תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
צום ערשטנס וויל איך זיך שטארק באדאנקען פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט; א גרויסן ש'כח פאר אלע בריוון, שיעורים, און חיזוק, א גרויסן שכח פאר די שיינע גליון "שיעורי חינוך", איך ליין עס יעדע וואך.
איך האב געוואלט פרעגן א שאלה, איך וועל עס פראבירן שרייבן אין קורצן; שוין א שטיק צייט וואס מיין מאן האט מיר געזאגט אז ער זוכט צו קויפן א טעבלעט, איך האב גארנישט געזאגט דערוועגן ווייל איך האב נישט געטראכט אז עס רעדט זיך ערנסט, ווען איך האב אבער געזען אז ער האט עס למעשה געקויפט, האב איך אים געזאגט אז איך האב זייער מורא פון דעם און איך האלט אז א טעבלעט איז נישט קיין גוטע זאך, אבער עס איז שוין געווען צו שפעט ווייל ער האט עס שוין געקויפט.
איך בין געווען זייער צובראכן און איך האב שטארק געוויינט אז איך וויל עס נישט האבן, מיר האבן עס פראבירט אדורכצושמועסן צו זען וואס מען קען טוהן, ער האט מיר מסביר געווען אז ער האט נישט געוואוסט אז איך בין אזוי דערקעגן, ווען יא וואלט ער עס נישט געקויפט, ער האט מיר ערקלערט אז ער פילט ווי ער דארף עס האבן צו קענען ערלעדיגן זאכן, און ער איז שוין נמאס פון נוצן מענטשנ'ס טובות אדער גיין אין קיאסק וואס איז נישט אזוי באקוועם.
ש'כח אייבערשטער אז איך האב אזא גוטער און וואוילער מאן וואס רעדט אלעמאל שיין צו מיר, ער האט מיר צוגעזאגט אז ער וועט טון אלעס אויפ'ן וועלט אז איך זאל זיין צופרידן און מען גייט עס אי"ה מאכן ארבעטן.
ער האט זיך געמאכט א צייט איין מאל א טאג וואס ער נוצט עס און די איבעריגע צייט ליגט עס אוועקגעפאקט, איך בין אבער נאכאלץ נישט צופרידן, איך האב זייער מורא פון דעם.
למעשה האבן מיר נאכנישט געטראפן א וועג דאס צו מאכן ארבעטן, ווייל איך וויל נישט בכלל דעם טעבלעט און איך וועל זיין צופרידן אז מען ווארפט עס אוועק, ער וועט אבער נישט זיין צופרידן פון דעם. איך האב זיך פרובירט צוצוגעוואוינען אז דאס איז די מציאות אבער איך בין נאכאלץ נישט רואיג.
מיר האבן אפגעמאכט אז מיר גייען פרעגן דער ראש ישיבה שליט"א וואס צו טון. עס וועט אונז שטארק ארויסהעלפן אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט אונז קענען געבן א עצה ווי אזוי דאס צו מאכן ארבעטן אז אונז זאלן ביידע זיין צופרידן.
א ריזיגן יישר כח ראש ישיבה פאר אלעס, יישר כח אייבערשטער פאר מיין טייערער מאן, עס איז אונז ברוך ה' אזוי גוט און געשמאק צוזאמען, אונזער שטוב איז ממש א גן עדן.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת בהר, י"א אייר, כ"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו, דא איז א בריוו פאר אייער מאן.
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
דיין ווייב האט מיר געשריבן אז ענק ווילן וויסן וואס איז ריכטיג בנוגע די טעבלעט וואס דו האסט געקויפט; זי איז נישט רואיג, זי וויל נישט האבן אין שטוב קיין טעבלעט, קיין שום זאך - אפילו וואס איז געפילטערט. דו זאגסט אז דו האסט נישט קיין כח צוצוקומען צו טובות פון מענטשן וכו' אדער צו גיין אין קיאסק וואס איז נישט באקוועם; ענק ווילן וויסן וואס דער ראש ישיבה האט ענק צו זאגן.
ליבער טייערער ברודער, ערשטנס זאלסטו טאנצן פאר שמחה אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן אזא מתנה, אן ערליכע פרוי, א קלוגע און א פרומע. גלייב מיר, נאכן הערן יעדן טאג צרות ישראל, ווי אינגעלייט וויינען זיך אויס אויף זייער לעבן וכו' וכו', קען איך דיר זאגן, 'נישטא קיין בעסערע מתנה פון אייבערשטן ווי אן ערליכע פרוי, א פרוי וואס איז שטארק מיט אירע פרינציפן צו האלטן די שטוב ריין און הייליג'.
ליבער ברודער עס לוינט צו האלטן די שטוב ריין און אפגעהיטן; אפילו עס איז נישט גרינג, מען דארף אנקומען צו טובות פון מענטשן און גיין צו א קיאסק וואס איז נישט די באקוועמסטע וכו' - אבי די שטוב זאל זיין אפגעהיטן און די קינדער זאלן וואקסן ערליך. מוהרא"ש האט אזויפיל גערעדט און געשריבן מען זאל נישט האבן אין שטוב קיין שום כלי וואס מען קען אנקומען צו נישט גוטע זאכן, ווייל דאס רייסט אויס יעדעס ביסל גוטס וואס איז דא, און עס איז א סכנה פאר די עלטערן און פאר די קינדער.
ביי דעם פאל איז געזאגט געווארן (בראשית כא, יב): "כֹּל אֲשֶׁר תֹּאמַר אֵלֶיךָ שָׂרָה שְׁמַע בְּקֹלָהּ", הער זיך צו וואס דיין ווייב זאגט דיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.