שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי לאז איך זיך אפ פון מיינע שלעכטע חברים
שידוכים, חברים, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה פאר אלעס חיזוק און עצות וואס איך האב באקומען פון אייך.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה רעדט אסאך איבער די הארבקייט פון זיך דרייען מיט שלעכטע חברים, איך האב ליידער אסאך שלעכטע חברים, איך וויל נישט זאגן אז זיי זענען שלעכט, איך ווייס אבער אז פאר מיר איז זייער שלעכט ווען איך דריי זיך מיט זיי, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען אויפהערן זיך צו דרייען מיט זיי, כאטש וואס איך בין זייער קלאר אז צום סוף וועל איך זייער חרטה האבן אויף דעם, איך וועל זייער חרטה האבן אויף די זאכן וואס איך וועל טון צוליב זיי.


איך בין א בחור ווי אלע בחורים, און איך האב ליב צו פארברענגען מיט חברים און האבן פאן, און איך קען זיך שוין מיט די חברים פאר א לאנגע צייט, אבער ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים האב איך געכאפט ווי נישט גוט ס'איז פאר מיר זיך צו דרייען מיט זיי, מיין שאלה איז נאר ווי אזוי קען איך זיי אפלאזן?


ס'איז געווען א שטיק צייט וואס איך האב נישט אויפגעהויבן ווען זיי האבן מיר גערופן, אבער מיר טרעפן זיך כסדר אויפ'ן גאס, און זיי פרעגן מיר אלעמאל פארוואס איך קום נישט פארברענגען מיט זיי, און ס'איז מיר שווער זיי אפצוזאגן אין פנים אריין.


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן, און נאכאמאל א יישר כח פאר די אלע גוטע זאכן וואס איך האב באקומען פון אייך.


...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי לערנט אויס אונז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן אריין כאפן יעדן טאג תורה תפילה, ווייל נאר דאס וועט פון אונז איבערבלייבן.


וויסן זאלסטו אז א מענטש האט נישט קיין חברים, א מענטש איז איינער אליין; די אלע חברים וואס מען האט זענען גוט ווי לאנג עס גייט גוט פארן מענטש, ווען מען פאלט אריין אין א צרה, דעמאלט שאקלען זיך אפ פונעם מענטש אלע חברים און מען בלייבט איינער אליין. ווען א מענטש איז אריין געפאלן אין א צרה, עס גייט אריבער אויף אים בזיונות דעמאלט קען ער זען צי ער האט חברים, אויב האט ער דעמאלט א חבר וואס רעדט צו אים און איז אים מחזק - דאס איז א חבר.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי די פרשה פון יהודה מיט תמר, קודם שטייט (בראשית לח, א): "וַיֵּרֶד יְהוּדָה מֵאֵת אֶחָיו", יהודה איז אוועקגעגאנגען פון זיינע ברודער, "וַיֵּט עַד אִישׁ עֲדֻלָּמִי", ער איז געגאנגען צו א מאן וואס וואוינט אין שטאט עדולם, נאכדעם שטייט (שם, יב; כ): יהודה האט געשיקט פרעגן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם. פארוואס קודם שטייט סתם "איש עדולמי" דער מאן פון עדולם, שפעטער שטייט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם? זאגט מוהרא"ש, ווען א מענטש גייט אריבער בזיונות, עס איז א בזיון צו רעדן מיט דעם מענטש, דעמאלט קען מען זען צי מען האט חברים, אויב איינער רעדט מיט דיר ווען דו האסט אלעס פארלוירן, ביסט איינער אליין וכו' וכו' דאס איז א חבר. אנהייב ווען יהודה האט געטראפן א חבר פון עדולם, רופט די תורה אים נאך נישט אן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", ווייל ווען עס גייט גוט פארן מענטש, ער האט מענטשן ארום זיך, דאס איז נאך נישט קיין חבר, שפעטער ווען יהודה האט געהאט זיין פרשה, ער האט געזוכט אן עצה, ער האט געזאגט "תִּקַּח לָהּ, פֶּן נִהְיֶה לָבוּז", עס וועט זיין דא בזיונות, האט ער ווייטער מסכים געווען צו העלפן יהודה - דאס הייסט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי".


סתם זיצן און פארברענען נעכט מיט חברים - דאס זענען נישט קיין חברים, דאס זענען בלויז כלומר'ישע חברים; די מינוט וואס דו וועסט זיי נישט צוניץ קומען וועט מען זיך אוועק דרייען די פנים פון דיר, קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר.


דערפאר בעט איך דיר, לאז דיך אפ פון נישט גוטע חברים. נאך אביסל דארפסטו חתונה האבן, דעמאלט הייבט זיך אן דער לעבן, און אז דו וועסט פארברענען דיינע נעכט מיט נישט גוטע חברים וועט דאס האבן אויף דיר א שלעכטע השפעה, עס וועט דיר שטערן אויף שפעטער. ווייל ווען מען טראגט אן א שידוך און מען וויל וויסן צי דער בחור איז א וואוילער בחור קוקט מען ווער זיינע חברים זענען, אזוי ווי עס גייט דער שפריך ווארט: "ווילסט מיר קענען, קוק ווער מיין חבר איז".


אנשטאט גיין פארברענען די נעכט מיט חברים בלייב אין שטוב, לערן אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, אויך זע צו זאגן פרקים משניות, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט פרקים משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


נאכדעם, אז דו האסט נאך אביסל צייט, זע צו לערנען אביסל גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, דאך זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען איז זוכה צו פארשטיין".


איך האף אז דו וועסט פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.