תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיין ווייב בעט מיר איך זאל פרעגן אן עצה פונעם ראש ישיבה שליט"א, עס דערנענטערט זיך די הייליגע ימים טובים פון פורים און פסח, און דאס דערמאנט איר וואס זי האט מיטגעמאכט לעצטע יאר אין די צייטן, ווי שווער זי האט זיך געמוטשעט, ווי שווער זי האט געארבעט, וויפיל לחץ און דרוק זי האט געהאט, ווי זי האט ממש געפלאצט און נישט געקענט פארנעמען די שוועריקייטן; און יעצט ווען עס קומט נאכאמאל, וויל זי נישט עס זאל זיך נאכאמאל איבער'חזר'ן די זעלבע, ווי אזוי קען מען זיין רואיג, זיך גרייטן צו די ימים טובים מיט א רואיגקייט.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ה' פרשת תרומה, ב' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווען עס קומען די ימים טובים טעג, און מען דארף אנגרייטן די שטוב - דארף מען צעטיילן די ארבעט צווישן מאן און ווייב, די ווייב שטעלט אהער דעם יום טוב, אבער דאס קען נאר ארבעטן אז דער מאן מאכט איר פרייליך, אז ער קומט אהיים פרייליך, און מאכט צייט איר אויסהערן און אויסרעדן.
דיין ארבעט איז בארואיגן דיין ווייב און איר פרייליך מאכן, זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, און זיך אינאיינעם איבערגעבן צום אייבערשטן. אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט, זיך יעדן טאג איבערגעבן צום אייבערשטן, בפרט ווען עס קומט א שבת און א יום טוב דארף מען זיך פון פריש איבערגעבן צום אייבערשטן; אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן ב): "וְדַרְכִּי, כְּשֶׁבָּא הַיּוֹם אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַתְּנוּעוֹת שֶׁלִּי וְשֶׁל בָּנַי וְהַתְּלוּיִים בִּי עַל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ, וְזֶה טוֹב מְאֹד", איך פיר זיך אז יעדן אינדערפרי ווען איך שטיי אויף געב איך זיך איבער צום אייבערשטן, איך געב איבער אלע מיינע מחשבות, אלע מיינע דיבורים און אלע מיינע מעשים פארן אייבערשטן, "גַּם אֲזַי אֵין צָרִיךְ לִדְאֹג וְלַחְשֹׁב כְּלָל 'אִם מִתְנַהֵג כָּרָאוּי אִם לָאו', מֵאַחַר שֶׁסּוֹמֵךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ. וְאִם הוּא יִתְבָּרַךְ רוֹצֶה בְּעִנְיָן אַחֵר, הוּא מְרֻצֶּה לְהִתְנַהֵג בְּעִנְיָן אַחֵר כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", עס איז זייער גוט זיך איבערגעבן צום אייבערשטן גלייך אינדערפרי, אזוי דארף איך נישט טראכטן נאכדעם 'צי איך האב גוט געטון און אפשר וואלט איך געדארפט טון פארקערט', ווייל אז איך האב זיך איבערגעגעבן צום אייבערשטן איז אלעס זיכער גוט, "וְכֵן כְּשֶׁמַּגִּיעַ שַׁבָּת אוֹ יוֹם טוֹב", אזוי אויך ווען עס קומט שבת און יום טוב, "אֲזַי אֲנִי מוֹסֵר כָּל הַהִתְנַהֲגוּת וְכָל הָעִנְיָנִים וְהַתְּנוּעוֹת שֶׁל אוֹתוֹ הַשַּׁבָּת אוֹ הַיּוֹם טוֹב, לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, שֶׁיִּהְיֶה הַכֹּל כִּרְצוֹנוֹ יִתְבָּרַךְ", געב איך זיך אינגאנצן איבער פארן אייבערשטן, "וַאֲזַי, אֵיךְ שֶׁמִּתְנַהֵג בְּאוֹתוֹ הַשַּׁבָּת וְיוֹם טוֹב, שׁוּב אֵינוֹ חוֹשֵׁב וְחוֹשֵׁשׁ כְּלָל שֶׁמָּא לֹא יָצָא יְדֵי חוֹבָה בְּהַנְהָגַת קְדֻשַּׁת אוֹתוֹ הַיּוֹם, מֵאַחַר שֶׁכְּבָר מָסַר הַכֹּל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְסָמַךְ עָלָיו יִתְבָּרַךְ לְבַד", אזוי בין איך רואיג און פרייליך פונעם שבת און פונעם יום טוב, איך דארף נישט איבערטראכטן און איבערקלערן צי איך האב גוט געטון אדער נישט.
מאך פרייליך דיין ווייב. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה ו:): "אשה, בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב; וועט זי קענען אויפנעמען אלע ימים טובים רואיג מיט שמחה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.