שאלה אין קורצן ענין
#12 - זאל איך שיקן א טייערע משלוח מנות פאר מיין בעל הבית?
סיפורי צדיקים, הכרת הטוב, פרנסה, פורים, משלוח מנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך ארבעט אין א ביזנעס וואו איך באקום שיין באצאלט ברוך ה', און מיין בעל הבית איז צופרידן פון מיין ארבעט, איך וויל וויסן אויב איך דארף אים זאגן אז איך בין צופרידן פון די ארבעט? למעשה איז ער נאר א שליח פונעם אייבערשטן וואס דורך אים שיקט ער מיר פרנסה, און אויך האב איך מורא אז אויב וועל איך אים צופיל באדאנקען וועט ער מיר ארויפלייגן מער און מער ארבעט און מיך צופיל אויסנוצן.


אויך וויל איך פרעגן אויב איך דארף אים שיקן א טייערע משלוח מנות. אויך וויל איך וויסן וואס צו טון אויב ער בעט מיר צו ערלעדיגן אין די ארבעט שעה'ן א זאך וואס איז נישט פאר די ביזנעס נאר פאר אים פריוואט, דארף איך עס טון, אדער קען איך אים זאגן אז וויבאלד עס איז נישט פאר די ביזנעס טו איך עס נישט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די שענסטע זאך איז די מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען און געדענקען די וואס זענען געווען גוטע שליחים פונעם אייבערשטן; ווייל די שענסטע מידה איז הכרת הטוב, און די עקלדיגסטע מידה איז זיין א כפוי טובה.


מוהרא"ש האט דערציילט אן אינטערעסאנטע מעשה, א מענטש איז געווען אונטערוועגנס און געהערט א געשריי, ער איז נאכגעגאנגען די קול פון די געשריי ביז ער איז אנגעקומען צו א גרוב, אויפן גרוב איז געלעגן א גרויסע שטיין אין אינעם גרוב איז געלעגן א וואלף. עס איז געווען א קליינע שפאלט און פון דארט האט דער וואלף ארויסגעשטעקט זיין קאפ און געוויינט און געשריגן מען זאל רחמנות האבן אויף אים און אים באפרייען, דער מענטש האט באקומען א רחמנות געפיל, ער האט געוואלט באפרייען דעם וואלף אבער ער האט מורא געהאט אז דער וואלף וועט אים פארציקן, דער וואלף האט אים צוגעזאגט און געשוואוירן מיט אלע סארט שבועות: "אויב דו וועסט מיך באפרייען וועל איך דיר גארנישט שלעכטס טון", דער מענטש האט שווער געארבעט אראפצונעמען דעם פעלזן שטיין און ער האט מצליח געווען צו באפרייען דעם וואלף.


עס גייט אריבער א מינוט און דער וואלף זאגט פאר דעם מענטש: "זאג וידוי ווייל ביז אפאר סעקונדעס ביסטו טויט, שוין אפאר טעג וואס איך האב נישט געגעסן און איך מוז דיך פארצוקן"; דער מענטש איז געווארן טויט דערשראקן, ער זאגט דעם וואלף: "איך פארשטיי נישט ווי אזוי דו קענסט דאס טון צו מיר, איך האב דיך געראטעוועט און דו האסט מיר צוגעזאגט און געשוואוירן אז דו גייסט מיר נישט שלעכטס טון!" ענטפערט אים דער וואלף: "אמת, איך האב דיר צוגעזאגט, אבער דאס איז אן ענין פון פיקוח נפש, און די הלכה איז אז פיקוח נפש איז דוחה כל התורה כולה, איך האב שוין נישט געגעסן פאר אפאר טעג, איך גיי דיך אויפעסן", דער מענטש טענה'ט ווייטער: "ווי קענסטו דאס טון?!" עס איז געגאנגען די טענות אהין און צוריק.


פלוצלונג זעט דער מענטש דעם לייב, דער קעניג פון די חיות. זאגט ער פארן וואלף: "לאמיר פרעגן דעם לייב", און דער וואלף איז מסכים. זיי לייגן פָאר זייערע טענות צום לייב, זאגט דער לייב: "איך וויל זען די מעשה ווי אזוי עס איז געווען, דער וואלף זאל צוריק גיין אין גרוב, מען זאל צוריק לייגן די שטיין, אזוי וועל איך קענען פסק'נען אן אמת'ע פסק דין".


מען האט אזוי געטון, דער וואלף איז צוריק אין גרוב, און מען האט צוריק געלייגט די שטיין, און דער לייב רופט זיך אן און זאגט פארן וואלף: "דו בלייב אין גרוב, און דו מענטש, פון יעצט און ווייטער זאלסטו נישט האבן צוטון מיט אזא איינעם וואס איז נישט מכיר טובה".


עס פעלט נישט אויס צו אויסגעבן געלט פאר טייערע משלוח מנות, אז דו ווילסט מכיר טובה זיין - זאלסטו געבן א פשוט'ע משלוח מנות און שרייבן א שיינע בריוו און זיך שטענדיג באדאנקען. עס איז אזוי שיין די מידה פון הכרת הטוב, די וואס האבן הכרת הטוב צו מענטשן - די האבן הכרת הטוב צום אייבערשטן, די דאנקען און לויבן שטענדיג דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#11 - פארוואס האב איך נישט געזען מרדכי הצדיק ביי די מגילה?
התחזקות, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, ספיקות, בלבולים, פורים, מגילה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פאריאר פאר פורים האב איך געזען צעטלעך געשריבן אין נאמען פון רבי נתן אז ווער עס וועט שרייען דרייסיג טאג פאר פורים, "הצילני מקליפת המן עמלק, וזכני לקדושת מרדכי ואסתר", וועט זוכה זיין צו זען מרדכי הצדיק ביי די מגילה. איך האב עס געשריגן פאר די גאנצע דרייסיג טעג פאר פורים, אבער איך האב גארנישט געשפירט עפעס ספעציעל ביי די מגילה. וואס איז פשט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פקודי, ג' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


צדיקים זאגן, עס לוינט זיך אראפצוקומען אויף די וועלט און עס זאל איבערגיין וואס גייט איבער - אבי זוכה זיין צו הערן איינמאל די הייליגע מגילה; עס האט נישט מיט וואס מען שפירט, אפילו מען שפירט גארנישט - איז דאס די בעסטע זאך פאר די נשמה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט, עס איז געווען א איד וואס ביים צווייטן נאכט פסח נאכן סדר האט ער געליינט די מגילה, און ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט. די נשמה דערציילט אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאכאלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלע זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפנט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישטא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגן יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך דער טיר פינקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכנט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגן יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט 'איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'יעצט איז פסח, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגן יאר פורים', איך האב גע'טענה'ט 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיך אריינלאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיך אריינלאזן אין גן עדן - וועט מען דיך אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן", האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיך צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיך אריינלאזן אין גן עדן"; זעט מען דאס גרויסקייט וואס מען קען זוכה זיין ביי קריאת מגילה, מען קען זוכה זיין צו גן עדן.


צעברעך זיך נישט, דאס אליין אז עס גייט אריבער דרייסיג טעג און מען בעט טאג נאך טאג: "הייליגער באשעפער איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, ראטעווע מיך פון המן און עמלק און זיי מיך מקרב צו דיר" - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר, און דאס אליין אז מען וויל זיין גוט; מען וויל, מען בעט און מען בענקט, מען וויל זיין ערליך - דאס איז קדושת מרדכי ואסתר.


לאז נישט אפ די הייליגע עבודה, דו שריי ווייטער: "רבונו של עולם, ראטעווע מיך פון המן און עמלק, און געב מיר צו שפירן די זיסקייט פון מרדכי הצדיק און אסתר המלכה, איך זאל ליב האבן די תורה, ליב האבן די מצוות".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - פארוואס איז ביי מיר אזוי אנגעצויגן אין דעם פרייליכן טאג פון פורים?
היכל הקודש, שמחה, משפחה, עצבות, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן וועגן פורים, איך האב קע"ה פינף קליינע קינדער און עס קומט מיר אן זייער שווער דאס ארומלויפן אום פורים פון איין באבע צו די אנדערע, איך טראכט אז פורים וואלט געדארפט זיין אזא פרייליכע טאג, מען זאל זיין אויף איין פלאץ, מאכן א פרייליכע סעודה, און טאנצן און זיך פרייען אויף אלע ניסים וואס דער אייבערשטער האט געטון און טט נאכאלץ מיט אונז, אבער למעשה איז עס מיר אזא אנגעשטרענגטע טאג וואס מען דארף ארומלויפן צו אלע זיידעס און באבעס, און ביי יעדע הויז דארף מען נאכאמאל אויסטון די מאנטלען אז יעדער זאל זען ווי שיין די קינדער זענען פארשטעלט, און די קינדער אליין זענען אינגאנצן צעדרייט, און אזוי בלייבט נישט צופיל כח און מח צו זיין פרייליך.


אויסער דעם האב איך זייער שטארק חשק אנצוקומען אום פורים אווענט אין היכל הקודש צו טאנצן און זיך פרייען מיט אנשי שלומינו, איך פרוביר זייער שטארק נישט צו טרינקען קיין סאך וויין א גאנצן טאג אז איך זאל קענען העלפן מיין ווייב און נאך קענען אנקומען אין שול, אבער נאך אזא שווערע טאג דארף איך נאך אהיימגיין העלפן מיין ווייב לייגן שלאפן די קינדער און נאכדעם פאל איך אריין אין בעט און אום שושן פורים האב איך אזוי חרטה פארוואס איך בין נישט אנגעקומען אין שול. יעדעס יאר ווען דער ראש ישיבה פארציילט די מעשה פון "צרות לבבי הרחיבו ממצוקותי הוציאני", ווי אזוי דער איד איז געהאלפן געווארן ביים טאנצן מיט אנשי שלומינו ביי רבי מאיר טעפליקער ז"ל, שטערט מיך עס נאכאמאל אזוי שטארק אז איך בין נישט אנגעקומען צו זיין פורים מיט אנשי שלומינו.


מיין שאלה אין קורצן איז צוויי זאכן: איינס אז עס א שווערע טאג בכלל, און צווייטנס אז איך קום נישט אן אין שול. אפשר קען דער ראש ישיבה שרייבן עפעס חיזוק און עצות אויף דעם? דער אייבערשטער זאל געבן כח פאר'ן ראש ישיבה ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויקהל, י"ט אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אלעס ווענדט זיך ווי אזוי מען קוקט דערויף; אז מען פארשטייט וואס עלטערן זענען, מען האלט די עלטערן טייער, - איז בכלל נישט שווער צו גיין צו זיי; אדרבה, מען פריידט זיך ווען עס קומט א יום טוב וכדומה, מען ווארט אויף א געלעגנהייט ווען צו גיין צו א זיידע, א באבע - זיי מחי' זיין און נעמען ביי זיי א ברכה. ביי די מענטשן וואס ווייסן דאס חשיבות פון עלטערן - איז דאס די גרעסטע שמחה, צו קענען גיין פורים מיט די משפחה; עס איז בכלל נישט שווער אנצוטון און אויסטון די מאנטלען, ווייזן פאר יעדע זיידע און באבע די פארשטעלאכטס, עס איז א שמחה און א פרייד.


נישט אלע זענען זוכה צו קענען גיין צו עלטערן, אסאך משפחות וואלטן געוואלט גיין פורים צו זיידעס און באבעס אבער זיי האבן ליידער נישט; אז דו האסט באבעס מיט זיידעס וואו צו גיין מיט דיינע קינדער - זאלסטו גיין מיט שמחה און פרייד. אויך איז דאס א גרויסע מצוה, מחי' זיין עלטערן; עס איז פון די גרעסטע מצוות אין די תורה.


בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו האבן א פרייליכן פורים, זאלסט קענען אויסניצן דעם טאג מיט גוטע זאכן און טון די מצוות מיט שמחה. פורים איז אזא גרויסע טאג, מען קומט צו די בחינה פון (מגילה ז:): "עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְכַי", מען ווערט געוואר אז אלעס איז דער אייבערשטער, סיי ווען עס גייט איבער אויפ'ן מענטש שווערע ביטערע נסיונות, בבחינת "אָרוּר הָמָן", און סיי ווען עס גייט אלעס גוט, בבחינת "בָּרוּךְ מָרְדְכַי"; אלעס איז דער אייבערשטער, מען קומט צו די העכסטע דרגא, מען וויל גארנישט - נאר דעם אייבערשטן.


ווען א מענטש איז זיך מבטל צום אייבערשטן, ער וויל גארנישט, ער דארף גארנישט; ער ווייסט ביי זיך 'איך בין גארנישט', ער דארף נאר דעם אייבערשטן, - דער מענטש איז פרייליך וואו ער געפונט זיך. מען קען שרייען (תהלים כה, יז): "צָרוֹת לְבָבִי הִרְחִיבוּ, מִמְּצוּקוֹתַי הוֹצִיאֵנִי", - וואו אימער מען געפונט זיך, מען דארף נישט זיין דוקא צווישן אנשי שלומינו צו קענען זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן; דער רבי געבט אונז אזא שכל, א מענטש הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן איבעראל, ער איז זיך מחי' מיט אמונה וואו ער געפונט זיך.


אודאי איז א געשמאק צו זיין מיט אנשי שלומינו אין אזא הייליגע טאג, מען טאנצט אינאיינעם, מען פריידט זיך אינאיינעם, מען וויינט אינאיינעם, מען דאנקט אינאיינעם וכו' וכו'; אבער דאס איז נאכן זיין מיט די משפחה, נאכן זיין ביי די עלטערן, עלטערן קומען פאר דעם; גיין צו עלטערן, זיי מחי' זיין - איז די העכסטע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#9 - מעג מען פארשטעלן קינדער אום פורים ווי א טמא'נע באשעפעניש?
פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל וויסן אויב עס איז א פראבלעם צו פארשטעלן די קינדער אום פורים מיט א פארשטעלעכץ ווי א טמא'נע חיה, צום ביישפיל אן עלעפאנט, א לייב א בער, און דאס גלייכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז נישט קיין שום פראבלעם צו פארשטעלן די קינדער מיט פארשטעלאכטס פון א לייב, א בער – וכדומה; אזוי וועט דאך זיין ווען משיח וועט קומען.


דער נביא זאגט (ישעיה יא, ו-ז): "וְגָר זְאֵב עִם כֶּבֶשׂ", עס וועלן וואוינען א וואלף אינאיינעם מיט א בער, "וְנָמֵר עִם גְּדִי יִרְבָּץ", א לעמפערט וועט הויערן מיט א ציג, "וְעֵגֶל וּכְפִיר וּמְרִיא יַחְדָּו", א קעלבל, א יונגע לייב מיט א פעטע אקס - וועלן זיין אינאיינעם, "וְנַעַר קָטֹן נֹהֵג בָּם", א קינד וועט זיי פירן אן מורא האבן, "וּפָרָה וָדֹב תִּרְעֶינָה", א קו מיט א בער וועלן זיך פאשען; עס וועט אראפקומען אזא שטארקע ליכטיגקייט אויף די וועלט, עס וועט זיין שלום; אפילו צוויי פארקערטע זאכן וועלן לעבן בשלום.


דעריבער זאגט רבי נתן (לקוטי הלכות קרחה הלכה ג, אות כב) אז מען פארשטעלט זיך פורים ווי אראבער און ווי אנדערע פעלקער, ווייל פורים קומט אראפ אזא הייליגקייט, אזוי ווי עס וועט זיין ביי די גאולה, אזוי ווי עס שטייט (שם, ט): "לֹא יָרֵעוּ וְלֹא יַשְׁחִיתוּ בְּכָל הַר קָדְשִׁי כִּי מָלְאָה הָאָרֶץ דֵּעָה אֶת ה' כַּמַּיִם לַיָּם מְכַסִּים", - דאס קומט שוין אראפ פורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - איז דער יום טוב פורים נאר פאר עשירים און נישט פאר ארימעלייט?
קנאה, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א יישר כח פאר די טייערע שיעורים.


איך וויל עפעס פרעגן, כאטש איך שעם זיך אביסל, איך פיל עפעס אז דער יום טוב פורים איז נישט פאר מיר, ס'איז מער א יום טוב נאר פאר די עשירים, זיי מאכן גרויסע חגיגות, טיילן אסאך געלט, דער יום טוב איז עפעס נאר פאר זיי און נישט פאר פשוטע אידן. וואס האלט איר וועגן דעם?


מרדכי 

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פ' ויקהל פקודי - פרה, מברכים ניסן, כ"ב אדר, שנת תשע"ח לפ"ק


 


לכבוד מרדכי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס ביסטו מקנא א צווייטן? עס נישט דא וועמען מקנא צו זיין - בפרט א גביר; וואס ווייסטו וואס אן עושר מאכט מיט? מענטשן מיינען אז דער וואס האט עשירות דער איז גליקליך. אבער דער אמת איז אז די עשירים אויף זיי איז די גרעסטע רחמנות ווייל זיי האבן נישט קיין טאג און נישט קיין נאכט און זיי לעבן שטענדיג אין פחדים וכו', זיי האבן נישט קיין חברים, ווייל אלע וואס שמייכלען צו זיי דארפן נאר זייער געלט, קומט אויס זיי האבן נישט קיין אמת'ע חברים וכו' וכו' און זיי שפירן דאס זייער גוט.


גלייב מיר עס איז א גרויס רחמנות אויף עשירים; שלמה המלך זאגט (קהלת ה, יא): "מְתוּקָה שְׁנַת הָעֹבֵד, אִם מְעַט וְאִם הַרְבֵּה יֹאכֵל", אן ארימאן ער שלאפט גוט, ער האט נישט קיין דאגות וכו', "וְהַשָּׂבָע לֶעָשִׁיר אֵינֶנּוּ מַנִּיחַ לוֹ לִישׁוֹן", אבער דער עושר קען נישט שלאפן ביינאכט פון זיינע דאגות.


עס איז זייער נאריש מקנא צו זיין א צווייטן; דער הייליגער ר' נתן זכרונו לברכה האט געזאגט פאר זיין תלמיד ר' נחמן טולטשינער: "עס איז נישט דא וועמען צו מקנא זיין; אויב מקנא זיין, דארף מען מקנא זיין אן ערליכער איד, און אויב ביסטו דער ערליכער איד – זאגט ער פאר זיין תלמיד ר' נחמן - בין איך דיר מקנא".


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ד, א): "אֵיזֶהוּ עָשִׁיר – הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ", ווער איז אן עושר - א צופרידענער מענטש? דער וואס דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף וואס ער האט און ער קוקט נישט אויף א צווייטן.


פורים איז א יום טוב פאר יעדן איד, בפרט פאר מענטשן וואס ווארטן אויף א ישועה; מען זעט וואס דער אייבערשטער קען טון, ממש וואס דער רבי זאגט (עיין עלים לתרופה, מכתב יא): "וְיֵשׁ עִנְיָן שֶׁנִּתְהַפֵּךְ הַכֹּל לְטוֹבָה", עס קען אויסזען פארן מענטש אז אלעס איז פארמאכט, אלעס איז דערנאך, און פלוצלינג ווערט א ישועה וואס מען האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן פארדעם; פורים ווייזט אונז אז עס איז נישט דא קיין יאוש.


מיר האבן א רבי וואס האט אונז געגעבן א מתנה וואס הייסט 'התבודדות', אז א מענטש זאל זיך צוגעוואוינען זיך אויס צו רעדן זיין הארץ צום אייבערשטן. ווען א מענטש פאלגט דעם רבי'ן, ער זוכט זיך אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און ער שמועסט זיך דארט אויס זיין הארץ צום אייבערשטן, ער פארציילט אים אלעס וואס שטערט אים - דער מענטש לעבט אן אנדערע סארט לעבן, ער איז אן אמת'ער עושר. ער איז רייך ווייל ער לעבט מיטן אייבערשטן און דער אייבערשטער וועט אים אלעס געבן, ווייל דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען א מענטש פארציילט אים אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (פרשת בלק, קצה.) אז דער אייבערשטער ענטפערט פאר אן ארימאן שנעלער ווי ער ענטפערט פאר דעם גרעסטן צדיק. און ווען דוד המלך האט געזען דאס חשיבות פונעם ארימאן'ס תפילה האט ער אויסגעטון די בגדי מלכות און זיך געזעצט אויף דער ערד און געבעטן דעם אייבערשטן (תהלים פו, א): "תְּפִלָּה לְדָוִד, הַטֵּה ה' אָזְנְךָ עֲנֵנִי", הייליגער באשעפער העלף מיר, הער אויס מיין געבעט, "כִּי עָנִי וְאֶבְיוֹן אָנִי", ווייל איך בין אזוי ווי אן ארימאן; זעט מען פון דעם אז דער אייבערשטער איז זייער נאנט צו א מענטש וואס איז ביי זיך צעבראכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - וואס זענען די מנהגים פון שבת זכור?
התחזקות, בית המדרש, מנהגים, דאווענען, עבודת השם, פורים, שבת זכור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געוואלט פרעגן, אלס גבאי ביהמ"ד היכל הקודש, אויב ס'איז דא עפעס מנהגים אויף דעם שבת, שבת זכור, וואס די גבאים דארפן וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, לדוגמא, לגבי זינגען אינטערעסאנטע ניגונים ביי לכה דודי וכדומה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט זייער מקפיד געווען מען זאל זיך נישט נאריש מאכן ביים דאווענען. אפילו שמחת תורה וואס עס איז דא מנהגים צו מאכן אינטערעסאנטע זאכן - האט מוהרא"ש געזאגט מען זאל נישט שטערן דאס דאווענען און נישט מאכן די זאכן.


שבת זכור איז דער מנהג צו זאגן יוצרות ביי הויכע שמונה עשרה, און מען בעט דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין אויסצומעקן עמלק.


איידער מען גייט ליינען די פרשה פון עמלק איז כדאי אויסצורופן אז מען גייט יעצט מקיים זיין די מצוה פון מחיית עמלק, אזוי וועלן די עלטערן אריינרופן די קינדער, זיי האלטן נעבן זיך און זיי מחנך זיין מיט די מצוה.


אז עס קומט דיר אויס צו רעדן אין שול - זאלסטו רעדן די וואך בעיקר פון ווי שטארק דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד און ווי טייער עס איז יעדע מצוה וואס מיר טוען, דאס איז מחיית עמלק. דאס איז די מלחמה וואס ער איז לוחם; ער וויל אונז צעברעכן, ער וויל אונז איינרעדן אז דער אייבערשטער דארף אונז נישט און ער איז ברוגז חס ושלום אויף אונז; דארפן מיר לוחם זיין און ארויסהאקן פון קאפ די טריפה'נע מחשבות, מיר זאלן וויסן אז מיר זענען זייער באליבט ביים אייבערשטן און יעדע מצוה איז זייער חשוב.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען איך געהעריג טרינקען וויין אום פורים?
פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין זייט מיין בר מצוה האב איך אלץ געוואלט קענען מקיים זיין דעם "חייב איניש לבסומי", צו טרינקען און ווערן שיכור אום יום טוב פורים, אבער למעשה איז מיר זייער שווער צו טרינקען אלקאהאל.


וואס קען איך טון אז דאס יאר זאל איך יא קענען טרינקען געהעריג און מקיים זיין די מצוה ווי עס דארף צו זען?


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ענטפערן אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער פון וויפיל מען טרינקט א גאנץ יאר; קענסטו מקיים זיין די מצוה מיט איין כוס וויין. דער רמ"א זאגט: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן.


מוהרא"ש פלעגט זאגן אלע יארן פאר פורים מען זאל נישט טרינקען קיין סאך, מען זאל טרינקען אביסל, און טאנצן און שפרינגען, און זיך אסאך מתבודד זיין, ביז מען איז זוכה צו עַד דְּלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּךְ מָרְדְּכַי, עס זאל נישט מאכן קיין חילוק שלעכט אדער גוט, מיר זאלן וויסן אז אלעס איז דער אייבערשטער; אלעס וואס פאסירט, אלעס וואס גייט אריבער, סיי ארור המן און סיי ברוך מרדכי - איז נאר דער אייבערשטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - פארוואס האבן מיינע חברים נישט מיטגעהאלטן מיין שמחה?
שמחות, חברים, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער אייבערשטער איז זייער גוט צו מיר, איך האב ברוך ה' זוכה געווען די פארגאנגענע וואך צו א נייע ליכטיג מיידעלע.


איך האב געלאדענט א פערציג פופציג מענטשן צום קידוש דעם שבת, אבער קיינער נישט אנגעקומען, צום סוף זענען קוים צוויי מענטשן אנגעקומען צום קידוש, און דאס טוט מיר זייער וויי.


איך האלט זיך פאר א תלמיד פון ראש ישיבה, און איך דאווען אין א בית המדרש היכל הקודש, אבער דער עולם פון דארט איז נישט געקומען. מיין בעל הבית אין די ארבעט, און מיינע קאלעגעס ביי די ארבעט, זענען אויך נישט געקומען. און אזוי ווייטער מיינע אנדערע חברים זענען אויך נישט אנגעקומען.


איך פרוביר זיך מחזק צו זיין, אבער ס'טוט מיר באמת זייער וויי, איך האב געמיינט אז אסאך מענטשן וועלן מיטהאלטן מיין שמחה, און דערווייל זע איך אז קיינער טראכט נישט פון מיר. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תשא, שושן פורים, ט"ז אדר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית יואל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מזל טוב פאר די גרויסע שמחה! דער אייבערשטער זאל העלפן דו זאלסט מגדל זיין דיינע קינדער לתורה ולחופה ולמעשים טובים.


עס איז זייער נישט קיין שיינע זאך אז דיינע חברים זענען נישט געקומען צו דיין שמחה, בפרט ווען עס רעדט זיך פון תלמידי היכל הקודש; אבער פון די אנדערע זייט דארפסטו זיי דן זיין לכף זכות. די וואך שבת זענען אלע געווען זייער אפגעמאטערט, מען איז אריין אין שבת מתוך שכרות; ווען ערב שבת פאלט אום פורים אזוי ווי די יאר זענען כמעט אלע אונסים, מען איז פארנומען א גאנץ פורים מיט מצוות היום און ווען עס קומט שבת זענען אלע זייער אפגעמאטערט, מען האט נישט די כוחות צו גיין און קומען; איך בין זיכער ווען דו וואלסט געמאכט א שמחה אין א געווענליכע שבת וואלטן אלע געקומען זיך פרייען מיט דיין שמחה.


דער עיקר זאלסטו דאנקען דעם אייבערשטן אז דיין ווייב איז געזונט און דו האסט זוכה געווען צו א געזונט קינד. חברים איז נישט א זאך וואס דארף איבערנעמען דעם מענטש, אפילו ווען אלע וואלטן געקומען זיך באטייליגן מיט די שמחה איז נישט דאס דער עיקר שמחה, דער עיקר שמחה איז אז מען איז זוכה צו ברענגען נאך א קינד צום אייבערשטן, ווייל מיט יעדע קינד וואס מען ברענגט אויף די וועלט ברענגט מען נענטער די גאולה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סב.): "אֵין בֶּן דָוִד בָּא עַד שֶׁיִכְלוּ כָּל הַנְּשָׁמוֹת שֶׁבַּגּוּף", משיח וועט קומען ווען אלע נשמות וועלן אראפקומען אויף דער וועלט.


יא חברים, נישט חברים - דאס איז נישט לעבן, דאס געבט נישט צו און נעמט נישט אוועק; אנשטאט וויינען אויף חברים, זאלסטו נעמען א תהילים און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט מיט דיר, וועסטו זען נאך ניסים אין לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - וואס זענען די מנהגים פון פורים? און א שאלה וועגן הפצה
מנהגים, הפצה, פורים, מועדים וזמנים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


אזוי ווי עס דערנענטערט זיך שוין דער יום טוב פורים, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שרייבן אביסל מנהגים ווי אזוי זיך צו פירן אום פורים?


אויך האב איך געוואלט פרעגן, אזוי ווי איך גיי ארום הפצה, צו מפיץ זיין די קונטרסים, וויל איך וויסן אויב איך זאל קודם בעטן צדקה און נאכדעם געבן א קונטרס, אדער זאל איך קודם געבן דעם קונטרס און נאכדעם בעטן צדקה?


יישר כח.


שמואל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמואל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן וואס איז אונז מעודד, משמח און מחזק אז מיר זאלן נישט קוקן אויף דעם וואס דער יצר הרע ווארפט אונז אראפ וכו' און מיר זאלן נישט אויפגעבן חס ושלום, נאר שטענדיג אנהייבן פונדאסניי.


יעצט קומט דער הייליגער יום טוב פורים ווען מען גייט זוכה זיין צו הערן די מגילה; מען זאגט נאך פון צדיקים אז בשעת קריאת מגילה עפענען זיך אויף אלע הימלען און מען קען זוכה זיין צו גרויסע ישועות. ווייל יעדעס מאל עס שטייט אין די מגילה דאס ווארט 'המלך' סתם איז דאס מרמז אויפן מלך מלכי המלכים הקדוש ברוך הוא, וועלן מיר טאקע זוכה זיין צו (אסתר ב, ג): "וְיַפְקֵד הַמֶּלֶךְ פְּקִידִים בְּכָל מְדִינוֹת מַלְכוּתוֹ", דער אייבערשטער וועט אונז פוקד זיין מיט אלע ערליי ישועות ברוחניות ובגשמיות. בשעת'ן ליינען די מגילה איז זייער מסוגל צו פועל'ן שידוכים, פרנסה, קינדער וכו', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ד:): "עֵינֵיהֶם שֶׁל עֲנִיִּים נְשׂוּאוֹת בְּמִקְרָא מְגִילָה", די אויגן פון די אידן, וואס מיר זענען אזוי צעבראכן און צעריסן - יעדער איינער איז א עני אויף זיין אופן – קוקן ארויס און מיר ווארטן אלע צו הערן די מגילה צו געהאלפן ווערן דערביי מיט אלע ישועות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט א מורא'דיגע מעשה וואס דער ספינקא'ער רבי דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח ביים צווייטן סדר נאכט. עס איז געווען א איד וואס איז געזיצן די צווייטע נאכט פסח נאכן סדר און געטראכט צו זיך: 'איך האב שוין געענדיגט דעם צווייטן סדר, די גאנצע הגדה און אויך שיר השירים, וואס נאך קען איך זאגן עפעס לויב און דאנק פארן אייבערשטן?' איז אים בייגעפאלן, אז אזוי ווי דער נס פורים ווען מען האט אויפגעהאנגען המן הרשע איז דאך געווען דעם צווייטן טאג פסח, וועט ער יעצט ליינען די מגילה לכבוד דעם גרויסן נס.


אזוי האט ער געטון, ער האט געליינט די מגילה; ווען דער איד האט געענדיגט ליינען די מגילה האט ער דערזען פאר זיך שטיין א נשמה פון יענע וועלט, האט דער איד געפרעגט די נשמה: "וואס ווילסטו פון מיר און וואסערע שייכות האסטו מיט מיר אז דו קומסט צו מיר?" האט די נשמה אנגעפאנגען צו דערציילן וואס טוט זיך אויבן אין הימל. אז עס זענען דא נשמות אויבן אין הימל וואס זענען שוין אריבער דעם גיהנום און זיי זענען נאך אלץ נישט זוכה אריין צו קומען אין גן עדן ביז זיי וועלן האבן א ספעציעלער זכות. און יעדעס יאר ווען מען ליינט די מגילה עפענט מען אויף די טירן פון גן עדן, דעמאלט איז א צייט וואס אלע נשמות קענען אריינגיין אין גן עדן. אפאר חדשים פאר פורים קומען צו גיין טויזנטער און צענדליגער טויזנטער נשמות ביים טיר פון גן עדן ווייל זיי ווילן שוין זוכה זיין צו קענען אריינגיין אין גן עדן, אבער וויבאלד עס נעמט נישט מער ווי אפאר שעה ווי לאנג מען ליינט די מגילה, איז נישט דא גענוג צייט אז אלע נשמות זאלן קענען אנקומען אין גן עדן, דארפן זיי ווארטן אויפן קומענדיגע יאר ווען מען ליינט די מגילה.


זאגט די נשמה ווייטער: "איך פרוביר שוין אפאר יאר זיך צו שטעלן ביים טיר פון גן עדן כדי צו קענען אריינגיין, אבער אלעמאל פארמאכט זיך די טיר פונקט פאר איך גיי אריין; די יאר האב איך זיך שוין כמעט אריינגעכאפט, אבער ממש פאר מיר האט זיך די טיר פארמאכט! האב איך זיך בארעכענט אז איך גיי נישט אוועק פון דא ביזן קומענדיגן יאר, זאל זיין וואס זאל זיין. אזוי ווי איך שטיי דא און ווארט אויף קומענדיגער יאר פורים, הער איך פלוצלינג ווי איינער ליינט די מגילה, האב איך אנגעפאנגען צו קלאפן אויפן טיר פון גן עדן אז מען זאל מיר עפענען די טיר, איז געקומען דער מלאך וואס איז ממונה צו זיין דער שומר הפתח און מיך געפרעגט פארוואס איך קלאפ, האב איך געזאגט: 'וואס הייסט, איך הער ווי מען ליינט די מגילה און איך וויל אריינגיין אין גן עדן', האט מיר דער מלאך געזאגט: 'אמת טאקע אז איינער ליינט די מגילה, אבער יעצט איז פסח ביינאכט, יעצט איז נישט די צייט אריין צו גיין אין גן עדן, דו דארפסט ווארטן אויפן קומענדיגער יאר פורים', איך האב מיך אבער נישט געלאזט און צוריק גע'טענה'ט: 'וואס איז א נפקא מינה צי עס איז פסח צו פורים? וויבאלד מען ליינט די מגילה דארף מען מיר אריין לאזן!' איך האב געשריגן און גע'טענה'ט ביז מען איז געקומען פון בית דין של מעלה זען וואס די קולות זענען, נאכן אויסהערן ביידע צדדים האט בית דין של מעלה געזאגט אזוי: 'יעצט איז טאקע נישט די צייט ווען מען קען אריינלאזן אין גן עדן, אבער אויב דו וועסט גיין צו דער איד וואס ליינט די מגילה און ער וועט פסק'נען אז מען דארף דיר אריין לאזן אין גן עדן, וועט מען דיר אריינלאזן'".


האט די נשמה געבעטן דעם איד: "איך בעט אייך, געבט מיר רשות אריין צו גיין אין גן עדן איך זאל שוין מתוקן ווערן". האט דער איד געזאגט: "איך נעם אויף מיר דעם תפקיד דיר צו מתקן זיין און גיי זאג פארן בית דין של מעלה אז מען זאל דיר אריין לאזן אין גן עדן".


עד כאן המעשה וואס דער בעל אמרי יוסף זכותו יגן עלינו פלעגט דערציילן יעדעס יאר פסח; די וואס האבן געהערט די מעשה האבן שוין אליינס פארשטאנען אז די מעשה האט פאסירט מיט אים אליינס.


זעט מען פון די מעשה - האט מוהרא"ש אויסגעפירט, אז בשעת מען ליינט די מגילה קען מען זוכה זיין אריין צו גיין אין גן עדן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז דער גן עדן איז אויף דער וועלט; ווען א מענטש איז זוכה צו לעבן מיט אמונה, ער לעבט מיטן אייבערשטן, ער ווייסט אז אלעס איז דער אייבערשטער - דאס איז גן עדן. צו דעם איז מען זוכה ווען מען ליינט די מגילה.


אין די מגילה זעט מען אן אינטערעסאנטע זאך. המן האט דאך געהאט אלעס אויף דער וועלט; כבוד, געלט, הייזער און קינדער, אחשורוש האט אים גרויס געמאכט און אים געשטעלט אלץ שר אויף אלע זיינע מדינות, פארוואס איז אים אנגעגאנגען אז מרדכי בוקט זיך נישט פאר אים?! המן האט געזאגט (אסתר ה, יג): "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי בְּכָל עֵת אֲשֶׁר אֲנִי רֹאֶה אֶת מָרְדֳּכַי הַיְּהוּדִי יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ", עס איז מיר גארנישט ווערט מיין גאנצע רייכטום ווען איך זע מרדכי זיצן ביים טויער פון קעניג; וואס האט אים אזוי געארט? וואס האסטו מיט מרדכי? דער גאנצער לאנד געבט דיר אפ כבוד, וואס ווערסטו אזוי אויסער זיך וכו'?! נאר וואס דען, המן דאס איז דער יצר הרע, ער ווערט רייך פון עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ער וויל נאר אז דער איד זאל זיך מייאש זיין און מער נישט קומען צום אייבערשטן, מען זאל אפלאזן די הייליגע תורה. אבער ווען ער זעט ווי דער איד מאכט זיך נישט וויסענדיג, נאר ער גייט ווייטער אן; דער איד קומט ווייטער אין שול דאווענען שחרית מנחה מעריב און כאפט אריין אביסל לערנען, בפרט א בלאט גמרא; ער זעט דעם איד "יוֹשֵׁב בְּשַׁעַר הַמֶּלֶךְ" ער קומט ווייטער צוריק אין שול, דאן ווערט ער ווילד און שרייט: "וְכָל זֶה אֵינֶנּוּ שֹׁוֶה לִי!" עס איז אים גארנישט ווערד די אלע עבירות וואס ער איז מכשיל אידישע קינדער, ווייל ער איז מכשיל א מענטש - אין וואס ער איז אים מכשיל - נאר ווייל ער וויל ער זאל אויפגעבן און ווען ער זעט אז מרדכי, דער איד, געבט נישט אויף און בוקט זיך נישט פאר אים, האט ער גארנישט דערפון.


דאס דארפן מיר מיטנעמען פונעם יום טוב פורים; מיר דארפן שרייען (אסתר ג, ב): "וּמָרְדֳּכַי לֹא יִכְרַע וְלֹא יִשְׁתַּחֲוֶה"; איך גיי זיך נישט אונטערגעבן פאר המן הרשע און איך גיי נישט אויפגעבן! איך גיי ווייטער קומען אין שול דריי מאל א טאג, אפילו איך זע אויס ווי איך זע אויס. איך געב זיך נישט אונטער פארן יצר הרע, זאל זיין וואס זאל זיין; מענטשן לאזן אפ תורה ותפילה נאר ווייל דער יצר הרע ברענגט אריין אין זיי א שולד געפיל, ער מאכט זיי שטענדיג טראכטן פונעם עבר.


בנוגע ווי אזוי צו גיין הפצה וכו'; עס איז נישט קיין נפקא מינה צי דו בעטסט קודם צדקה צי דו געבסט קודם א ספר. ווי אזוי עס איז דיר מער באקוועם אזוי זאלסטו טון.


איין זאך בעט איך דיר און איך בעט עס פון אלע וואס גייען הפצה: "שטופ נישט קיין ספרים פאר איינער וואס דארף עס נישט און זיכער נישט סתם לייגן אין שול'ן וכו'", וואס דאס ברענגט נאר א זלזול אויפן רבי'ן און מיר ליידן שוין גענוג וכו'. אז דו גייסט "הפצה" דארף מען בעטן צדקה; עס איז נישט דא אזא זאך ווי געבן ספרים בחנם און זיכער נישט לייגן אין שול'ן אדער ביי הייזער בחנם, אדער געבן פאר א קינד ביים טיר און אוועק לויפן ווען דו ווייסט נישט צי די עלטערן ווילן א ספר.


אויב דו גייסט הפצה און איינער איז דיר מבזה, זאלסטו גארנישט ענטפערן; דריי זיך ארויס פון אים און גיי ווייטער. אז דו גייסט הפצה און איינער לאכט פון דיר, דו גיי ווייטער; שטעל דיר פאר אז א מענטש הערט די נייעס אז זיינע נומערן זענען די געווינער נומערן פון די לאטערי, ער ווערט געוואר אז ער איז געווארן א מיליאנער איבער נאכט; אזא מענטש האט נישט קיין צייט זיך אנצוטון געהעריג, ער כאפט זיינע קליידער, ער טוט עס אן פארקערט וכו' און לויפט אפנעמען זיין געלט... אויפן וועג טרעפן אים מענטשן, מען זעט ווי ער גייט אנגעטון מיט אן איבערגעדרייטע רעקל, מיט א צעקוועטשטע הוט וכו'; מען הייבט אן לאכן פון אים. וואס טראכט דער מענטש? אים גייט אן ווי אזוי מען קוקט אויף אים? ער גייט יעצט אפנעמען זיין געלט, ער ווערט א מיליאנער, עס אינטערעסירט אים בכלל נישט צי מען לאכט צי מען וויינט.


אזוי זאלסטו טראכטן ווען דו גייסט הפצה; קוק אויף דיר, ווער האט דיר געברענגט צום רבי'ן? ווער האט דיר געגעבן לעבן? נאר די ספרים וואס א מפיץ האט דיר געגעבן ווען ער האט דיר געטראפן ווי דו ביסט געלעגן אין דיין מרה שחורה און דיר דורכדעם געראטעוועט וכו'. און אפילו די וואס זענען געבוירן געווארן ביי ברסלב'ער עלטערן; ווי אזוי איז דיין טאטע געווארן א ברסלב'ער? ווי אזוי איז דיין ראש ישיבה אנגעקומען צום רבי'ן? נאר דורך הפצה!


בעסער איז ווען מען זאגט: "דא האט איר א שיינע מתנה". און ווען יענער נעמט די מתנה בעט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" און אויב יענער וויל נישט נעמען דעם ספר פרעגט מען: "איר האט עפעס פאר צדקה?" אבער אז דיר איז גרינגער צו בעטן קודם צדקה, טו ווי אזוי עס איז דיר גרינגער.


דער אייבערשטער זאל אונז העלפן מיר זאלן ווייטער קענען האבן די זכיה צו העלפן א צווייטן איד און מיר זאלן האבן א חלק אין די גאולה שלימה. מאך דיר א חשבון, אז משיח קומט היינט און וועט דיר פרעגן: "וואס האסטו היינט געטון אז איך זאל קענען קומען?" ווי גרויס וועט זיין די בושה ווען מען וועט אים נישט האבן וואס צו ענטפערן. אבער אז מען גייט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר אידישע קינדער וועלן מיר זיך נישט דארפן שעמען. מיר וועלן אים זאגן: "משיח, איך בין היינט ארום געגאנגען אין שולן און אין הייזער מיט ספרים וואס זענען מחזק אויף אמונה פשוטה"; "משיח, איך האב היינט מפיץ געווען קונטרסים פאר בחורים. אז נאך א בחור זאל אנטון תפילין, נאך א בחור זאל וויסן אז ער האט נאך א וועג צוריק צום אייבערשטן"; "משיח , היינט האב איך געגעבן סידיס וואס ענטהאלט ניגונים פון אמונה, אז נאך א איד זאל וויסן אז עס איז נישט עק וועלט ווען עס גייט אים נישט אזוי ווי ער וויל".


שטארק דיר און זיי ממשיך מיט דיין הייליגע ארבעט, וועסטו זוכה זיין צו אלע גוטע זאכן.


א פרייליכן פורים און א שמחת תמיד.

#2 - וויפיל מעג מען טרינקען אום פורים?
חסידות ברסלב, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס געבן מיר לעבן ממש, ובפרט פאר די שיעור וואס איר האט געגעבן אין צפת, דאס האט מיר ממש מחיה געווען, א גרויסן דאנק.


אזוי ווי איך האב געהערט אז דער רבי לאזט נישט טרינקען קיין משקה המשכר, האב איך זיך אפגעוואוינט פון צו טרינקען אלקאהאל. יעצט ווען עס קומט דער יום טוב פורים, וויל איך וויסן וואס דער רבי זאגט וועגן טרינקען וויין אום פורים.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר אז דו האסט זיך אפגעוואוינט פון טרינקען וויין א גאנץ יאר; דער רבי האט אונז זייער געווארענט אז מיר זאלן נישט טרינקען קיין וויין. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כו): "עַל־יְדֵי שִׁכְרוּת שׁוֹכְחִין כָּל הַמִּצְווֹת", אז מען טרינקט און מען שיכור'ט זיך אן, פארגעסט מען פונעם אייבערשטן.


וויסן זאלסטו אז פון וויין קומט נישט ארויס קיין גוטס און עס נישט דא נאך א זאך וואס ברענגט וויינען אויף דער וועלט ווי וויין; וויין איז א לשון פון וויינען ווייל עס מאכט וויינען אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא עו:): "יַיִן מֵבִיא יְלָלָה"; נאך זאגן חז"ל (במדבר רבה י, ו): "יַיִן גוֹרֵם לִזְנוּת", וויין ברענגט צו טון עבירות רחמנא לצלן; נאך זאגן חז"ל (תנחומא, שמיני): "יַיִן מֵבִיא אֶת הָאָדָם לִידֵי חֵטְא - צו עבירות, לְצָרָה גְדוֹלָה - צו גרויסע צרות, וּלְחִסָּרוֹן כִּיס – און עס מאכט אז דער מענטש זאל ווערן ארעם.


מען זעט אז די אלע וואס ווערן אריין געשלעפט אין טרינקען האבן נישט קיין דזשאב. ווייל זיי שטייען נישט אויף צייטליך, זיי שיכור'ן ביינאכט און גייען שלאפן טויזנט אזייגער. נאכדעם ווען זיי שטייען אויף שפעט און זיי זעהן ווי דער טאג איז שוין אריבער ווערן זיי צעבראכן, דאן הייבן זיי אן נאכאמאל צו טרינקען.


שלמה המלך זאגט (משלי כג, כט): "לְמִי אוֹי? לְמִי אֲבוֹי?" אויף וועם איז א רחמנות, אויף וועם דארף מען שרייען אוי וויי? "לְמִי מִדְיָנִים?" ווער קריגט זיך מיט מענטשן? "לְמִי שִׂיחַ?" ווער רעדט אסאך נארישקייטן? "לְמִי פְּצָעִים חִנָּם?" ווער כאפט קלעפ? "לְמִי חַכְלִלוּת עֵינָיִם?" ווער האט רויטע אויגן? דאס אלעס פרעגט שלמה המלך און ער ענטפערט: "לַמְאַחֲרִים עַל הַיָּיִן", די אלע וואס טרינקען וויין.


וואויל איז דיר אז דו נעמסט דעם רבינ'ס עצות אויף לעובדא ולמעשה און דו פאלגסט דעם רבי'ן; ליידער זעט מען אסאך אינגעלייט טרינקען זיך אן שבת, זיי גייען פון איין שול צום צווייטן זוכן וואו עס איז דא פונעם ביטערן טראפ. מען גייט צו חברים און מען טרינקט זיך אן, נאכדעם קומט מען צו ניבול פה און צו ביטערע עבירות רחמנא לצלן. אנשטאט דער אינגערמאן זאל אהיים גיין צו זיין ווייב און קינדער פארברענגען מיט זיי - די איין מאל א וואך וואס דער אינגערמאן האט אביסל צייט צו זיין אין שטוב, אנשטאט דעם גייט אוועק דער שבת מיט טרינקען.


בנוגע טרינקען פורים; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה ז:): "חַיָיב אִינִישׁ לִבְסוּמֵי בְּפוּרַיָּא, עַד דְלֹא יָדַע בֵּין אָרוּר הָמָן לְבָרוּך מָרְדְכַי" און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אז מען זאל טרינקען פורים (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב). מוהרא"ש פלעגט אונז שטענדיג מזהיר זיין אז מען זאל טרינקען מיט א מאס; נישט זיך אנטרינקען אזוי שטארק אז מען זאל ווערן שיכור ווי לוט און פארפאסן דאווענען מנחה, מעריב און ברכת המזון וכו' וכו'.


פורים ביינאכט איז נישט קיין מצוה צו טרינקען און אויך נישט קיין שכל'דיגע זאך; מען זעט בחורים טרינקען זיך אן די ערשטע נאכט און ווערן אזוי שיכור אז זיי האבן נישט קיין פורים נאכדעם. פורים בייטאג דעמאלט איז די צייט צו טרינקען אפאר כוסות וויין, מען טאנצט און מען איז פרייליך און מען מאכט א צווייטן פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - מעג זיך א מיידל פארשטעלן אום פורים?
צניעות, פורים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אויס אייערע שיעורים און חיזוק יומי, און דאס איז מיר זייער מחזק אין אמונה און צו רעדן צום אייבערשטן.


איך האב געוואלט פרעגן אויב ס'איז צניעות'דיג פאר א גרויסע מיידל זיך צו פארשטעלן אום פורים, און אויב נישט אויב מ'מעג כאטש זיך אביסל מאכן אינטערעסאנט די האר לכבוד פורים.


א גרויסן ש'כח.


א מיידל פון זיבעצן יאר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת פרשת משפטים-שקלים, מברכים אדר, כ"ד שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז צניעות איז די שענסטע זאך ביי אידישע קינדער, אזוי ווי עס שטייט (תהלים מה, יד): "כָּל כְּבוּדָה בַת מֶלֶךְ - פְּנִימָה", דאס איז די שטאלץ פון אידישע קינדער, צו גיין אנגעטון איידל און זיך אויפירן איידל.


די הייליגע חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש זוטא רות ד, יא): "אֵין הַדוֹרוֹת נִגְאָלִים אֶלָּא בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת שֶׁבַּדּוֹר, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים צה, ט): זָכַר חַסְדּוֹ וֶאֱמוּנָתוֹ לְבֵית יִשְׂרָאֵל, 'לִבְנֵי' יִשְׂרָאֵל לֹא נֶאֱמַר אֶלָּא 'לְבֵית' יִשְׂרָאֵל", בזכות די צניעות פון די ערליכע אידישע טעכטער וועלן מיר ארויס גיין פון דעם ביטערן גלות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה שרייבט זייער א שרעקעדיגע זאך אין א בריוו פאר די פרויען אין יבניאל (מכתב מיום ג' לסדר וארא כ"ב טבת ה'תשע"ה): "וַאֲנִי תּוֹלֶה אֶת מַחֲלַת אִשְׁתִּי תְּחִי', מִפְּנֵי שֶׁלֹא עוֹרַרְתִּי אוֹתָך יוֹתֵר וְיוֹתֵר בְּעִנְיָנֵי צְנִיעוּת", איך טראכט אז דאס וואס מיין ווייב (תחי') [עליה השלום] איז נישט געזונט געווארן מיט די ביטערע מחלה ה' ירחם, קומט צו מיר ווייל איך האב נישט גענוג גערעדט און אויפגעפאדערט וועגן צניעות; זעט מען ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן אויף צניעות.


מען דארף זייער אכטונג געבן אויף צניעות א גאנץ יאר; בפרט פורים דארף מען נאך מער אכטונג געבן, ווייל עס זענען דא מענטשן וואס זיי זוכן אויסצוניצן דעם טאג פאר נישט גוטע זאכן ה' ירחם. ווען מען זעט פורים אז א שיכור רעדט און לאכט מיט פרויען דארף מען וויסן אז דער איז גארנישט שיכור, דער איז א מניוול, דער איז א שגץ. א גאנץ יאר זוכט ער ווי ער קען רעדן און לאכן וכו', אבער  ער האלט זיך צוריק ווייל ער ווייסט אז מען וועט וויסן ווער ער איז, דערפאר ווארט ער אויף פורים, ער טראכט אז דעמאלט וועט ער זיך מאכן שיכור. דערפאר דארף מען מער אכטונג געבן פורים און האלטן אפען די אויגן, ווען מען זעט א שיכור לויפט אריין צו די פרויען און מאכט זיך בא'טעמ'ט דארף מען פון אים שטיין זייער ווייט.


בנוגע פארשטעלן; קליינע קינדער פארשטעלן זיך, אבער גרויסע מיידלעך פארשטעלן זיך נישט. אז מען וויל דוקא קען מען מאכן די האר אויף אן אנדערע וועג וכו'.