שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי טוט מען תשובה נאכ'ן האבן צוטון מיט א פרעמדע מאן?
אומאן, קדושה, תשובה, עבירות, יחוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל קיינמאל נישט קענען גענוג זיך באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געגעבן, מיין לעבן האט זיך באמת געטוישט צום גוטן זייט איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים, בעיקר אין כיבוד אב ואם און אין שלום בית.


איך האב א שאלה וואס איך האב שוין לאנג געוואלט פרעגן, אבער איך האב זיך זייער זייער געשעמט. נאר יעצט האב איך מחליט געווען צו פרעגן. זאל זיין וואס זאל זיין, איך מוז עס פרעגן.


איך בין ברוך ה' גוט חתונה געהאט, מיט קינדערלעך ברוך ה'. איך האב באמת ליב מיין מאן און מיר לעבן זיך גוט ברוך ה'.


א שטיק צייט צוריק האט איינער פון מיין מאנ'ס חברים געזוכט א פלאץ צו זיין פאר אפאר טעג און ער איז געקומען צו אונז. ער האט זיך געמאכט זייער היימיש ביז עס איז געווארן זייער נישט גוט רחמנא ליצלן, עס איז געקומען צו דעם אז ער האט מיך אנגערירט זייער נישט איידל השם ישמרנו.


אינדערפרי האב איך זיכער געמאכט אז ער גייט אוועק און קומט נישט צוריק, מיין מאן האט אפגעהאקט מיט אים און געבלאקט זיין נומבער און מער נישט געהאט קיין שייכות מיט אים.


מיין שאלה איז; ווי אזוי קען איך תשובה טון? איך רעד אסאך צום אייבערשטן און איך זאג אסאך תהלים, אבער איך פיל ווי עס לויפט מיך נאך. איך ווייס אז איך האב זייער זייער נישט גוט געטון און איך האב באמת שטארק חרטה, איך וויל זיך פארבעסערן.


איך וועל זיך שטארק פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ביטע ענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ו אייר, מ"א לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


קיינמאל זאלט איר נישט ארייננעמען פרעמדע מענטשן אין שטוב; עס איז א גרויסע סכנה, די גאנצע שטוב קען חרוב גיין. דאס איז אייער תשובה, איר זאלט זיך זייער היטן נישט צו רעדן מיט פרעמדע מענער, נישט קוקן אויף פרעמדע מענער, און זיכער נישט עובר זיין אויף איסור יחוד.


אז איר קענט זיך אריבערכאפן קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, געבן א פרוטה לצדקה און זאגן די צען קאפיטלעך תהילים - זאלט איר דאס טון, ווייל דער רבי האט מבטיח געווען, אפילו אויב מען האט געטון שווערע ביטערע עבירות, אויב וועט מען קומען צו זיין ציון אין אומאן און זאגן דארט די תיקון הכללי, די צען קאפיטלעך תהילים [קאפיטל טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ], "אפילו אם עצמו וגברו עוונתיו ופשעיו", אפילו די עבירות זענען זייער גרויס - וועט ער מתקן זיין דעם מענטש (חיי  מוהר"ן, סימן רכה).


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.