תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געליינט א בריוו וואס איינער פרעגט אן דעם ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון אז זיין ווייב שרייט כסדר אויף די קינדער, און איך האב זיך ממש געשפירט אין די שאלה, אבער דער ענטפער האט מיר נערוועז געמאכט, דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט יענעם ער זאל געבן פאר זיין ווייב די קונטרסים אויף חינוך הילדים, איך בין אבער אין א מצב אז איך קען נישט געבן פאר מיין ווייב קיין ברסלב'ע ספרים, זי וועט קיינמאל נישט ליינען עפעס וואס זי איז נישט אויפגעוואקסן דערמיט, און נאכדערצו ווען דאס איז א זאך וואס פארלאנגט פון איר עפעס צו פאררעכטן.
איך שפיר אז איך קען נישט האבן קיין שלום בית, ווייל זי טוט אזויפיל וויי מיינע קינדער און אויך מיר. איך הער אז מ'דארף זיין א גוטע מאן צו די ווייב, איך שפיר אבער אז ביי מיר איז דאס נישט מעגליך, ווייל זי וויל נאר זיין מיין בעל הבית, זי וויל אלעמאל ווייסן וואס איך טו און מיט וועמען איך רעד, און דאס איז אויסער מיינע אייגענע נסיונות מיט וואס איך מוטשע זיך שוין פון אלס בחור.
איך בין א צעקלאפטער און טרויעריגער, און צו אלע צרות האב איך נאך חתונה געהאט מיט א צעריקטע ווייב וואס גייט מיר אויף די נערווען, איך שפיר אז דאס לעבן איז מיר נישט ווערד, איך האב נישט קיין כח און אינטערעסע צו טראגן די אחריות פון א שטוב ווי לאנג איך לעב מיט אזא סארט ווייב.
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר ארויסהעלפן אין מיין מצב.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ח תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מאך זיך א שיעור אינעם ספר: "אוצר שלום בית", און אין די אידישע ספרים: "מכבד זיין די ווייב", "שלום אין שטוב", "ס'איז גוט"; אויך זאלסטו לערנען דעם ספר: "למה להתגרש" - (אין אידיש: "זיך גט'ן איז נישט די עצה"). דארט וועסטו זען ווי מוהרא"ש לערנט אונז ווי אזוי מען לעבט מיט א ווייב, דאס גרויסקייט פון העלפן די ווייב און דאס וויכטיגקייט פון קוקן מיט א גוט אויג אויף איר און רעדן צי איר שיין.
וויסן זאלסטו אז דיינע צרות זענען צוליב דיינע עבירות, ווייל דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו זאגט: "ווען א מענטש איז פוגם במחשבה – ער טראכט שלעכטע זאכן, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיינע אייגענע קינדער; ווען א מענטש איז פוגם בדיבור - ער רעדט זאכן וואס מען טאר נישט, ליידט ער נאכדעם צרות פון זיין ווייב, און ווען א מענטש איז פוגם במעשה - ער זינדיגט און טוט עבירות, ליידט ער נאכדעם פון מענטשן"; אנשטאט דו זאלסט ווארפן דעם שולד אויף איר און טראכטן אז זי איז די פראבלעם זאלסטו ענדערש תשובה טון, זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן אויף אלעס וואס דו האסט פוגם געווען במחשבה, דיבור ומעשה, וועסטו זוכה זיין צו וואס שלמה המלך זאגט (משלי טז, ז): "בִּרְצוֹת ה' דַּרְכֵי אִישׁ, גַּם אוֹיְבָיו יַשְׁלִם אִתּוֹ", ווען א מענטש גייט מיט'ן אייבערשטן וועלן זיינע פיינט ווערן פריינט; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה נד, א): ווער זענען זיינע פיינט? "רַבִּי יוֹחָנָן אָמַר, זוֹ אִשְׁתּוֹ", דאס מיינט מען די ווייב; ווייל ווען א מענטש פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין, דעמאלט ווערט זיין ווייב זיין העלפער, זי וועט שלום מאכן מיט אים און זיין פאר אים אן עזר.
קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער איר דאס אהיים ברענגען, האט רב געפרעגט פון רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רב חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ראטעוועט מיר פון עבירות און זי ציט אויף די קינדער; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.