תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר ממש געבן לעבן, אזוי ווי א טויטער מענטש וועט קיינמאל נישט קענען גענוג באדאנקען פאר דעם וואס האט אים מחי' מתים געווען. אין בין שוין טאקע אין די צוואנציגער יארן, אבער איך האב אנגעהויבן באמת צו לעבן ערשט לעצטנס ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די שיעורים.
מיין טאטע איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג און לערנט, ער האט גארנישט אין לעבן אויסער תורה. איך האב זיך איינגעפירט אז איך געב יעדן חודש מיין מעשר און חומש פאר מיין טאטע, איך לייג עס אריין גלייך אין זיין באנק אקאונט (חשבון), איינער האט מיר אבער לעצטנס מעורר געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל מיין טאטע קען זיך שעמען אז זיין זון געבט אים געלט יעדן חודש, נאר איך זאל ענדערש געבן דאס געלט פאר א צדקה קאסע, און דורך זיי זאל עס אנקומען צו מיין טאטע, ס'זאל נישט גיין דירעקט פון מיר צו אים.
איך טראכט אבער אז אויב וועט ער זען ווי איך הער אויף אים צו געבן דאס געלט יעדן חודש ווי צוגעוואוינט, וועט עס אים מער וויי טון ווי ווען ער באקומט דאס געלט דירעקט פון מיר. וואס זאל איך טון?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די פראגע איז, וואס דארפסטו דערציילן פאר אנדערע וואס דו טוסט? ווי קומט דאס אז א צווייטער זאל בכלל וויסן אז דו געבסט דיין צדקה פאר דיין טאטע - מיט אלע איינצעלהייטן אז דו געבסט עס אין זיין באנק וכו', וכו'? אז דו געבסט צדקה פאר דיין טאטע דארפסטו דאס נישט מיט קיינעם מיטטיילן; דאס איז צווישן דיר אינעם באשעפער, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות.
בכללל איז גוט צו וויסן וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן א געשעפט אז זיי זאלן קיינמאל נישט דערציילן פאר קיינעם וויפיל מען פארדינט און וויפיל געלט מען האט אוועקגעלייגט וכו', וכו'. ווען אנדערע האלטן מיט די חשבונות קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח:): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכות קומען נאר ווען קיינער ווייסט נישט וויפל מען פארדינט.
זיי ממשיך מיט די צדקה, דוקא אויף דעם וועג וואס דו פלעגסט געבן ביז אהער; אין דעם זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם נאר צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ישועה, סימן יג): "עַל יְדֵי צְדָקָה תִּזְכֶּה, שֶׁלֹּא תִּצְטָרֵךְ לִישׁוּעַת אָדָם", ווער עס געבט צדקה ווערט געבענטש אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו מענטשן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.