תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע חיזוק וואס איך באקום פון אייך סיי פון די בריוו און סיי פון די שיעורים, איך מיט מיינע חברים זענען זיך זייער מחזק דערמיט.
היינט איז נסתלק געווארן מיין גרויסער הייליגער רבי, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ זי"ע, און איך דארף חיזוק ווייטער אנצוגיין, איך שפיר זיך ממש פאר'יתומ'ט, ווי אזוי קען איך זיך שטארקן? ווי אזוי פול איך אן דעם חלל וואס איז מיר געבליבן?
אויך האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי מ'רעדט צו קליינע קינדער איבער שטארבן, מיינע קינדער פרעגן מיר וואס מיינט אז דער רבי איז נפטר געווארן, וואו טראגט מען דעם רבי'ן ביי לויה, אויך לעצטנס איז נפטר געווארן אונזער באבע, מיט וועמען די קינדער זענען געווען זייער נאנט, און כ'האב נישט געוואוסט ווי אזוי דאס מסביר זיין פאר זיי, זיי זענען 3 און 5 יאר אלט, פון ווען קען מען רעדן צו די קינדער וואס מיינט שטארבן? כ'וויל נישט זיי זאלן בלייבן מיט קאשמארן.
אויך קענט איר מיר אפשר שרייבן איבער די שייכות פון מיין רבי צו ברסלב, די שעות צעטלעך און זיין זאגן גמרא מאכט אים נאנט צו ברסלב, אויך האב איך געהערט נאכזאגן פון אייך אז אייער התקרבות צו מוהרא"ש איז געווען אמאל ביים וויזניצן רבינ'ס טיש, און אויך אז ער איז געשטאנען צו אייער זייט אז מ'זאל נישט ארויסקומען קעגן אייך ווען מ'האט געפירט א מחלוקת קעגן די ישיבה, אויב איר קענט מיר מער דערציילן דערוועגן.
יישר כח פאר אלעס.
חיים מאיר
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת צו, ה' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד חיים מאיר נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נָפְלָה עֲטֶרֶת רֹאשֵׁנוּ, אוֹי לָנוּ כִּי חָטָאנוּ; מיר דארפן וויינען צום אייבערשטן ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות תשובה, סימן פה): "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", אז א מענטש וויינט אויף אן ערליכער איד ווען ער גייט אוועק פון דער וועלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף אלע זיינע עבירות; ווייל ווען א צדיק גייט אוועק פון דער וועלט מאכט מען זיך א חשבון הנפש, מען זעט וואס בלייבט פונעם מענטש - נאר תורה ותפילה, מצוות ומעשים טובים, דאס ברענגט אז מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד, איך וויל אויך לערנען יעדן טאג תורה, איך וויל אויך אכטונג געבן מקיים צו זיין אלע מצוות"; דאס זאגט דער רבי: "הַבּוֹכֶה וּמִתְאַבֵּל עַל אָדָם כָּשֵׁר, מוֹחֲלִין לוֹ עַל כָּל עֲווֹנוֹתָיו", דער וואס וויינט ווען אן ערליכער איד גייט אוועק פון דער וועלט; ער ווייינט אויף זיך, וואס וועט זיין מיט אונז? ווען וועלן מיר זיך שוין אויפהייבן פון אונזער בלאטע? ווען וועלן מיר שוין אפלאזן אלע נארישקייטן? דעמאלט איז אים דער אייבערשטער מוחל אויף זיינע עבירות.
די רחמנות איז אויף אונז; אויף דעם צדיק איז נישט קיין רחמנות, ווייל ער גייט ארויף אויבן אין הימל און עס קומען אים אנקעגן אלע מלאכים וואס זענען באשאפן געווארן פון זיין תורה און תפילה אויף וואס ער האט זיך מוסר נפש געווען אלע זיינע יארן, עס קומען אים אנקעגן אלע נשמות פון צדיקים, מען רופט אויס אין הימל: "מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט כל ימיו געלערנט תורה, מאכט פלאץ פאר די נשמה וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער און האט אריין געברענגט תורה ביי אידישע קינדער, ער האט אריין געברענגט יראת שמים אין אידישע קינדער"; די רחמנות איז אויף אונז.
מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה ווי אזוי מיר קענען וויסן א סימן פון אן ערליכער איד, איך ברענג דיר אראפ דעם לשון: "נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".
דער וויזניצער רבי זכותו יגן עלינו פלעגט פארלאנגען פון יעדן חסיד - פון גרויס ביז קליין - מען זאל לערנען די הייליגע תורה; ער האט פארלאנגט א שעות צעטל און יעדער חסיד האט זיך געדארפט פארשרייבן יעדן טאג וויפיל שעה ער לערנט, אזוי פלעגט ער זיי מחזק זיין צו לערנען די תורה. ער האט נישט געמאכט קיין אונטערשייד צווישן עשירים און ארימעלייט; ער האט קיינעם נישט גע'חנפ'עט, נאר יעדער האט געדארפט לערנען.
בנוגע רעדן צו קינדער פון שטארבן וכו'; עס איז נישט כדאי צו רעדן אין שטוב פון יום המיתה און זיכער נישט מיט קינדער. זע אריין צו ברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת ל:): "אֵין הַשְׁכִינָה שׁוֹרָה אֶלָּא מִתּוֹך שִׂמְחָה", דער אייבערשטער רוהט אין א פלאץ וואו מען פריידט זיך; אז דו וועסט פרייליך מאכן דיין ווייב און קינדער וועט זיין ביי דיר אין שטוב השראת השכינה און אז עס איז דא אין שטוב אן השראת השכינה איז שוין אלעס דא אין שטוב. אזוי אויך זאלסטו רעדן מיט זיי וואס א צדיק איז; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט אריין ברענגען אין זיי א חשק צו וועלן ווערן א צדיק.
עס איז באוואוסט דער סיפור פונעם הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו אז ער האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך צו פרעגן, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד. מען הייבט אן טראכטן: "איך וויל אויך זיין אן ערליכער איד", "איך וויל אויך זיין א צדיק", מען הייבט אן זינגען: "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין אן ערליכער איד"; "אוי טאטע, אוי פאטער - איך וויל זיין א גרויסער צדיק".
איך פלעג גיין זייער אסאך צום טיש פרייטאג צו נאכטס אלץ בחור און אויך אלץ אינגערמאן, אזוי אויך פלעג איך מיטהאלטן ביים מוצאי תשעה באב טיש דעם סיום הש"ס. אויך ווען מיין זיידע דער קארלסבורגער רב שליט"א פלעגט גיין באזוכן דעם וויזניצער רבי זי"ע פלעג איך שטענדיג מיט גיין.
ווען איך האב געעפענט די ישיבה איז אויף מיר אריבער גרויסע מחלוקת; מען האט געמאכט הפגנות און פארשפרייט כתבי פלסתר, מען האט איינגעגעבן מסירות וכו' וכו'. אזוי אויך איז מען דעמאלט ארום געגאנגען צו אלע רבנים אז מען זאל ארויס קומען מיט א קול קורא קעגן מיר; מען איז געזעצן טעג און וואכן ביים וויזניצער רבי, מען האט אים געמוטשעט ער זאל אונטער שרייבן קעגן די ישיבה, אבער געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט נישט געוואלט אונטערשרייבן (עס איז דא אסאך צו פארציילן, אבער אין כאן המקום להאריך).
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין דבוק אין אמת'ע צדיקים און גיין אין זייערע וועגן, ביז משיח וועט קומען און אונז אויסלייזן פון גלות, אמן.