תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
איך בין א כיתה ט' מלמד אין א מוסד אין בארא פארק, איך פרוביר צו רעדן אסאך צו די קינדער מוסר און התעוררות, אויך רעד איך אסאך פון אמונה און אמונת צדיקים. לויט וויפיל ס'איז ערלויבט אין די מוסד.
איך שמועס אסאך מיט די קינדער, און איין זאך טוט מיר מורא'דיג וויי, איך זע אז אפילו די גאר גוטע און ערליכע קינדער שפירן אז אידישקייט איז א פרעשור'דיגע זאך, זיי זאגן אפן אז זיי וואלטן זיך געפריידט נישט צו האבן קיין עול, נאר זיי פארשטייען אז זיי האבן נישט קיין ברירה.
פארוואס שפירן נישט די קינדער א שטאלץ צו זיין א איד? און ווי אזוי קען מען אריינברענגען אין זיי יא צו שפירן אז זיי זענען העכער ווי א גוי, און נישט מיינען אז דער גוי האט א בעסערע לעבן?
איך דאווען פון צייט צו צייט אין א געוויסע שול אין מיין געגענט, און אפילו די מתפללים דארט זענען נישט אזוי פרום ווי איך בין, אבער איך זע אז זיי שפירן זיך זייער גרויס מיט זייער אידישקייט ממש להפליא (לדוגמא ווען איינער האט א קינד פרייען זיך אלע און יעדער זאגט "ב"ה נאך א איד אויף די וועלט". און סוכות מאכט מען א גאנצע טראסק פון די לולב אז דידן נצח אז אידן זענען די געווינער. און אזוי ביי יעדע פרט) איך פארשטיי נישט וואס ס'מאכט זיי פילן אזוי שטארק, און פארוואס ביי אונז איז עס נישטא?
א גרויסן דאנק.
ישראל חיים
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נח, כ"ו תשרי, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ישראל חיים נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים" - אֵלוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת, א מלמד איז צוגעגליכן צו די שטערנס, פונקט אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון הימל, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד; ביי די וועלט איז א מלמד נישט אזא חשוב'ע שטעלע, נישט נאר ביי סתם מענטשן איז א מלמד אראפ געקוקט, נאר ביי דעם מלמד אליינס איז דאס גאנצע מלמדות אן אראפגעקוקטע זאך. די מלמדים קומען אין חדר זייענדיג זייער אראפ געקלאפט ביי זיך אז זיי האבן אזא ארבעט וכו', אבער עס איז נישט אזוי, מלמדות איז זייער א הייליגע ארבעט, און אן אחריות'דיגע ארבעט, ווייל א מלמד קען אויפהייבן קינדער און זיי אויפבויען פאר זייער גאנצן לעבן, און פארקערט אויך - ער קען נעמען א קינד און אים אזוי אראפ קלאפן, אז דער קינד זאל בלייבן א צעקלאפטע נשמה אויף זיין גאנץ לעבן.
מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זייער אסאך רעדן פון דאס גרויסקייט פון מלמדים, און ער האט געשריבן זייער אסאך ספרים פאר מלמדים - סיי זיי מחזק צו זיין זיי זאלן וויסן אז זיי האבן דאס חשוב'סטע ארבעט, און פון די אנדערע זייט זיי זאלן וויסן ווי הארב עס איז צו זיין א מלמד, אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין.
דערפאר זאלסטו זיך זייער מחיה זיין און זיך פרייען אז דו האסט די זכיה צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער; מיר האבן היינט אינעם דף גמרא (סנהדרין צב): "אָמַר רַב שֵׁשֶׁת כָּל הַמְלַמֵּד תּוֹרָה בָּעוֹלָם הַזֶּה, זוֹכָה וּמְלַמְּדָהּ לָעוֹלָם הַבָּא", ווער עס איז זוכה צו לערנען תורה פאר תלמידים אויף דער וועלט, וועט אויך זוכה זיין צו לערנען בעולם הבא, און מען איז זוכה צו אלע ברכות וואס יוסף הצדיק האט זוכה געווען, שֶׁנֶּאֱמַר (משלי יא, כו): "וּבְרָכָה לְרֹאשׁ מַשְׁבִּיר", עיין שם.
מוצאי שבת איז געווען די יארצייט פון הרב הקדוש מריבניץ זכותו יגן עלינו; ביי מלוה מלכה האב איך פארגעליינט וואונדערליכע מעשיות פון דעם גרויסן צדיק, און איין מעשה איז מיר זייער אריין אין די ביינער. עס איז געקומען א איד צום הייליגן ריבינצער רבי אז מען האט אנדעקט ביי אים א שרעקליכע מחלה לא עלינו, און די דאקטורים האבן אויפגעגעבן אויף זיין לעבן, און ער האט זיך געבעטן פאר א ברכה, אבער דער צדיק האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון אים. דער איד איז ארויס בפחי נפש, ער האט פארשטאנען אז עס איז מער נישט דא וואס צו טון, די גבאים האבן זייער רחמנות געהאט אויף דעם איד, האבן זיי אנגעפאנגען מוטשען דעם צדיק ער זאל געבן א ברכה פאר דעם איד, זיי האבן אים געזאגט: "רבי, דער איד איז א מלמד פאר קינדער שוין צוואנציג יאר", האט דער צדיק זיך אויסגעדרייט און געפרעגט: "ער איז א מלמד?" האבן זיי געזאגט פארן צדיק: "יא, ער איז א מלמד, און ער דארף א רפואה". דער ריבניצער רבי איז ארויס געלאפן אויפן גאס, און ער האט אנגעפאנגען נאך לויפן דעם איד, ביז ער האט אים געטראפן, און ער פרעגט אים: "איר זענט א מלמד שוין צוואנציג יאר?" זאגט דער איד: "יא", פרעגט אים דער צדיק: "אויב דו וועסט ווערן געזונט, וועסטו ווייטער ממשיך זיין פאר נאך צוואנציג יאר צו לערנען תורה מיט אידישע קינדער?" זאגט דער איד: "יא; איך זאג צו, אויב איך ווער געזונט גיי איך צוריק אין חדר פאר נאך צוואנציג יאר", הערנדיג דאס האט אים דער ריבניצער רבי געגעבן א ברכה, און דער איד איז אויסגעהיילט געווארן, און ער איז געווען א מלמד פאר נאך צוואנציג יאר; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון זיין א מלמד.
אשריך ואשרי חלקיך אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקת של בית רבן שלא טעמו טעם חטא; פון איין זייט איז זייער הייליג און חשוב צו זיין א מלמד, אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו טשעפען די קינדער. געב זייער אכטונג נישט צו פארשעמען קיין שום קינד, בפרט די קינדער וואס קומען פון צעבראכענע שטובער, וואס בדרך כלל טשעפעט מען זיי און מען פארשעמט זיי - ווייל מען ווייסט אז קיינער וועט נישט פארהאלטן וכו', זיי דארף מען מחזק זיין און געבן גוטע ווערטער יעדן טאג אן א שיעור.
איך געדענק ווען איך האב געעפענט די ישיבה, האב איך געפרעגט מוהרא"ש וואס איך זאל טון מיט די בחורים וואס די עלטערן ווילן נישט צאלן שכר לימוד, צי איך זאל אהיים שיקן די בחורים, האט מוהרא"ש מיר געזאגט: "דו זאלסט קיינמאל נישט אהיים שיקן א בחור; דער אייבערשטער וועט דיר געבן שכר לימוד פאר די בחורים"; דאס זעלבע זאג איך דיר: האב רחמנות אויף די קינדער וואס ברענגען נישט קיין טיפס, דער אייבערשטער וועט דיר געבן טיפס פאר די קינדער. ווען דו זעסט קינדער וואס די עלטערן שיקן נישט קיין טיפס, זיי מאכן זיך נישט וויסענדיג פון דיר, דאס אליין דארף דיר געבן א שטופ צו טראכטן אז די קינדער דארף מען מער מחזק זיין, ווייל די קינדער האבן עלטערן וואס מאכן זיך נישט וויסענדיג, און שרייבן נישט קיין צעטלעך, און מען הערט נישט פון זיי וכו' וכו', און זיי ברענגען נישט קיין חנוכה געלט און פורים געלט, דאס דארף דיר געבן רחמנות געפילן אויף די סארט קינדער אז דו זאלסט זיך זארגן פאר זיי, און זיין ווי א טאטע פאר זיי.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:):"כָּל הַמְלַמֵּד אֶת בֶּן חֲבֵרוֹ תּוֹרָה, מַעֲלָה עָלָיו הַכָּתוּב כְּאִילוּ יָלְדוֹ"; פשט דערפון איז, אז איינער וואס לערנט תורה מיט א צווייטענס קינד דארף טראכטן ביי זיך: 'דאס איז מיין קינד'; און נאר אזוי קען ער מצליח זיין מיט די תלמידים. עס זענען דא מלמדים רוצחים וואס פארשעמען די קינדער, זיי שלאגן, ציפן וכו' וכו'; זיי מיינען אז עס איז הפקר וועלט, אבער עס גייט אריבער א פאר יאר, און נאכדעם באצאלט מען מיט די אייגענע קינדער בכפל כפליים.
דערפאר בעט איך דיר זייער אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף די קינדער; קינדער זענען נישט קיין מאשינען וואס דארפן קומען און גיין ווי די 'לאנדענע סאלדאטן'. א קינד איז א קינד, און מען דארף זייער אכטונג געבן אויף זיי; וואויל איז פאר א מלמד וואס געבט אכטונג אויף זיינע תלמידים אזוי ווי מען געבט אכטונג אויף די אייגענע קינדער, דער באשעפער וועט אים באצאלן מיט זיינע קינדער אז מען וועט זען אסאך נחת פון זיי.
דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען אריין לייגן אין די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן, און א ליבשאפט צו די תורה; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז פארציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַך, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד ווען מען זעט צו וואס דער צדיק האט זוכה געווען ווען ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות, און מען וויל אויך ווערן א צדיק; בפרט אז מען פארציילט מעשיות פון צדיקים פאר קינדער האט דאס א שטארקע השפעה אויפן קינד, ווייל ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט ער זייער נתעורר דורך דעם.
דער רבי האט פארציילט ווי אזוי האט ער זוכה געווען אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן, אז דאס האט זיך אנגהויבן דורך דעם וואס ער האט געהערט מעשיות פון צדיקים; דעם רבינ'ס מאמע פיגא האט גע'ירש'נט די הויז פון איר מאמע - די צדיקת אדל, דעם הייליגן בעל שם טוב'ס טאכטער, וואס זי האט גע'ירש'נט דאס הויז פון איר טאטע דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו. אין דעם הויז איז דער הייליגער רבי געבוירן געווארן, און ווען די תלמידים פון הייליגן בעל שם טוב פלעגן קומען קיין מעזיבוז צום ציון פון זייער רבי - דער הייליגער בעל שם טוב זי"ע, פלעגן זיי אריין גיין אין הויז פון בעל שם טוב, און זיך דערמאנען די צייטן וואס זיי פלעגן זיין ביים בעל שם טוב זי"ע און זיי פלעגן שמועסן צווישן זיך פון זייער גרויסער רבי. דער רבי איז געווען א קליין אינגל דעמאלט, און ער פלעגט אויסהערן די שמועסן פון די קדושי עליון, די צדיקים תלמידי הבעל שם טוב זי"ע.
איינמאל האט דער רבי געהערט פארציילן די מעשה ווי אזוי דער בעל שם טוב איז געבוירן געווארן, אז זיין מאמע שרה איז געווען זייער אלט בשעת זי האט געבוירן דעם בעל שם טוב זי"ע און זי איז גלייך נאכדעם נפטר געווארן, און ווען דער בעל שם טוב איז אלט געווען פינף יאר האט אים זיין טאטע גערופן צו זיך און אים געזאגט בזה הלשון: "ישראליק! איך גיי יעצט אוועק פון דער וועלט - כדרך כל הארץ, איך בעט דיר זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט קיינמאל נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", און אזוי איז נפטר געווארן דעם בעל שם טוב'ס טאטע.
אזוי איז דער בעל שם טוב אלט זייענדיג פינף יאר געווארן א קיילעכדיגער יתום, און איז געווען איינער אליינס אין א גרויסע וועלט. אבער ער האט שטענדיג געדענקט זיין טאטנ'ס לעצטע ווערטער: "ישראליק! זאלסט נישט מורא האבן פון קיינעם, דו ביסט נישט אליין, דער אייבערשטער איז מיט דיר, ביי דיר און נעבן דיר", אזוי איז ער אויף געוואקסן, און וואס ער האט נאר געדארפט האט ער געבעטן דעם אייבערשטן. ביז איינמאל שפאצירט ער אין פעלד און זינגט זיך צום אייבערשטן, און ער זעט ווי עס קומט צו גיין א איד מיט א ווייסע בארד, און דער איד שטעלט זיך אפ און פרעגט אים: "וואס טוסטו דא אליינס אין וואלד?" רופט זיך אן צו אים ישראליק: "איך בין נישט אליין, דער אייבערשטער איז דא מיט מיר", רופט זיך אן דער מענטש: "דער אייבערשטער איז מיט דיר? דער אייבערשטער איז אויבן אין הימל, ער איז זייער הויך, ער איז בכלל נישט דא", און ער לייגט צו אז עס איז א בפירוש'ע פסוק (יחזקאל ח, יב): "עָזַב ה' אֶת הָאָרֶץ". (וואס באמת שטייט דארט מען זאל נישט אזוי זאגן, אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער זעט נישט וואס מען טוט אין די פינסטערניש, און מען זאל נישט זאגן אזוי ווי די וואס זאגן אז דער אייבערשטער האט אונז פארלאזט).
און דער מענטש האט אנגעפאנגען צו רעדן צום בעל שם טוב קעגן די אמונה, האט דער בעל שם טוב געכאפט א צווייג פון דער ערד און אים אנגעפאנגען צו שלאגן, און בשעת ער האט געשלאגן דעם אלטן טיפוש האט ער געשריגן דעם פסוק (תהלים צב, י): "יִתְפָּרְדוּ כָּל פֹּעֲלֵי אָוֶן", און פלוצלינג זעט דער בעל שם טוב גארנישט, דער מענטש איז פשוט געווען אן אויג פארבלענדעניש פונעם ס"ם.
די מעשה האט דער הייליגער רבי געהערט ווי מען פארציילט עס אין זיין הויז ווען ער איז נאך געווען א קליין אינגל. גלייך ווען דער רבי האט געהערט די מעשה איז אריין אין אים א מורא'דיגע חשק צו ווערן א צדיק, ער האט אנגעפאנגען צו טראכטן: "געוואלד! איך וויל אויך זיין א צדיק! אפשר אז איך וועל דאס נאכטון, איך וועל אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, וועל איך אויך ווערן א צדיק?" און דער רבי איז גלייך ארויס פון שטוב און ער איז געגענגען צום ציון פון בעל שם טוב און געוויינט צום אייבערשטער: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד וכו' וכו'". ביז דער רבי האט זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.
זעט מען פון דעם, אז ווען א קינד הערט א מעשה פון א צדיק, דאס פלאקערט אים אויף זיין הארץ צו ווערן א גרויסער צדיק.
עס איז באוואוסט אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט די מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיינע קינדער, האט דער מלמד געזאגט: "יא", האט אים דער צאנזער רב געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב זי"ע: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט מוסר, צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע און פון זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.
דערפאר, אז דו פרעגסט ווי אזוי מען לייגט אריין אין קינדער אמונה און ליבשאפט צו די תורה, דורך דעם וואס מען פארציילט זיי סיפורי צדיקים, ווי אזוי זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך, ווי אזוי זיי האבן געלעבט מיטן אייבערשטן, און ווי אזוי זיי האבן זיך נישט דערשראקן ווען עס איז נישט געגאנגען ווי אזוי זיי האבן געוואלט.
ועל כולם דארף א מלמד אסאך טרערן פארגיסן צום אייבערשטן אז אלע זיינע תלמידים זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן יראי ה'.
דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט קענען אריין לייגן אין די קינדער אמונה פשוטה ויראת שמים, און דו זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.