תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך מיט מיין מאן הערן כסדר אויס אייערע שיעורים, פול מיר חיזוק און יראת שמים, דאס געבט אונז פילע גוטע עצות און חיזוק אין לעבן, א גרויסן יישר כח.
איך געב שיעורים פאר כלות און ווייבלעך, איבער די נושא אז א פרוי דארף זיין א מקבל. דער אייבערשטער האט באשאפן אזוי אז דער מאן זאל זיין דער געבער און די פרוי די נעמער. נישט ווי ס'זענען דא פרויען וואס מיינען אז די ראלע פון א פרוי איז צו געבן פאר'ן מאן ליבשאפט און חיזוק, דער אמת איז פארקערט אז דער מאן איז דער וואס דארף געבן, און די פרוי דארף עס נעמען און הנאה האבן דערפון, און אויף דעם וועג האבן ביידע אינאיינעם א גליקליך לעבן.
האב איך געוואלט פרעגן אויב דער וועג וואס איך לערן אויס איז טאקע דער תורה'דיגער וועג, דאס איז טאקע דער ריכטיגער וועג ווי אזוי אידישע קינדער דארפן לעבן? און אויב יא, אפשר קענט איר מיר פארברייטערן איבער די נושא, מיט מקורות און ענינים איבער דעם?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת וישב, י"ט כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואויל איז אייך אז איר זענט מדריך כלות ווי אזוי צו לעבן א אידיש לעבן על פי תורה; דער עיקר וואס מען דארף לערנען מיט כלות איז הלכות טהרה ווי אזוי צו האלטן און מקיים זיין אלע הלכות, אבער חס ושלום צו לערנען מיט זיי חומרות פון פרישות. די אלע כלה טיטשערס וואס לערנען מיט כלות חומרות פון פרישות זענען עתיד ליתן את הדין; זיי זענען שולדיג אין רוב גט'ן, זיי זענען שולדיג אז מען טרעפט טייערע אינגעלייט אין פלעצער וואו מען טוט עבירות רחמנא לצלן, וואס דאס קומט נאר ווייל מען לערנט פאלשע הדרכות מיט די כלות.
די מדריכים און מדריכות וואס לערנען פרישות וכו' און שרעקן אן די חתנים און כלות מיט קראנקע קינדער וכו', הגם זיי שטעלן זיך ארויס ווי חשוב'ע מענטשן זענען זיי אבער שלוחים פונעם סמ"ך מ"ם; דער סמ"ך מ"ם ציטערט ווען א בחור ווערט א חתן און א מיידל ווערט א כלה, ווייל ווען מען האט חתונה האט ער מער נישט קיין שליטה אויפן מענטש, דערפאר האט ער זיך געטראפן אן עצה: ער רעדט איין די חתנים און כלות זיי זאלן זיך פירן מיט פרישות און אזוי האט ער זיי ווייטער אונטער זיך.
א) דעריבער אז איר שרייבט אז איר לערנט מיט כלות איז די די ערשטע זאך וואס איר דארפט אכטונג געבן: "נישט צו לייגן קיין שום חומרא און קיין שום הנהגה וואס צדיקים האבן זיך געפירט - אויף אונז פשוט'ע מענטשן".
ב) צווייטנס, דאס וואס איר לערנט מיט די כלות אז די פרוי איז די מקבל און דער מאן דארף זיין דער משפיע - דאס איז אמת ויציב; אזוי האט דער אייבערשטער באשאפן די וועלט, דער מאן איז דער וואס דארף געבן ליבשאפט און זיכערקייט וכו' וכו' פאר די ווייב. אבער דאס דארף מען לערנען מיט חתנים נישט מיט כלות; פאר חתנים דארף מען אויסלערנען צו זיין א געבער, געבן ליבשאפט און גוטע ווערטער אז די כלות זאלן מסכים זיין צו נעמען ליבשאפט, דאס דארף מען אבער נישט לערנען מיט כלות, זיי וועלן דאס אליינס טון אויך אן אייערע שיעורים.
אדרבה לערנט אויס פאר די כלות אז עס מאכט זיך צייטן און פעלער ווען די ווייב דארף זיין די וואס געבט ליבשאפט; ווען מען זעט אז דער מאן איז א שברי כלי, ער איז צעבראכן, דאס לעבן גייט אים נישט ווי געפלאנט, ער מוטשעט זיך מיט פרנסה, ער מוטשעט זיך מיט זיינע שוועריקייטן און ער פאלט אריין אין א צעבראכענקייט, דאן זאל זי זיין די וואס איז משפיע אויף אים - אים אויפהייבן און דערמוטיגן.
ג) לערנט אויס די כלות וואספארא כח א ווייב האט; חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד", עס איז געווען א מעשה מיט א חסיד וואס האט געהאט א ערליכע פרוי און זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער, האבן זיי אפגעמאכט צווישן זיך אז וויבאלד זיי האבן נישט קיין קינדער וועלן זיי זיך גט'ן און אזוי האבן זיי געטון, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער חסיד האט חתונה געהאט מיט נישט אן ערליכע פרוי און מיט די צייט האט זי אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד, וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", ווידער די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א מאן א רשע און זי האט אים געמאכט פאר א צדיק, "הֱוֵי, שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז די פרוי האט מורא'דיגע כוחות, זי קען איבער דרייען איר מאן אים מחזק זיין און אים אויפהייבן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט מצליח זיין מיט אלע אייערע תלמידות.