שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאך איך מיין ווייב מיטהאלטן די הכנות צו קידוש?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, תפילה והתבודדות, אמונה, שמחה, תשובה, נערווען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל שרייבן איבער א זאך וואס שטערט מיך שוין זייט מיין חתונה, איך האב קיינמאל נישט געשריבן דערוועגן ווייל איך האב געטראכט אז עס איז נארישע זאך און איך האב עס פרובירט צו דערשטיקן אז עס זאל מיך נישט וויי טון, למעשה זע איך אבער אז יעדע שטיק צייט הויבט מיך עס נאכאמאל אן צו שטערן זייער שטארק, דעריבער האב איך באשלאסן אז איך מוז יא פרעגן דערוועגן, און אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן אז עס דארף מיר טאקע נישט באדערן, וועל איך זייער שטארק פרובירן צו ארבעטן אויף מיר אז עס זאל מיר טאקע נישט וויי טון.


מיין מעשה גייט אזוי; איך בין צוגעוואוינט פון אלס קינד אז פאר קידוש פרייטאג צונאכטס איז זייער א הייליגע צייט, מען קען דעמאלטס אסאך פועל'ן, ביי מיין טאטע אינדערהיים איז אייביג געווען דעמאלט זייער דערהויבענע מינוטן, די גאנצע משפחה איז געשטאנען ארום די טיש און געקוקט אויף מיין טאטע בשעת מיין טאטע זאגט די לשם יחוד (ביי די חסידות פון וואו איך קום איז איינגעפירט צו זאגן צוויי לאנגע לשם יחוד'ס פאר קידוש) מען האט געקענט זען אויף מיין טאטע א מורא'דיגע ליכטיקייט.


עס קען זיין אז איך מאך זיך נאריש, אבער נאך מיין חתונה, ווען איך האב גערופן מיין ווייב אז איך וויל מאכן קידוש, אויב האב איך נישט אנגעהויבן זאגן קידוש די רגע וואס איך האב איר גערופן איז זי געווארן אינגאנצען באבלאזן פארוואס איך רוף איר שוין אויב איך בין נאכנישט גרייט. אדער איז זי צוריק אוועקגעגאנגען אדער האט זי זיך אראפגעזעצט, איך האב איר פרובירט אפאר מאל צו בעטן אז זי זאל מיר טון א טובה און שטיין די צוויי מינוט ביז איך הייב אן קידוש, זי האט אבער נישט געוואוסט וואס איך וויל, און איך האב געפילט ווי איך רעד צו טויבע אויערן. יעצט שטערט מיך עס אסאך שטערקער, ווייל איך האב שוין גרויסע קינדער.


איך האף דער ראש ישיבה וועט מיך פארשטיין, און געבן אן עצה וואס צו טון וועגן דעם.


איך בין שולדיג מיין לעבן פאר'ן ראש ישיבה, אן דעם ראש ישיבה וואלט איך מסתמא שוין נישט געווען ביים זינען.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


בשעת מען מאכט קידוש פרייטאג צו נאכטס ווערט ליכטיג אין אלע וועלטן, און ווען מענטשן וואלטן ווען געוויסט וואס עס טוט זיך אין הימל ווען מען מאכט קידוש - וואלט מען געטאנצן פאר שמחה; ווייל ווען מען מאכט קידוש איז מען זוכה צו באקומען א שטארקע אמונה. אזוי ווי רבי נתן זאגט (לקוטי הלכות ציצית הלכה ה, אות טו) אז ביים נעמען דעם בעכער אין די האנט צו מאכן קידוש - באקומט מען א שטארקע אמונה.


ווען מען מאכט קידוש ווערט מען אן עדות אויף בריאת שמים וארץ. דערפאר, איידער מען מאכט קידוש, ווען מען נעמט דעם בעכער אין די האנט - דארף מען תשובה טון כדי מען זאל נישט זיין קיין פסול'ער עדות. מען דארף טראכטן פון תשובה און פון תיקון המעשים, און חרטה האבן אויף אלע שלעכטע מעשים. דאס איז וואס מען זעט ביי ערליכע אידן א שטארקע דביקות ביים מאכן קידוש און דאס האט מען אויך געזען ביים הייליגן רבי'ן, ווי רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קסט): "קֹדֶם הַקִּדּוּשׁ הָיָה נוֹטֵל הַכּוֹס בְּיָדוֹ" איידער דער רבי האט געמאכט קידוש האט ער גענומען דעם בעכער אין האנט, "וְהָיָה עוֹמֵד זְמַן רַב" און ער איז געשטאנען א לאנגע צייט, "עִם הַכּוֹס בְּיָדוֹ" מיט'ן בעכער אין די האנט, "לִפְנֵי הַשֻּׁלְחָן" פאר'ן טיש, "בִּשְׁתִיקָה" שטילערהייט, "וְלֹא הָיוּ שׁוֹמְעִין מִמֶּנּוּ" און מען האט נישט געהערט פון רבי'ן קיין שום זאך, "כִּי אִם קְצָת קוֹל הִשְׁתּוֹקְקוּת" נאר א שטילע קול פון בענקעניש, "וְעָלָה אָז לְמָקוֹם שֶׁעָלָה" און דעמאלט איז דער רבי ארויף מיט זיין מח מחשבה דארט וואו ער איז ארויף. "אַחַר כָּךְ" נאכדעם, "אַחַר שֶׁשָּׁהָה הַרְבֵּה מְאֹד" נאכן לאנג ווארטן "פָּתַח פִּיו בִּנְעִימוּת נִפְלָא: 'יוֹם הַשִּׁשִּׁי'", האט ער אנגעהויבן מיט זיין זיסע קול, יום השישי.


מאך נישט דיין ווייב זאל דארפן שטיין און זיך נישט רירן; לאז איר אנגרייטן די סעודה, לאז איר זיין באשעפטיגט מיט אירע זאכן, און ווען דו ביסט גרייט צו מאכן קידוש - וועט זי קומען, און אז דו וועסט דארפן ווארטן נאך אפאר מינוט - וועסטו קענען נאך אביסל בענקען צום אייבערשטן.


געב אכטונג נישט צו מאכן פון די מצוות - נערווען, מען דארף מאכן די מצוות מיט א שמחה. און ווען דו ביסט מחנך דיינע קינדער זיי זאלן שטיין מיט דרך ארץ ביי קידוש - זאלסטו דאס מאכן מיט שמחה, נישט מיט נערווען; ווייל שבת דארף מען זיין נאר פרייליך. אויך ווען מען גרייט זיך צו מאכן קידוש, מען טוט תשובה - דארף דאס זיין מיט א שמחה, אזוי האט אונז דער רבי געזאגט, (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "שבת דארף מען זיין זייער פרייליך"; דער רבי האט געפרעגט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קנה): "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך בין פרום (ערנסט)", האט אים דער רבי געזאגט: "שבת דארף מען זיין פרייליך".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.