעם וואס איך בין שוין א חתן געווארן, האב איך אנגעהויבן נאך מער פאלן.


ברוך ה' אז איך האב זוכה געווען זיך צו שטארקן און איך האב צעבראכן מיין אייפעד, נאך אסאך תפילות און בזכות דעם ווארעמען בריוו פונעם ראש ישיבה


איך וויל פרעגן אזא שאלה, איך זע אז יעדעס מאל נאכ'ן רעדן מיט מיין כלה, איז מיר פיל גרינגער, אפשר זאל איך רעדן מער מיט איר, ווייל זי וויל רעדן אבער מיינע עלטערן ווילן נישט איך זאל רעדן מיט איר.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט אוועק געווארפן דעם אייפאד; מיט דעם האסטו מקיים געווען א מצוה פון "וּבִעַרְתָּ הָרָע מִקִּרְבֶּךָ (דברים יז, ז)"; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט בלייבן שטארק דיין גאנץ לעבן נישט צו קוקן קיין מאווי"ס - וועסטו האבן אלע ברכות.


אודאי זאלסטו רעדן מיט דיין כלה, אזוי וועסטו זיין אפגעהיטן פון שלעכטס. עס זענען דא פלעצער וואו מען איז זייער מקפיד אז חתן-כלה זאלן נישט רעדן און זיך נישט טרעפן, אבער מוהרא"ש האט מדריך געווען חתנים און כלות זיי זאלן יא רעדן.


מאך די ריכטיגע הכנות פאר דיין חתונה; עס קומט א גרויסער טאג, דער יום החופה ווען מען איז מוחל די חתן און כלה אויף אלע עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמואל יז, א; הובא ברש"י בראשית לו, ג): "שְׁלֹשָׁה מוֹחֲלִים לָהֶן עֲוֹנוֹתֵיהֶן ... וְהַנּוֹשֵׂא אִשָּׁה", פאר די דריי מענטשן איז מען מוחל אלע זייערע עבירות, איינע פון זיי - א חתן וואס האט חתונה; מען הייבט אן א פרישע בלעטעל אין לעבן.


זאלסט זיך באנייען, נישט קוקן וואס איז געווען נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי. דער הייליגער רבי האט אמאל נאכגעזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטש טאנצן און שפרינגען; מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; דאס הייסט, אז א חתן דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#2 - וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?
ספרי ברסלב, צדיקים, התחדשות, אמונת חכמים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די הערליכע בריוון, עס איז מיר אזוי שטארק מחזק. און ספעציעל א יישר כח פאר די הערליכע טעגליכע שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן. איך האב שוין געענדיגט אסאך מסכתות הש"ס, און איך האב שוין געענדיגט אסאך מאל משניות.


איך האב געזען א ווידיאו פון מוהרא"ש זי"ע, איך דערקען דארט מענטשן וואס מ'זעט זיי שוין נישט מער אין היכל הקודש, איך ציטער איך זאל ח"ו נישט קאלט ווערן און אויך איבערלאזן די הייליגע פלאץ, וואס איז די עצה צו בלייבן מקושר צום צדיק?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סב): "יעדעס מאל מען קומט צום צדיק דארף עס זיין מיט א פרישקייט, מען זאל טראכטן 'דאס איז די ערשטע מאל וואס איך גיי צום צדיק'"; מען דארף געדענקען ווער מען איז, ווי אזוי מיר קוקן אויס אן דעם רבי'ן, דעמאלט וועט מען בלייבן שטענדיג מקושר צום הייליגן רבי'ן.


אז דו ווילסט בלייבן מקושר צום הייליגן רבי'ן זאלסטו זיך מתבודד זיין יעדן טאג; זאלסט יעדן טאג דאנקען דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון אזא רבי וואס איז אונז מחי', און בעטן דעם אייבערשטן אז דו זאלסט בלייבן צוגעבינדן צום רבי'ן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, בעט: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל שטענדיג בלייבן צוגעבינדן צום הייליגן רבי'ן; העלף מיר איך זאל זיך נישט אפקילן, מיין שייכות צום רבי'ן זאל זיין פריש, איך זאל נישט ווערן אפגעקילט".


נאך אן עצה צו בלייבן מקושר צום רבי'ן, זאלסט זיך מאכן זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים; מאך זיך א שיעור אין ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "יְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן איז מען זוכה צו ווערן אן אמת'ער בעל תשובה, "וְאָמַר שֶׁמִּי שֶׁיֵּשֵׁב וְיַעֲסֹק בִּסְפָרָיו רַק בְּלִי קִנְטוּר וְנִצָּחוֹן, וְיִסְתַּכֵּל בּוֹ בֶּאֱמֶת", נאך האט דער רבי געזאגט, אז ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, "אָז בְּוַדַּאי יִהְיוּ נִבְקָעִין אֶצְלוֹ כָּל גִּידֵי קַשְׁיוּת לְבָבוֹ", וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן, ער וועט ווערן אן ערליכע איד; וְאָמַר בְּזוּ הַלָשׁוֹן: "סֶע וֶועט אִים אַלֶע אָדֶערְן טְרֶענֶען".


אויך זאלסטו לערנען די שמועסן פון רבי'ן: חיי מוהר"ן און שיחות הר"ן; דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנח): "מיט יעדע שיחה וואס איך שמועס מיט ענק קען מען זיין אן ערליכער איד, און נישט סתם אן ערליכער איד נאר אן ערליכע איד אזוי ווי איך מיין אן ערליכער איד".


ובעיקר זאלסטו לערנען יעדן טאג אן קיין אויסנאם "ספר אשר בנחל"; בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונז. אז מען לערנט אשר בנחל איז אזוי ווי מען לערנט אלע ספרים פון רבי'ן און רבי נתן; אשר בנחל איז דער תמצית פון רבינ'ס ספרים, ווען מען לערנט די בריוו ווערט מען צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


מוהרא"ש האט דערציילט אז מען האט אמאל אויסגעלויבט פאר רבי נתן דעם ספר 'שני לוחות הברית' פונעם של"ה הקדוש זכותו יגן עלינו, אז דאס איז ממש א "כל בו", ווייל עס פארמאגט אין זיך אלעס: דרוש; חסידות וכו'; האט זיך רבי נתן אויסגעדרוקט אויף זיינע ספרים 'ליקוטי הלכות': "מיינע ספרים איז דעם אייבערשטנ'ס גן עדן", ווייל ווען מען לערנט ליקוטי הלכות ווערט מען אזוי מחוזק מען שפירט זיך ווי אין גן עדן; און מוהרא"ש האט אויסגעפירט: "דער ספר אשר בנחל איז דער אייבערשטער אליינס", ווייל מען קען נישט טרעפן נאך א ספר וואס זאל זיין אזא שטיק געטליכקייט אזוי ווי דער ספר; וואו מען עפנט נאר אויף דעם ספר, יעדע איינציגסטע בריוו - זעט מען די לויטערע ריינע אמונה און מען הויבט אן בענקען צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך צוגיין צו מיין חתונה מיט א פארשמירטע מח?
חתונה, חיזוק פאר מיידלעך, מאוויס, התחדשות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א כלה, עטליכע חדשים צו די חתונה, און איך האב זייער מורא צוצוגיין צו די חופה. איך האב אסאך געקוקט שלעכטע מאוויס אין מיין לעבן, ווי אזוי קען איך צוגיין צו די חתונה ווען די אלע שלעכטע זאכן האלטן אין איין ארויפקומען ביי מיר אין קאפ?


איך בעט דעם ראש ישיבה שליט"א זאל מיר העלפן און געבן אן עצה, איך וויל זיין פון יעצט נאר הייליג און ערליך, וואס קען איך טון? איך שפיר ווי איך בין זיך שוין מייאש אינגאנצן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת חיי שרה, כ' חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הכלה ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקטס און לויבטס דעם אייבערשטן אז איר האט געטראפן אייער שידוך; איר קומט שוין נענטער און נענטער צו די חתונה און איר וועט זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.


איך בעט אייך זייער, יעצט הייבט זיך אן ביי אייך א נייע תקופה אין לעבן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", אז מרקדים איז א לשון פון טאנצן און שפרינגען, "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", דאס הייסט אז א חתן דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה, ער דארף פארגעסן זיין גאנצע עבר און אנהייבן פונדאסניי (חיי מוהר"ן, סימן תקפו).


אזוי אויך מיט די כלה, דער אייבערשטער איז מוחל פאר חתן כלה אלע עבירות; מען ווערט ניי געבוירן און מען הייבט אן א נייע לעבן. אז איר וועט נישט צוריק לויפן צו די אלטע וועגן, איר וועט נישט קוקן קיין שמוציגע וכו' וועט איר זיין ריין און הייליג א גאנץ לעבן.


דער רבי האט אונז געגעבן א וועג ווי אזוי מיר קענען זיך אומקערן צום אייבערשטן; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה וכו'", ווער עס וויל זוכה זיין תשובה צו טון, זאל זאגן תהלים. יעדער איד וויל זיין אן ערליכער איד און טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן, אבער נישט יעדער איז זוכה אויסצופירן זיין ווילן אויף למעשה ווייל ער האט נישט קיין התעוררות תשובה צו טון, און אפילו איינער וואס האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון, ווייסט ער נישט ווי אזוי מען טוט תשובה, ער טראכט צו זיך: 'וואס דארף איך טון איך זאל ווערן אן ערליכער איד?' און אפילו א מענטש האט שוין יא אן התעוררות תשובה צו טון און ער ווייסט וואס ער האט צו טון כדי צו ווערן אן ערליכער איד, דארף ער נאך אויך זוכה זיין נישט ווערן צעבראכן ווען ער דערזעט זיך אז עס גייט אריבער די צייט און ער איז נאך נישט זוכה ארויסצוקריכן פון וואו ער ליגט וכו'; פירט דער רבי אויס: "וְעַל יְדֵי אֲמִירַת תְּהִלִּים, אֲפִילּוּ מִי שֶׁאֵין לוֹ שׁוּם הִתְעוֹרְרוּת לִתְשׁוּבָה, הוּא מִתְעוֹרֵר לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", אז א מענטש איז זוכה און ער זאגט תהלים, אפילו מען האט נישט קיין שום התעוררות, ווערט מען אבער נתעורר תשובה צו טון דורך דעם, "וְגַם זוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לְהַגִּיעַ אֶל הַשַּׁעַר וְאוֹת הַשַּׁיָּךְ לוֹ, וְלִפְתֹּחַ הַשַּׁעַר; נִמְצָא שֶׁזּוֹכֶה עַל יְדֵי תְּהִלִּים לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה", און מען באקומט די נויטיגע שטארקייט זיך צו דערהאלטן, ביז מען איז זוכה תשובה צו טון און ווערן אן ערליכער איד.


מאכטס זיך א שטארקע סדר צו זאגן יעדן טאג אביסל תהילים; אויב איר קענט זאגן דעם יום תהילים איז זייער גוט, דאס וועט אויסוואשן אייער קאפ פון אלע שלעכטע זאכן וואס איר האט געזען.