תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אין די לעצטע תקופה גיי איך אריבער זייער שווערע טעג, איך פיל ממש ווי איך געב אויף חס ושלום, סיי אין פרנסה ביי מיין ארבעט האט מען מיר שוין נישט געצאלט זייט אנפאנג יאר, און איך דארף ווייטער צאלן דירה געלט און מיין קאר, און אינדערהיים מיט מיין ווייב איז מיר אויך זייער שווער, קוים וואס מיר קומען אן צו רעדן און פארברענגען, שוין מער פון א יאר וואס מיר האבן נישט קיין נארמאלע שייכות, און אין קדושה איז מיר אויך אזוי שווער, איך האלט אין איין פאלן אין טיפע שמוץ, און אזוי ווייטער און ווייטער.
די איינציגסטע זאך וואס האלט מיר ביים דעת און האלט מיר ביי די אמונה אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, איז די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א מיט די בריוו פון ספר עצתו אמונה; יעדעס מאל איך שפיר ווי איך קראך חס ושלום, גיי איך צום אייבערשטן און איך וויין זיך גוט אויס און נאכדעם קען איך ווייטער אנגיין אין לעבן ברוך ה'.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת ויצא, ו' כסליו, שנת תשפ"ז לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ווי וואלטן מיר געווען אנעם רבי'ן? ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען? דער הייליגער רבי געבט אונז א קלארע אמונה, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ח), מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן דעם צדיק אמת, ווייל אלע וואס זענען זוכה צו טרעפן דעם צדיק אמת - זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה, ווייל אנעם צדיק איז אלעס פארנעפלט, מען שפירט נישט, מען זעט נישט, מען טאפט אין די פינסטערניש, ביז מען איז זוכה צו הערן דעם קול פונעם צדיק אמת, מען הערט די חיזוק, מען טוט די עצות - איז מען זוכה צו א קלארע אמונה.
אמונה איז די וועג ארויס צו קריכן פון בלאטע, פון שמוץ. דער הייליגער רבי זאגט (שם חלק א, סימן לו) אז א מענטש איז פוגם בברית רחמנא לצלן זאל ליינען קריאת שמע, דאס איז מבטל די מחשבות פון עבירות, און אויב דער מענטש איז שוין זייער שטארק אין ניאוף, ער האלט אין איין פאלן, ער האלט אין איין צוריק גיין צו די שלעכטע זאכן רחמנא לצלן - זאל ער וויינען ווען ער זאגט דעם פסוק: "שְׁמַע יִשְׂרָאֵל ה' אֱלֹקֵינוּ ה' אֶחָד", דאס וועט אים ארויסשלעפן פון זיינע שלעכטע מעשים, דאס איז די איינציגטסע עצה צו קענען געראטעוועט ווערן פון דעם.
מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, לערן דעם ספר ליקוטי מוהר"ן. ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שמט): "שֶׁיְּכוֹלִין לִהְיוֹת נַעֲשֶׂה בַּעַל תְּשׁוּבָה גָּמוּר עַל יְדֵי לִמּוּד הַסֵּפֶר שֶׁלּוֹ", מען קען ווערן אן אמת'ער בעל תשובה אז מען לערנט ליקוטי מוהר"ן, און ווער עס וועט לערנען זיין ספר מיט אן אמת, וועט זיך אים עפענען אלע פארשטאפטע אָדערן און ער וועט ווערן אן ערליכער איד.
אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תיקוני זוהר, דער אריז"ל האט געגעבן א תיקון פאר א בעל תשובה ער זאל יעדן טאג זאגן פינף בלאט תיקוני זוהר, און מוהרא"ש זאגט אז תיקוני זוהר וואשט אפ און רייניגט די נפש, רוח און נשמה פון אלע בלאטעס; ווען מען זינדיגט ווערט די נשמה פארפלעקט, ווער רעדט וואס פאסירט ווען מען איז פוגם אין אות ברית קודש, מען איז מוציא זרע לבטלה רחמנא לצלן רחמנא לישזבן, עס ווערט אזוי געפערליך, די נשמה ווערט אזוי פארפלעקט, און נאר מיט די הייליגע תורה האט מען נאך א האפענונג.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.