שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי מאכט מען דער יום טוב זאל זיין פרייליך?
שלום בית, חנוכה, שמחה, עבודת השם, יום טוב, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האלטן שוין היבש נאך חנוכה, אבער איך בין נאכאלץ געבליבן מיט שווערע געפילן פון דעם יום טוב, און די זעלבע סארט פראבלעמען מאכן זיך אויך ביי אנדערע צייטן, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


איך פלעג אמאל אריינלייגן אסאך כוחות אין די חנוכה ליכט, איך האב אליין צוגעגרייט די קנויטן, איך בין געגאנגען אין מקוה פאר'ן צינדען, און נאך, אבער מיט די יארן האב איך עס אויפגעהערט צו טון, איך קויף די ליכט וואס איז גרייט גלייך צום צינדען, אבער יעדעס מאל איך צינד עס אן, שפיר איך ממש ווי א פרייער וואס צינדט אן א לעקטער-מנורה.


נאך די חתונה ביך איך געגאנגען אפאר יאר מיט א שטריימל ביים צינדען, אבער איינמאל האט מיין ווייב מיר געפרעגט פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ווען מיין טאטע גייט נישט, איך האב נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן און דעריבער האב איך אויפגעהערט צו גיין מיט א שטריימל. יעצט ווען מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן האב איך געוואלט צוריק טוישן, אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי מ'טוישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.


אויך ביים זיצן ביי די חנוכה לעכט האב איך פרובירט צו רעדן אביסל צום אייבערשטן, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום געפיל. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מסתמא בין איך זייער א נידריגער מענטש אז איך פיל נישט גארנישט, ווייל אנדערע ערליכע אידן ווערן זייער צופלאמט ביי די חנוכה לעכט.


אויך וועגן שפילן דריידל מיט קוויטלעך אום חנוכה, איז יעדעס יאר דא א גאנצע ויכוח ביי אונז, ווייל ביי מיין טאטע שפילט מען נישט קיין דריידל און נישט קיין קוויטלעך, אבער ביי מיין שווער שפילט מען ביידע. איך האב מורא געהאט דאס צו שפילן, ווייל כ'האב געהערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו שפילן קוויטלעך, אבער מיין ווייב וויל פון גארנישט הערן, אויב איר טאטע האט געשפילט קוויטלעך, איז עס גוט.


דער יום טוב חנוכה וואס דארף צו זיין א ליכטיגע און פרייליכע יום טוב, איז ביי מיר זייער טרויעריג און דערביטערט, איך שפיר יעדעס יאר ווי אנשטאט די לעכטעלעך זאלן שיינען איז עס טונקל פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן חיזוק און הדרכה, ווייל ענליכע פראבלעמען חזר'ן זיך איבער אויך דורכאויס די יאר, נישט נאר אום חנוכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון די מצוה אליינס? אז דו האסט זוכה געווען אנצוצינדן די הייליגע מנורה - דאס איז דאך די גרעסטע שמחה! וואס איז שייך העכער ווי טון די רצון פונעם אייבערשטן?! די אלע זייטיגע זאכן איז אויך חשוב, מען מאכט עס נישט אוועק, אבער מען דארף געדענקען זיך צו פרייען מיט די מצוה אליינס, אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט זוכן די אלע חכמות וואס מאכן מרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


מאך זיך נישט נאריש מיט מאכן אייגענע קנויטן וכדומה; אז דו ווילסט מאכן אייגענע קנויטן - קענסטו מאכן, און אז דו האסט צייט און כח צו גיין אין מקוה - גיי און מקוה, און אז דו האסט נישט קיין צייט, כח און מח פאר די זאכן - זאלסטו נישט זיין ביי זיך צעקלאפט, נאר גיי אנצינדן די מנורה מיט די גרעסטע שמחה.


אזוי זאלסטו טון ביי אלע מצוות, טון די מצוה מיט די גרעסטע שמחה. עס איז נישט גוט צו ווארטן אויף געפילן, די אלע זאכן זענען פון עצבות ומרה שחורה; מענטשן רעדן זיך איין אז אויב מען וויינט ביי א מצוה, מען ווערט גוט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א געלונגענע מצוה, אויב מען זיצט ביי די מנורה בעצבות, מען וויינט - דאס איז א געלונגענע חנוכה, און אויב מען איז פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און מען צינדט די מנורה, מען איז נישט טויט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א שוואכע חנוכה.


אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. עס וועט זיין שלום בית, עס וועט זיין געשמאק אין שטוב. דיין ווייב זוכט נישט דוקא צו שפילן קוויטלעך, זי וויל א פרייליכער מאן, א פרייליכע יום טוב, א פרייליכע צייט אין שטוב. זי זעט דיר אזוי דעפרעסט ביי די ליכט, זאגט זי: "קום שפילן קוויטלעך"; זי בענקט זיך צוריק צו איר טאטן אין שטוב ווען מען איז געווען פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט שמייכלען, דו וועסט טאנצן, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער - וועט זי נישט זוכן צו שפילן דעם שפיל. צדיקים זאגן אז עס ליגט א קליפה אין די שפיל פון קוויטלעך, ביי אונז האט מען דאס נישט געשפילט, אפילו אן געלט.


לייג אוועק אלע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; פריי זיך מיט די מצוה אליינס, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פרייט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .