תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב צוויי שוואגערס וואס זענען געווען שותפים אין א ביזנעס און זיי האבן זיך צום סוף צעקריגט אויף זייער א שווערע פארנעם, מ'זיצט אסאך ביי דין תורה'ס און מ'רעדט זייער אסאך איינער אויפ'ן צווייטן. איך בין געווארן אריינגעמישט אינדערמיט קעגן מיין ווילן, ווייל מיין טאטע שיקט מיט מיר מעסעדזשעס צו מיין שווער, און מיין שווער שיקט אויף צוריק, און ביידע שוואגערס זענען ברוגז אויף מיר ווייל יעדער האלט אז איך העלף די אנדערע זייט. און אזוי ווער איך צוריסן פון ביידע זייטן. ווי אזוי זעט מען זיך ארויס פון אזא פלאנטער?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת תולדות, ב' דראש חודש כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות פחד, חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", א קלוגער מענטש אנטלויפט פון פראבלעמען; נעם דיר די ווערטער פאר דיין וועג ווייזער אין לעבן, זאלסט אנטלויפן פון פראבלעמען.
אז דיין משפחה איז פארמישט מיט מחלוקות, וואס דארפסטו אריין שטעקן דיין קאפ צווישן זיי? ביים סוף וועסטו ליידן מער פון אלעמען ווייל מען וועט דיר נעמען פאר'ן כפרה הינדל. אזוי ווי מיר געפונען, חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ברכות נו.): רבא איז געזיצן אין בית המדרש, ווען פלוצלינג האט ער געהערט א געשריי, ער האט געזען ווי צוויי בלינדע מענטשן קריגן זיך, איז רבא צוגעגאנגען און אפגעטיילט איינער פונעם צווייטן, האבן זיי ביידע גענומען שלאגן רבא; זעט מען פון דעם אז ווען מען קריגט זיך זאל מען אנטלויפן פון דארט, נישט צו האבן צוטון מיט די מחלוקה.
זאלסט נישט טראגן און ברענגען שלעכטס פון איינער צום צווייטן; אז דיין טאטע הייסט דיר זאגן דאס און יענץ מיינט נישט אז דו דארפסט דאס טון, דאס איז נישט כיבוד אב; מען הערט אויס וואס דער טאטע זאגט, מען ענטפערט נישט און מען טראגט נישט ווייטער.
כיבוד אב ואם איז נישט דאס, נישט יעדע זאך דארף מען טון וכו'; כיבוד אב ואם איז אויפשטעלן א שיינע אידישע שטוב. אז דו וועסט בויען א שיינע שטוב, דו וועסט מכבד זיין דיין ווייב, און מחנך זיין דיינע קינדער - דאס איז די גרעסטע כיבוד אב ואם. דער גרעסטער כיבוד אב ואם איז ווען עלטערן זעען ווי די קינדער פירן זיך אויף ערליך, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹקֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש איז איידל און צניעות'דיג און פירט זיך ווי עס דארף צו זיין, וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה. ווען איינער פירט זיך אויף ערליך זאגן די מענטשן: "קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך". אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן שכל זאלסט שטיין ווייט פון מחלוקת.