שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאך איך מיין מאן זיין ערליך און וואויל?
שלום בית, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש, מוסר

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס איז זיך מחזק מיט די שיעורים און חיזוקים, א גרויסן יישר כח.


שוין א לענגערע צייט וואס מיין מאן גייט נישט דאווענען מעריב, ער קומט צוריק נאכמיטאג פון די ארבעט, און ער בלייבט אינדערהיים ביז אינדערפרי, און דאס טוט מיר זייער וויי. אויך גייט ער שוין בכלל נישט אין מקוה אינדערפרי, און איך ווייס נישט וואס צו טון. דארף איך אים זאגן און מעורר זיין אויף דעם?


איך וויל אים נישט מצער זיין און צעברעכן, איך וויל אים נאר מחזק זיין, און איך בעט דעם אייבערשטן איך זאל וויסן וואס צו טון אויף א ריכטיגער וועג.


איך האף אז איר האט אן עצה פאר מיר, א גרויסן יישר כח.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בדרך כלל האט א מאן נישט ליב ווען מען הייסט אים וואס צו טון; א מאן האט נישט ליב ווען זיין ווייב ווערט אים ווי א משגיח און זיי הייבט אים אן זאגן: "גיי דאווענען", "גיי אין מקוה", "פארוואס לערנסטו נישט?" ער האט דאס שוין געהערט גענוג און נאך אין ישיבה.


דא דארף מען נוצן חכמה, אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי יד, א): "חַכְמוֹת נָשִׁים בָּנְתָה בֵיתָהּ, וְאִוֶּלֶת בְּיָדֶיהָ תֶהֶרְסֶנּוּ"; א פרוי וואס בויט אויף איר מאן, זי דערהייבט אים, זי שעצט אים - דאס הייסט א קלוגע פרוי, ווידעראום א פרוי וואס זוכט נאר ווי זי קען צעברעכן איר מאן, צעברעכן איר שטוב - דאס איז א נארישע פרוי; א קלוגע פרוי וואס וויל איר מאן זאל לערנען און דאווענען וועט זי אים געבן אסאך ווארימקייט און ליבשאפט ביז ער וועט זיך טוישן צום גוטן. ווייל מען קען אלעס פועל'ן מיט אביסל ליבשאפט און אביסל ווארימקייט.


די קלוגע וועג איז: "סבלנות"; די קלוגע וועג איז נישט זאגן וואס צו טון נאר ארויסברענגען די גוטע געפילן וואס מען באקומט ווען מען טוט דאס און דאס. אנשטאט זאגן: "גיי דאוון מעריב", "גיי אין מקוה", "גיי לערן", קען מען זאגן ווען מען זעט אים לערנען אדער דאווענען: "איך האב אזוי ליב ווען דו לערנסט", "איך פריי זיך אז דו גייסט דאווענען", "איך קוק ארויף אויף דעם וואס דו שטרענגסט זיך אן צו גיין דאווענען"; אויף דעם וועג מעג מען רעדן און אויף דעם וועג וועט איר פועל'ן.


אלעס וואס איר ווילט פועל'ן וועט איר נאר קענען פועל'ן כל זמן איר וועט אים ווייטער ליב האבן, עס טאר נישט ווערן אפגעקילט דאס ליבשאפט, ווייל אויב עס ווערט אפגעקילט דאס ליבשאפט דעמאלט קען מען שוין גארנישט פועל'ן.


בעט'ס דעם אייבערשטער עס זאל אריין גיין א הייליקייט אין אים; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט שטייט'ס ביי די ליכט, לייגט'ס ארויף די הענט אויפ'ן פנים און בעט'ס און וויינט'ס צום אייבערשטן אויף אייער שלום בית, בעט'ס דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל קענען געבן ליבשאפט פאר מיין מאן און מיין מאן זאל מיר געבן ליבשאפט; העלף אונז מיר זאלן לעבן מיט אהבה ושלום. העלף מיין טייערע מאן ער זאל זיין א איד; ער זאל דאווענען שחרית, מנחה און מעריב, ער זאל לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה אזוי וועלן מיר קענען צוזאמען אויפשטעלן א ערליכע שטוב; העלף אונז הייליגער באשעפער מיר זאלן זוכה זיין צו ערליכע קינדער"; און לייגטס צו אייערע אייגענע תפילות, ווייל יעדע תפילה וואס איר בעט פאר אייך, פאר אייער מאן און אייערע קינדער וכו' גייט ארויף צום אייבערשטן און מען זעט ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.