תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'דאנקט דעם אייבערשטן אז ער האט אונז ארויסגענומען פון מצרים, דער אייבערשטער האט דאך געשיקט די אידן קיין מצרים, ער וואלט דאך נישט געדארפט שיקן די אידן אהין, און אזוי וואלט ער זיי נישט געדארפט ארויסנעמען.
איך פארשטיי אז מ'קען נישט פארשטיין די וועגן פון באשעפער, אבער בעיקר שטערט מיר מיין אייגענע גלות, די צרות אין וואס דער אייבערשטער האט מיר אריינגעלייגט, ווי אזוי קען איך דאנקען דעם אייבערשטן ווען איך גיי ארויס פון מיינע צרות, ווען ער איז דאך געווען דער וואס האט געברענגט אויף מיר די צרות?
איך האף איר וועט מיר דאס קענען ערקלערן, יישר כח.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת בהר, י"ט אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נישט אלעס קענען מיר פארשטיין; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות י.): "בְּהֲדֵי כַּבְשֵׁי דְּרַחְמָנָא לָמָה לְךָ?" מיר קענען נישט פארשטיין ווי אזוי דער אייבערשטער פירט דער וועלט, מיר דארפן אים דינען געטריי אפילו מיר ווייסן גארנישט און מיר פארשטייען גארנישט.
ווען עס גייט אריבער צרות דארפן מיר שרייען צום אייבערשטן אזוי ווי די אידן האבן געטון אין מצרים, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן ער זאל זיי ראטעווען. און ווען דער אייבערשטער העלפט אז מען גייט ארויס פון די צרות דארף מען אים דאנקען פאר דעם אזוי ווי די אידן האבן געזינגען שירה אויף די אלע ניסים. אזוי דארפן מיר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.
בנוגע די צרות וואס גייען אריבער אויף דיר השם ישמרינו; וויסן זאלסטו אז דער אייבערשטער ברענגט נישט קיין שום שלעכטס אויפ'ן מענטש אומזיסט. חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות ה:) אז רב הונא האט געהאט א גרויסער שאדן, עס איז אים פארדארבן געווארן פיר הונדערט פעסער וויין, זענען די הייליגע חכמים אים געגאנגען באזוכן און אים מחזק זיין, זיי האבן אים געזאגט: "לְעַיֵּן מַר בְּמִילֵיהּ", ער זאל זיך נאכקוקן זיינע מעשים אויב ער האט איינעם שלעכטס געטון און ער זאל תשובה טון, וועט ער צוריק רייך ווערן. האט רב הונא געפרעגט די חכמים: "מִי חַשִׁידְּנָא בְּעֵינֵייכוּ", איר זענט מיר חושד אויף נישט גוטע מעשים? האבן אים די חכמים געענטפערט: "וּמִי חָשִׁיד קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא דְעָבִיד דִּינָא בְּלֹא דִינָא", איז דען דער אייבערשטער חשוד אז ער ברענגט אויף א מענטש שלעכטס אומזיסט? אז דער אייבערשטער האט דיר געברענגט שלעכטס איז דאס נישט אומזיסט. און די גמרא פירט אויס אז מען האט אים פארגעהאלטן אויף א געוויסע זאך און ער האט תשובה געטון דערויף און נאכדעם ער איז צוריק רייך געווארן.
אז דו גייסט אריבער שווערע צרות איז דאס נאר דיר צוריק צו ברענגען צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.): "אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו", אז מען זעט זיך פול מיט יסורים דארף מען תשובה טון, איבער בעטן דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס מען האט אים דערצערנט און זיך איבער געבן צו אים. חכמינו הקדושים זאגן אונז (פסיקתא רבתי, פרק מז): "אַשְׁרֵי אָדָם שֶׁנָּגְעוּ בּוֹ יִסּוּרִין, וְכָבַשׁ רַחֲמָיו וְלֹא קָרָא תִּגָּר", וואויל איז פאר'ן מענטש וואס ער ווערט געפייניגט מיט יסורים און ער האט נישט קיין טענות צום אייבערשטן. ער ווייסט אז דאס איז פאר זיין גוט'ס, אים אויפצוהייבן העכער אויף א העכערע מדריגה.
מאך זיך א שיעור אין הייליגן רבינ'ס ספרים, בפרט אין די הייליגע קונטרסים און ספרים וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף א פשוט'ע שפראך פאר אונז פשוט'ע מענטשן, מיר זאלן פארשטיין וואס דער רבי זאגט. דעמאלט וועסטו שוין נישט האבן די נארישע קשיות און שאלות אויף די אמונה, די אמונה וועט ביי דיר ווערן אזוי קלאר און דו וועסט צו קומען צו אזא שכל צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט, "כִּי תַּכְלִית הַיְדִיעָה אֲשֶׁר לֹא נֵדַע (חיי מוהר"ן, סימן רפג)"; דאס איז דער עיקר צו וואס א מענטש דארף צו קומען - צו וויסן אז ער ווייסט גארנישט.
אבער צו דעם קען מען נישט צו קומען נאר אז מען ווערט מקורב צו א צדיק אמת, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח', אות ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ 'שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת'", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צוברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "עַל כֵּן כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; דאס באקומט מען ווען מען ווערט מקרוב צום רבי'ן. אלע קשיות, ספיקות און בלבולים גייען אוועק און די אמונה שיינט און לייכט, מען לעבט מיט א אמונה ברורה ומזוככת.
דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קצב): "פָּנָיו שִׂכְלוֹ וְנִשְׁמָתוֹ נִמְצָאִים בְּתוֹךְ סִפְרוֹ", ווען מען לערנט דעם ספר פון א צדיק טרעפט מען דארט דעם פנים, שכל און פארשטאנד פונעם צדיק; אז דו וועסט לערנען דעם רבינ'ס ספרים וועסטו זוכה זיין צו וויסן אז דו ווייסט גארנישט און עס וועט לייכטן אויף דיר די ליכט פונעם אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.