שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי ווערט מען געראטעוועט פון לשון הרע?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, שמחה, תשובה, מדות טובות, עצבות, לשון הרע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער אז איך האב זוכה געווען מסיים צו זיין נאכאמאל ששה סדרי משנה.


איך בין ברוך ה' אזוי פרייליך און צופרידן דא אין שטעטל, אין קרית ברסלב, איך שפיר אבער ממש ווי דער ס"ם פארגינט מיך נישט. איך קום אין שול און דער רעדט אויף יענער און דא קומט איינער 'נאר' זאגן אויף אים... אויך איז דא אסאך מאל וואס איינער קומט נאר זאגן אז ער האט געהערט ווי יענער האט אויף מיר געזאגט אזוי... איך האב אזוי ליב אנשי שלומינו, איך וויל ווייטער ליב האבן אנשי שלומינו, וואס איז די עצה אויף דעם? איך פרוביר אוועקצוגיין אדער נישט אריינגיין אין אזעלכע שמועסן אבער מיט איין ווארט איז שוין דערנאך. אפשר קען מיר דער ראש ישיבה געבן א עצה איך זאל געראטעוועט ווערן פון דעם?


ש'כח פאר מיין לעבן. אלעס איז מיר אזוי גוט ברוך ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ה' פרשת תזריע, ד' ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ליבער ברודער, אז מען איז פארנומען צו זוכן שלעכטס ביי אנדערע - איז א סימן אז מען דארף תשובה טון. רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך זע א חסרון ביי א צווייטן, איז דאס מיין פראבלעם; אדער האב איך נישט געהאט קיין התבודדות יענעם טאג, און אז איך האב יא געמאכט התבודדות - האב איך נישט געמאכט גענוג התבודדות, ווייל ווען איך וואלט זיך גוט מתבודד געווען - וואלט איך געזען נאר גוטס ביי יעדן איינעם".


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, אז מען קומט צו דיר רעדן לשון הרע - איז דאס דיין אייגענע פראבלעם, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט אונז מגלה געווען פשט אין די ווערטער וואס די הייליגע חכמים זאגן (נגעים ב, ה): "כל הנגעים אדם רואה, חוץ מנגעי עצמו", טייטשט דער הייליגער בעל שם טוב, "כל הנגעים אדם רואה חוץ", אלע פעלערס וואס א מענטש זעט ביי א צווייטן, "זה נמשך מנגעי עצמו", דאס איז זיינע אייגענע פראבלעמען. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (קידושין ע:): "כל הפוסל פסול", דער וואס רעדט אויף אנדערע רעדט אויף זיך אליין, און אזוי ווערט גע'פסק'נט אין הלכה, ווען מען זוכט א שידוך (אבן העזר סימן ב', סעיף ב): "כל הפוסל במומו פוסל", אז מען הערט איינעם בארעדן אנדערע - זאל מען זיך נישט משדך זיין מיט אים.


ווער האט צייט צו רעדן פון אנדערע, ווער איז שוין פערטיג מיט זיך אליין? לאז דיך אפ פון לשון הרע, א שאד אז מען קומט צום רבי'ן און מען גייט אריבער אזויפיל בזיונות, שפיכות דמים, פארן ווערן א ברסלב'ער - פארן זיין פארנומען מיט אנדערע; צו זיין פארנומען מיט יענעמ'ס חסרונות וואלסטו געקענט בלייבן אין דיין אלטע חסידות. טו תשובה, בעט דעם אייבערשטן זאלסט האבן א ריינע מויל מיט ריינע אויערן, און גיי התבודדות יעדן אינדערפרי, שריי אויס די געדעכטע בלוט, זאג: "הייליגער באשעפער, ווען וועל איך זוכה זיין צו זען נאר גוטס ביי יעדן איינעם, פארוואס זוך איך יענעמ'ס חסרונות? וואס אינטערעסירט מיך יענעמ'ס לעבן?


הייליגער באשעפער, אז מען קומט רעדן צו מיר פון אנדערע - איז דאך א סימן אז איך בין א מענטש וואס אינטערעסירט די זאכן, ווייל צו די ערליכע אידן קומט מען נישט רעדן קיין לשון הרע, בעט איך דיר הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל געדענקען פון עלמא דאתי, אז עס איז דא א בית הקברות וואס דארט וועל איך דארפן אנקומען, מען וועט מיך אריינלייגן אין גרוב אן מיין רשות, און מיך צודעקן מיט ערד; איז פארוואס בין איך פארנומען צו רעדן פון אנדערע? העלף מיר איך זאל געדענקען אז איין טאג וועט מען זיין א גוסס, מען וועט מוזן צוריק געבן די נשמה צו דיר, איז וואס בין איך פארנומען צו זוכן שלעכטס אויף יענעם, וואס בין איך מקבל לשון הרע?


הייליגער באשעפער זיי מיך מקרב צו דיר, געב מיר פון די יין המשומר, פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס שכל, איך זאל זיך נישט נארן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): 'אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד', דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר, די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; הייליגער באשעפער איך בין געקומען צום רבי'ן מיט אזויפיל מסירות נפש כדי צו זיין א איד, צו לערנען און דאווענען און זען אין יעדן איד נאר גוטס, העלף מיר איך זאל יעדן טאג לערנען מקרא, משנה, גמרא והלכה, און איך זאל קומען אין שול דאווענען די דריי תפילות און זיך מתבודד זיין".


אזוי זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן, און ווען איינער קומט צו דיר רעדן פון א דריטן זאלסטו יענעם אנכאפן און גיין א טענצל: "אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו", מאך יענעם פרייליך, ווייל בדרך כלל די וואס בארעדן דעם און יענעם - זענען זייער צעבראכענע מענטשן, עס קען זיך דאכטן פאר יונגע מענטשן אז זיי זענען געלונגען, זיי זענען פארשטייערס, אבער ווער עס ווייסט דעם אמת ווייסט אז די וואס זענען פארנומען פירן די וועלט - די זענען בעלי מרה שחורה, זאלסטו יענעם נעמען אין א טענצל, ביז ענק וועלן פרייליך ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.