תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב לעצטנס געהערט ביי די שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מען דארף זען עס זאל אלץ זיין פרייליך אין שטוב; וואס קען איך אבער טון אז מיין ווייב איז זייער אן אנגעצויגענע פרוי, זי שרייעט א גאנצן טאג ווי א טערקלטויב, וואס איך האב נאר פרובירט איר צו העלפן און צו מאכן פרייליך העלפט עס א בוידעם, די שטוב בלייבט אלץ אנגעצויגן.
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דער מאן דארף ארבעטן אויף דעם אז די ווייב זאל אים ארויפקוקן. מיינע ווייב'ס געשוויסטער האבן אבער א שלעכטע געוואוינהייט חוזק צו מאכן פון זייערע מענער, זיי ווייזן איינער פאר'ן צווייטן ווי אזוי מען קען דערנידערן דעם מאן, און מיין ווייב וויל נישט בלייבן אונטערשטעליג. ווען מיין ווייב רעדט אויפ'ן טעלעפאן מיט אירע שוועסטערס, וועט זי אינמיטן אלץ עפעס רעדן שטרענג צו מיר, מיך הייסן עפעס טון, אז אירע שוועסטער זאלן זען ווי אזוי זי קען רעדן צו מיר, און דאס קוקן זיי ארויף.
אויך האלטן זיי אז זייער משפחה איז די חשובסטע און קלוגסטע משפחה אויף דער וועלט, און יעדער אנדערש איז משוגע.
ווי אזוי געבט מען זיך אן עצה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בשלח, ח' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
עס איז נישט גרינג אויסצולערנען אין איין בריוו שלום בית ווען דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט אז ער וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף שלום בית נאך א גאנצע סעט לקוטי הלכות; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו שרייבן אפאר ווערטער וואס איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש.
קודם כל, איך ווייס נישט אויב דו ביסט יא אזוי ווי עס דארף צו זיין; דו לייגסט אראפ אינעם בריוו ווי זי איז די שלעכטע און דו ביסט דער גוטער, איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית איז תלוי אינעם מאן; דער מאן קען דערגיין און ער דארף אויסטרעפן פארוואס זי שרייט, וואס עס טוט איר וויי און וואס עס שטערט איר אין לעבן.
בדרך כלל דארף א פרוי מען זאל איר געבן יחס וכו', מען זאל איר געבן אנערקענונג; דער מאן דארף איר דאס געבן. עס איז זייער גרינג צו שרייבן אז זי שרייט, זי קוויטשעט וכו' וכו' - די לשונות וואס דו שרייבסט, טערקלטויב וכו' - אבער יעדע זאך האט א סיבה; א פרוי שרייט נישט סתם אזוי, עפעס פעלט איר אין לעבן. איך וויל וויסן אויב דו פאלגסט וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רב) אז פרויען דארפן כבוד, זיי זענען זייער מקפיד אויף דעם; נאך האט דער רבי געזאגט (שיחות הר"ן, סימן רסד) מען דארף זייער מכבד זיין די ווייב און איר האלטן טייער, ווייל זי ליידט שווערע פיין פון ווארטן, געבוירן און אויפציען די קינדער וכו'.
אז דו וועסט אכטונג געבן אויף איר, דו וועסט איר נישט גיין אויף די נערווען וכו', דו וועסט איר נישט טשעפען און איר דערנידערן - וועסטו זען ווי זי וועט ווערן גוט צו דיר, זי וועט זיך פירן שיין צו דיר. אז דו וועסט איר געבן געלט, דו וועסט איר קויפן קליידער, שיך וכו'; דו וועסט איר העלפן אין שטוב - וועסטו זען אז זי איז נישט אזוי שלעכט, זי וועט ווערן גוט צו דיר; דאס אלעס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.
און אז דו וועסט מיר זאגן דו האסט אלעס פרובירט, אלעס געטון - און זי איז נאכאלץ שלעכט צו דיר - זאלסטו געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין מא:): "מִי שֶׁיֵּשׁ לוֹ אִשָּׁה רָעָה אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנּוֹם", ווער עס האט א שלעכטע פרוי וועט נישט אנקומען אין גיהנום, די גמרא פרעגט: "לְמַאי נַפְקָא מִינָהּ?" וואס איז דאס אונז נוגע אויף למעשה? "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען מיט ליבשאפט. ביי די אנדערע זאכן וואס די גמרא רעכנט דארט אויס זאגט די גמרא: "לְמִבָּעֵי רַחֲמֵי", מען זאל בעטן דעם אייבערשטן, פארוואס דא זאגט די גמרא: "לְקַבּוּלֵי מֵאַהֲבָה", מען זאל דאס אננעמען באהבה? זאגט דער רבי (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צ): "אִם תִּהְיֶה אִשָּׁה רָעָה אַל יִבְגֹּד בָּהּ וְלֹא יְגָרְשֶׁנָּה, כִּי עַל יָדָהּ אֵינוֹ רוֹאֶה פְּנֵי גֵּיהִנֹּם", נעם דאס אן באהבה ווייל דאס וועט דיך ראטעווען פון גיהנום; דאס איז דעם רבינ'ס וועג ווען מען האט א פרוי א כעסנית.
דאס איז דעת מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, מען זאל זיין אין שטוב אן עניו, שפל וסבלן; פרובירן מיט אלע וועגן געבן גוטע ווערטער, און געדענקען אז דאס וועט ראטעווען פון גיהנום. אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז דערציילט, איינמאל האט דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו איינגעדרימלט און גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאָר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".
מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש פון די גאנצע וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.
ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.
דער אייבערשטער זאל דיר געבן די שכל, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב.