שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי געב איך זיך אכטונג נישט צו ווערן פארמישט אין מחלוקת?
חסידות ברסלב, מחלוקת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ירושלים עיה"ק, און איך האב זוכה געווען מקורב צו ווערן צו ברסלב, בעיקר דורך אייך, אבער איך האב געהערט פון נאך משפיעים אין ברסלב, און איך בין ברוך ה' זוכה צו לערנען תורה יעדן טאג אויפ'ן סדר דרך הלימוד, איך בין זיך מתבודד א שעה יעדן טאג, און איך האב ברוך ה' שלום בית אין אייער זכות.


איך האב ליב און איך בין מכבד יעדן איד, און איך האב ברוך ה' נישט קיין שייכות צו קיין שום מחלוקת, עס טוט מיר אבער וויי צו זען אז דוקא אין ברסלב איז דא אזויפיל מחלוקת. איך זע אידן וואס זענען געבוירן אין ברסלב, זיי קענען גוט דעם רבינ'ס ספרים, און פון דעסט וועגן זענען זיי נאר פארנומען מיט פאליטיק, ווער ס'איז אלץ א מפורסם של שקר, ווער ס'איז יא גוט און ווער ס'איז נישט גוט.


דער עיקר האב איך מורא פאר מיר אליין, די אלע מענטשן זענען דאך לכאורה אויך געגאנגען אויפ'ן זעלבן וועג ווי איך גיי, און ווער זאגט אז איין טאג וועל איך אויך נישט ווערן אזוי, צו ווערן פארנומען מיט נארישע פאליטיק, אנשטאט צו נוצן דעם רבינ'ס עצות נאר פאר מיר אליין.


ווי אזוי מאכט מען זיכער צו נעמען דעם רבי'ן נאר פאר זיך, און נישט זיין פארנומען מיט קיין שום פאליטיק און מחלוקת?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אמור, י"ד אייר, פסח שני, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן קעא) אויפ'ן פסוק (דניאל יב, ב): וְרַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, "עַל יְדֵי שֶׁנִּתְעוֹרֵר שֵׂכֶל חָדָשׁ בַּעֲבוֹדַת ה', מַה שֶּׁלֹּא הָיָה נוֹדָע עַד עַתָּה", ווען צדיקים זענען מגלה נייע וועגן ווי אזוי מען זאל דינען דעם אייבערשטן, דורך דעם וועקן זיך מענטשן אויף, עס ווערט: "רַבִּים מִיְּשֵׁנֵי אַדְמַת עָפָר יָקִיצוּ, אַךְ אֵלֶּה לְחַיֵּי עוֹלָם וְאֵלֶּה לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם", אבער נישט אלע נעמען די נייע וועג צו גיין מיט דעם צום אייבערשטן, א טייל נעמען דאס פאר חיי עולם און א טייל נעמען דאס צו שענדן די וועלט, "כִּי 'צַדִּיקִים יֵלְכוּ בָם' - שֶׁעוֹבְדִין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", די צדיקים נעמען דעם צדיק'ס נייע וועג צו דינען דערמיט דעם אייבערשטן, "'וּפוֹשְׁעִים יִכָּשְׁלוּ בָם', שֶׁאֵינָם עוֹבְדִין בָּזֶה אֶת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", אבער די שלעכטע מענטשן נעמען דאס נישט צו דינען דעם אייבערשטן, "רַק שֶׁעַל יְדֵי זֶה הֵם מְבַזִּין וּמְחָרְפִין אֶת הָעוֹלָם", נאר זיי באנוצן זיך מיט די נייע שכל חוזק צו מאכן פון די וועלט, "עַל שֶׁהֵם יוֹדְעִין מִזֶּה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ, וְהָעוֹלָם אֵינָם יוֹדְעִין מִזֶּה", זיי בארומען זיך אז זיי ווייסן פון די נייע שכל אבער די וועלט ווייסט נישט דערפון, "וּכְמוֹ שֶׁשָּׁמַעְתִּי - לַחֲרָפוֹת וּלְדִרְאוֹן עוֹלָם, הַיְנוּ לְחָרֵף וּלְבַזּוֹת הָעוֹלָם, כִּי אֵינָם מִשְׁתַּמְּשִׁין עִם זֶה הַשֵּׂכֶל הֶחָדָשׁ רַק לְבַזּוֹת וּלְחָרֵף הָעוֹלָם, עַל יְדֵי שֶׁהֵם יוֹדְעִים מִזֶּה, וְהָעוֹלָם הֵם רֵיקִים וַחֲסֵרִים מִזֶּה", מען שפעט פון אנדערע, מען מאכט מחלוקת אויף אנדערע, מען באנוצט זיך נישט מיט די שכל צו דינען דעם אייבערשטן.


ליידער האבן מיר דאס געזען אלע יארן, ווי מען האט פארשעמט מוהרא"ש; די מחלוקות אויף מוהרא"ש איז נישט געקומען פון פרעמדע, נאר ליידער ליידער, די וואס פאררופן זיך 'ברסלב'ע חסידים' - זיי האבן געקריגט און געמאכט די מחלוקות; דאס איז וואס דער רבי זאגט, אז נישט אלע וואס קומען צום צדיק באנוצן זיך מיט דעם צדיק'ס ווערטער פאר עבודת השם, א טייל נוצן דאס צו שענדן אנדערע.


א רחמנות אויף די וואס פאררופן זיך ברסלב'ער און זענען פארנומען מיט מחלוקות; עס וועט קומען א צייט וואס זיי וועלן זיך נישט קענען מוחל זיין אויף וואס זיי האבן געטון. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צו צוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף דער וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א שיינער בעל תפילה און א גרויסער עובד ה', דאך האט רבי נתן געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.


שטיי אוועק פון די אזוי גערופענע ברסלב'ער, שטיי ווייט פון זיי כמטחוי קשת; דו זאלסט קיינמאל נישט האבן מיט די וואס טשעפען אנדערע, רבי נתן האט קיינמאל נישט געוואלט זיין פון די וואס רודפ'ן אנדערע. אמאל זענען געקומען צו רבי נתן די משכילים פון אומאן, זיי האבן ליב געהאט, זיי האבן אים געזאגט: "מיר קענען פועל'ן ביי די רעגירונג אז ביז פיר און צוואנציג שעה זאל נישט זיין אין גאנץ רוסלאנד קיין איין מתנגד אויף אייך!" זיי האבן געהאט א כח ביי די רעגירונג, זיי האבן געזען ווי מען רודפ'ט רבי נתן פאר גארנישט מיט נישט, זיי האבן דאס נישט געקענט אויסהאלטן, האבן זיי דאס געזאגט פאר רבי נתן און געבעטן רשות דאס צו טון, האט רבי נתן געזאגט: "איך פארגין נישט די מתנגדים זיי זאלן זיין נרדפים, איך וויל זיין דער נרדף; דער רבי האט מיר געלערנט קיינמאל נישט צו רודפ'ן אנדערע".


דעריבער בעט איך דיר, אנטלויף פון די וואס רופן זיך ברסלב'ער, די וואס רודפ'ן אנדערע; חבר זיך נאר מיט אנשי שלומינו וואס זייערע דיבורים זענען נאר פון תכלית, זייערע דיבורים איז נאר פון חיזוק. זוך אויף צווישן אנשי שלומינו די וואס רעדן נאר פון חיי עולם, הער אויס שיעורים פון אנשי שלומינו וואס זייערע ווערטער זענען חיזוק אויף תורה, חיזוק אויף תפילה.


דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, יעדן איינעם ארויסשלעפן פון זיין בלאטע - אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן. הער נישט אויס די טעלעפאן ליינס וואס רעדן אויף דעם און אויף יענעם, גיי נישט אריין אין שולן וואס מען רעדט קעגן דעם און יענעם. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תפלה, סימן לב): "אַל תִּתְפַּלֵּל בְּבַיִת שֶׁבָּנָה בַּעַל מַחְלוֹקֶת", מען זאל נישט דאווענען אין א הויז וואס א בעל מחלוקת האט געבויעט; מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, דאס מיינט מען א בית המדרש וואו מען קריגט זיך, אויף דעם זאגט דער רבי אז מען זאל נישט אריינגיין דאווענען אין א שול וואס מען קריגט זיך דארט.


מוהרא"ש האט געשריבן א בריוו פאר אונז אפאר שעה איידער זיין הסתלקות, אין שפיאל האט מוהרא"ש געשריבן די בריוו ווי ער בעט זיך ביי אונז אז מיר זאלן נישט האבן צוטון מיט מחלוקות:


"בעזה"י יוֹם ה' לְסֵדֶר יִתְרוֹ ט"ז בִּשְׁבַט ה'תשע"ה


שָׁלוֹם וּבְרָכָה וְכָל טוֹב סֶלָה יַגִיעוּ וְיִרְדְפוּ אֶל כְּלָלִיּוֹת אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ הַיְקָרִים דִי בְּכָל אֲתַר וַאֲתַר הוי"ה עַלֵיהֶם יַשְׁרֶה שְׁכִינָתוֹ תָּמִיד


אִיךְ וִויל זֵייעֶר שְׁטַארְק אַז אַלֶע מַיינֶע תַּלְמִידִים וֶועלְכֶע זֶענֶען מְקוּשָׁר צוּ מִיר זָאלְן אוֹיפְשְׁטֶעלְן אַ בֵּית הַמִדְרָשׁ "הֵיכָל הַקוֹדֶשׁ" אִין זֵייעֶר שְׁטָאט, אִין דִי גֶעגְנְט וואוּ זֵיי וואוֹינֶען.


אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט.


פוּן צַייט צוּ צַייט זָאלְט אִיר קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר, אוּן אִיךְ וֶועל אַייךְ דַאנְקְבַּאר זַיין פַאר דֶעם. וֶוען אִיר וֶועט קוּמֶען צוּ מַיין קֵבֶר אוּן אִיר וֶועט דָארְט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אַ יְשׁוּעָה, וֶועל אִיךְ זַיין פַאר אַייךְ אַ מֵלִיץ יוֹשֶׁר אוֹיבְן אִין הִימְל".


אויך שרייבט מוהרא"ש אין די צוואה זייער שטארק קעגן מחלוקות, מוהרא"ש שרייבט (צוואת מוהרא"ש, אות י):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְק הִיטְן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְצוּמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת אוּן קְרִיגֶערַייעֶן, אִיר זָאלְט נִישְׁט הָאבְּן קַיין שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם סָארְט פָּאלִיטִיק.


כְּלַל יִשְרָאֵל אִיז אֵיין גְרוֹיסֶער גֶעשְׁטֶעל, אוֹיבּ הֵייבְּט מֶען אָן זוּכְן חֶסְרוֹנוֹת אוֹיף אִידְן, צוּבְּרֶעכְט מֶען מִיט דֶעם חֲלָקִים פוּנֶעם גַאנְצְן גֶעשְׁטֶעל, אוּן דַאן קֶען צוּפַאלְן דֶער גַאנְצֶע בִּנְיָן, מֶען קֶען אִינְגַאנְצְן אַוֶועק פַאלְן פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַרַיינְפַאלְן חַס וְשָׁלוֹם אִין כְּפִירוֹת אוּן אַפִּיקוֹרְסוּת. אוּן פַארְקֶערְט וֶוען מֶען הַאלְט זִיךְ בְּשָׁלוֹם בְּרֶענְגְט דָאס אַלֶע גוּטֶע זַאכְן, שָׁלוֹם אִיז דִי כֵּלִי וָואס בְּרֶענְגְט פַארְן מֶענְטְשׁ אַלֶע גוּטֶע בְּרָכוֹת אוּן יְשׁוּעוֹת.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם מַחְלוֹקֶת, אִיר זָאלְט אֵייבִּיג שְׁטֵיין פוּן דִי זַייט אוּן אַנְטְלוֹיפְן נָאר צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. אֲפִילוּ אוֹיבּ מֶען וֶועט אַייךְ וֶועלְן אַיינְרֶעדְן אַז עֶס אִיז מַמָשׁ אַ מִצְוָה אוּן אַ חוֹב קָדוֹש צוּ רוֹדְפְ'ן אַ גֶעוִויסְן מֶענְטְשׁ, זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן דִי סָארְט מִצְוֹת, אִיר זָאלְט אַייךְ הַאלְטְן נָאר בְּשָׁלוֹם מִיט יֶעדְן אֵיינֶעם. אוּן זִיכֶער זָאלְט אִיר קֵיינְמָאל נִישְׁט אוּנְטֶערְשְׁרַייבְּן קֶעגְן קַיין שׁוּם אִיד, וֶוער עֶס שְׁרַייבְּט אוּנְטֶער קֶעגְן אַ אִיד גֵייט אַרַיין אִין כְּלַל וָואס דִי חֲזַ"ל זָאגְן (סַנְהֶדְרִין נח:) "הַמַּגְבִּיהַּ יָדָיו עַל חֲבֵירוֹ נִקְרָא רָשָׁע" - אֵיינֶער וָואס הֵייבְּט אוֹיף אַ הַאנְט אוֹיף זַיין חַבֶר הֵייסְט אַ רָשָׁע. דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֶועט נְקָמָה נֶעמֶען אִין דֶעם וָואס טוּט דָאס, עֶר וֶועט וֶוערְן אוֹיסְגֶערִיסְן פוּן דִי וֶועלְט רַחֲמָנָא לִיצְלָן.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן אַלֶע עֶרְלֵיי מַחְלוֹקֶת, רַייבֶּערֵייעֶן אוּן טַעֲנָה'רַייעֶן וָואס מַאכְט זִיךְ צְוִוישְׁן חֲסִידוּת'ן אָדֶער צְוִוישְׁן אַנְדֶערֶע גְרוּפֶּעס אוּן פַּארְטֵייעֶן. אִיר זָאלְט זֶען צוּ מְכַבֵּד זַיין יֶעדְן אִיד, צוּ הַאלְטְן טֵייעֶר אוּן חָשׁוּב יֶעדְן אִיד. אִיר זָאלְט מִתְפַּלֵל זַיין אוּן בֶּעטְן דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַז עֶס זָאל זַיין נָאר שָׁלוֹם צְוִוישְׁן אִידְן אוּן אַז אַלֶע אִידְן זָאלְן צוּרִיק קוּמֶען צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן.


אִין דֶעם זְכוּת וָואס אִיר וֶועט נָאר זוּכְן שָׁלוֹם אוּן אִיר וֶועט מִתְפַּלֵל זַיין פַאר אִידְנְ'ס וֶועגְן, אִין דֶעם זְכוּת וֶועלְן אַייעֶרֶע תְּפִלוֹת וֶוערְן אָנְגֶענוּמֶען אִין הִימְל אוּן עֶס וֶועט אַרָאפּ בְּרֶענְגֶען אַלֶע גוּטֶע הַשְׁפָּעוֹת, וַוייל בַּיים אֵייבֶּערְשְׁטְן אִיז זֵייעֶר חָשׁוּב וֶוער עֶס פְּרוּבִּירְט זִיךְ צוּ הַאלְטְן בְּשָׁלוֹם מִיט אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער אוּן עֶר בֶּעט אוּן אִיז מִתְפַּלֵל פַאר אִידִישֶׁע קִינְדֶער", עד כאן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.