שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי קען איך צוקומען צו א ריינע מחשבה ביים דאווענען?
תפילה והתבודדות, דאווענען, מחשבות, מדריגות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין צוואת הריב"ש פונם הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז איידער א מענטש גייט דאווענען זאל ער טראכטן פון די גרויסקייט פונעם באשעפער, אזוי וועט ער מורא האבן פונעם אייבערשטן, און וואס מער מ'האט מורא פונעם אייבערשטן אלץ מער וועט מען אים ליב האבן, און ווען מ'הייבט אן דאווענען זאל מען טראכטן אז מ'גייט אלץ העכער ארויף ביז'ן אייבערשטן, און דעמאלט וועט מען שפירן ווי דער אייבערשטער נעמט ארום דעם מענטש פון אלע זייטן, וואס דאס איז די זיסטע זאך אויף די וועלט, און מ'וועט זיך אינגאנצן נישט שפירן, און מ'קען ממש אויסגיין פאר זיסקייט אין נאכדעים ווען מ'קומט צוריק מאכט דער אייבערשטער א נס אז די חיות זאל צוריק קומען און מ'זאל ווייטער לעבן.


איך האב עס אפאר מאל פרובירט אבער עס גייט מיר נישט, מיין הארץ איז קאלט ווי א שטיין, אפילו די פשוטע פירוש המילות קומט מיר אן שווער אינזין צו האבן, מיין קאפ פליט איבעראל נאר נישט אין סידור, איז נאך מעגליך איך זאל אויך זיין א צדיק און זוכה זיין צו די אלע גרויסע זאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת חיי שרה, כ"א מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געוואוין זיך צו צו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן אויף דיין אייגענע שפראך, מען קען זוכה זיין צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות דורך תפילה והתבודדות, דער הייליגער רבי האט דערציילט אז ער איז צוגעקומען צו וואס ער איז צוגעקומען דורך די הנהגה.


קוק וואס רבי נתן דערציילט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "שֶׁעִקַּר מַה שֶּׁהִגִּיעַ לְמַדְרֵגָתוֹ, הוּא רַק עַל יְדֵי עִנְיַן 'פְּרָאסְטִיק'", דער רבי איז צוגעקומען צו זיינע גרויסע מדריגות נאר דורך זיך פירן פשוט, "שֶׁהָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה וּמֵשִׂיחַ הַרְבֵּה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", ער האט אסאך געשמועסט און גערעדט צום אייבערשטן, "וְאָמַר תְּהִלִּים הַרְבֵּה בִּפְשִׁיטוּת", און ער האט געזאגט אסאך תהילים, "וְעַל יְדֵי זֶה דַּיְקָא הִגִּיעַ לְמַה שֶּׁהִגִּיעַ", און נאר אזוי האט ער זוכה געווען צו וואס ער האט זוכה געווען.


אז דו ווילסט זוכה זיין צו טהרת המחשבה, באקומען א קלארע לויטערע אמונה, שטענדיג ארום גיין מיט א ריינע מחשבה - זאלסטו רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן, אים דערציילן יעדע זאך און אים בעטן אויף יעדע זאך; דאס איז די וועג צו ווערן א גרויסער צדיק. דער רבי האט געזאגט (שם): "אַי אַי פְּרָאסְטִיק", ער האט זיך געבענקט צו די גרויסע עבודה פון דינען דעם אייבערשטן פשוט, "גַּם אָמַר", נאך האט דער רבי געזאגט, "שֶׁדִּבֵּר עִם כַּמָּה צַדִּיקִים גְּדוֹלִים", ער האט גערעדט מיט אסאך גרויסע צדיקים, "וְאָמְרוּ גַּם כֵּן", זיי האבן אים אויך געזאגט די זעלבע זאך, "שֶׁלֹּא הִגִּיעוּ לְמַדְרֵגָתָם", זיי זענען נישט צוגעקומען צו זייערע מדריגות, "כִּי אִם עַל יְדֵי עִנְיָן פְּרָאסְטִיק", נאר דורך די פשוטע עבודה, "שֶׁעָסְקוּ בַּעֲבוֹדָתָם בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר בְּהִתְבּוֹדְדוּת וְשִׂיחָה בֵּינוֹ לְבֵין קוֹנוֹ", זיי האבן אסאך גערעדט צום אייבערשטן פשוטערהייט, און אסאך געשמועסט מיט'ן אייבערשטן, "וְעַל יְדֵי זֶה הִגִּיעוּ לְמַה שֶּׁהִגִּיעוּ, אַשְׁרֵי לָהֶם", און נאר אזוי זענען זיי צוגעקומען צו וואס זיי זענען צוגעקומען, וואויל איז זיי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי מאכט מען דער יום טוב זאל זיין פרייליך?
שלום בית, חנוכה, שמחה, עבודת השם, יום טוב, תמימות, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר האלטן שוין היבש נאך חנוכה, אבער איך בין נאכאלץ געבליבן מיט שווערע געפילן פון דעם יום טוב, און די זעלבע סארט פראבלעמען מאכן זיך אויך ביי אנדערע צייטן, און איך האף אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט האבן אן עצה פאר מיר.


איך פלעג אמאל אריינלייגן אסאך כוחות אין די חנוכה ליכט, איך האב אליין צוגעגרייט די קנויטן, איך בין געגאנגען אין מקוה פאר'ן צינדען, און נאך, אבער מיט די יארן האב איך עס אויפגעהערט צו טון, איך קויף די ליכט וואס איז גרייט גלייך צום צינדען, אבער יעדעס מאל איך צינד עס אן, שפיר איך ממש ווי א פרייער וואס צינדט אן א לעקטער-מנורה.


נאך די חתונה ביך איך געגאנגען אפאר יאר מיט א שטריימל ביים צינדען, אבער איינמאל האט מיין ווייב מיר געפרעגט פארוואס איך גיי מיט א שטריימל ווען מיין טאטע גייט נישט, איך האב נישט געוואוסט וואס איר צו ענטפערן און דעריבער האב איך אויפגעהערט צו גיין מיט א שטריימל. יעצט ווען מיינע קינדער זענען אונטערגעוואקסן האב איך געוואלט צוריק טוישן, אבער כ'ווייס נישט ווי אזוי מ'טוישט פון איין טאג אויפ'ן צווייטן.


אויך ביים זיצן ביי די חנוכה לעכט האב איך פרובירט צו רעדן אביסל צום אייבערשטן, אבער כ'האב נישט געהאט קיין שום געפיל. דאס האט מיר געמאכט טראכטן אז מסתמא בין איך זייער א נידריגער מענטש אז איך פיל נישט גארנישט, ווייל אנדערע ערליכע אידן ווערן זייער צופלאמט ביי די חנוכה לעכט.


אויך וועגן שפילן דריידל מיט קוויטלעך אום חנוכה, איז יעדעס יאר דא א גאנצע ויכוח ביי אונז, ווייל ביי מיין טאטע שפילט מען נישט קיין דריידל און נישט קיין קוויטלעך, אבער ביי מיין שווער שפילט מען ביידע. איך האב מורא געהאט דאס צו שפילן, ווייל כ'האב געהערט אז ס'איז נישט אויסגעהאלטן צו שפילן קוויטלעך, אבער מיין ווייב וויל פון גארנישט הערן, אויב איר טאטע האט געשפילט קוויטלעך, איז עס גוט.


דער יום טוב חנוכה וואס דארף צו זיין א ליכטיגע און פרייליכע יום טוב, איז ביי מיר זייער טרויעריג און דערביטערט, איך שפיר יעדעס יאר ווי אנשטאט די לעכטעלעך זאלן שיינען איז עס טונקל פאר מיר.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן חיזוק און הדרכה, ווייל ענליכע פראבלעמען חזר'ן זיך איבער אויך דורכאויס די יאר, נישט נאר אום חנוכה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס דארפסטו מער פון די מצוה אליינס? אז דו האסט זוכה געווען אנצוצינדן די הייליגע מנורה - דאס איז דאך די גרעסטע שמחה! וואס איז שייך העכער ווי טון די רצון פונעם אייבערשטן?! די אלע זייטיגע זאכן איז אויך חשוב, מען מאכט עס נישט אוועק, אבער מען דארף געדענקען זיך צו פרייען מיט די מצוה אליינס, אז מען טוט דעם רצון פונעם אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט זוכן די אלע חכמות וואס מאכן מרה שחורה. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מד): "גַּם מֵחָכְמוֹת שֶׁיֵּשׁ בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בְּעַצְמוֹ צָרִיךְ לְהַרְחִיק מְאֹד", מען דארף זיך זייער היטן פון חכמות, "כִּי כָל אֵלּוּ הַחָכְמוֹת שֶׁל הָעוֹלָם שֶׁיֵּשׁ לְהַנִּכְנָסִין וּמַתְחִילִין קְצָת בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם, אֵינָם חָכְמוֹת כְּלָל, וְהֵם רַק דִּמְיוֹנוֹת וּשְׁטוּתִים וּבִלְבּוּלִים גְּדוֹלִים", ווייל די אלע חכמות וואס מען האט ווען מען הייבט אן דינען דעם אייבערשטן זענען בכלל נישט קיין חכמות, דאס איז דמיונות, שטותים און קאפ דרייענישן, "וְאֵלּוּ הַחָכְמוֹת מַפִּילִין מְאֹד אֶת הָאָדָם מֵעֲבוֹדַת הַשֵּׁם", דאס מאכט אז דער מענטש זאל אפלאזן זיין עבודת השם, "וְעַל אֵלּוּ הַמְדַקְדְּקִים וּמַחְמִירִים בְּחֻמְרוֹת יְתֵרוֹת עֲלֵיהֶם נֶאֱמַר: "וְחַי בָּהֶם", 'וְלֹא שֶׁיָּמוּת בָּהֶם', כִּי אֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת כְּלָל", די אלע וואס זענען פארנומען מיט חכמות און ספיקות זענען שטענדיג מסופק צי זיי האבן יוצא געווען די מצוה אדער נישט - די האבן נישט קיין שום חיות, "וְתָמִיד הֵם בְּמָרָה שְׁחֹרָה מֵחֲמַת שֶׁנִּדְמֶה לָהֶם שֶׁאֵינָם יוֹצְאִים יְדֵי חוֹבָתָם בְּהַמִּצְווֹת שֶׁעוֹשִׂין וְאֵין לָהֶם שׁוּם חִיּוּת מִשּׁוּם מִצְוָה מֵחֲמַת הַדִּקְדּוּקִים וְהַמָּרָה שְׁחֹרוֹת שֶׁלָּהֶם", זיי זענען שטענדיג דעפרעסט, זיי לעבן אלץ אין ספיקות, און די חומרות ווארפט זיי אריין אין מרה שחורה.


מאך זיך נישט נאריש מיט מאכן אייגענע קנויטן וכדומה; אז דו ווילסט מאכן אייגענע קנויטן - קענסטו מאכן, און אז דו האסט צייט און כח צו גיין אין מקוה - גיי און מקוה, און אז דו האסט נישט קיין צייט, כח און מח פאר די זאכן - זאלסטו נישט זיין ביי זיך צעקלאפט, נאר גיי אנצינדן די מנורה מיט די גרעסטע שמחה.


אזוי זאלסטו טון ביי אלע מצוות, טון די מצוה מיט די גרעסטע שמחה. עס איז נישט גוט צו ווארטן אויף געפילן, די אלע זאכן זענען פון עצבות ומרה שחורה; מענטשן רעדן זיך איין אז אויב מען וויינט ביי א מצוה, מען ווערט גוט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א געלונגענע מצוה, אויב מען זיצט ביי די מנורה בעצבות, מען וויינט - דאס איז א געלונגענע חנוכה, און אויב מען איז פרייליך מיט דעם אז מען איז א איד און מען צינדט די מנורה, מען איז נישט טויט דעפרעסט - דעמאלט איז דאס א שוואכע חנוכה.


אז דו וועסט זיין פרייליך וועלן אלע פראבלעמען אוועק פאלן. עס וועט זיין שלום בית, עס וועט זיין געשמאק אין שטוב. דיין ווייב זוכט נישט דוקא צו שפילן קוויטלעך, זי וויל א פרייליכער מאן, א פרייליכע יום טוב, א פרייליכע צייט אין שטוב. זי זעט דיר אזוי דעפרעסט ביי די ליכט, זאגט זי: "קום שפילן קוויטלעך"; זי בענקט זיך צוריק צו איר טאטן אין שטוב ווען מען איז געווען פרייליך. אז דו וועסט זיין פרייליך, דו וועסט שמייכלען, דו וועסט טאנצן, דו וועסט איר געבן גוטע ווערטער - וועט זי נישט זוכן צו שפילן דעם שפיל. צדיקים זאגן אז עס ליגט א קליפה אין די שפיל פון קוויטלעך, ביי אונז האט מען דאס נישט געשפילט, אפילו אן געלט.


לייג אוועק אלע חכמות, מען האט גארנישט פון חכמות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יב): "עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", דאס עיקר אידישקייט איז ווען א מענטש פירט זיך ווי א פשוט'ער איד, מיט תמימות און פשיטות; פריי זיך מיט די מצוה אליינס, דער רבי זאגט (ספר המדות אות שמחה, סימן א): "כְּשֶׁאָדָם עוֹשֶׂה מִצְוָה בְּשִׂמְחָה, זֶה סִימָן שֶׁלִּבּוֹ שָׁלֵם לֵאלֹקָיו", ווען א מענטש פרייט זיך מיט די מצוות וואס ער טוט, איז א סימן אז ער איז אן ערליכער איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים .

#1 - זאל איך ווייטער לערנען ספרי חב"ד, אדער ענדערש ברסלב'ע ספרים?
חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, חב"ד, פשטות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א ליבאוויטשער חסיד, און איך הער אסאך די שיעורים, אבער די גאנצע זאך פון התבודדות און רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, רעדט נישט צו מיר. ווייל ווי באקאנט האט מען אין חב"ד געלייגט א גרעסערער דגוש אויף התבוננות און מחשבה, דאס רעדן האט מען נאר געטון ביים דאווענען אין סידור די תפלות. ווי אזוי קען איך זיך שטארקן יא צו רעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מ'לערנט אין ברסלב?


כאטש וואס איך בין אויפגעוואקסן אין חב"ד, האט מען אבער ביי אונז אינדערהיים געלערנט די ברסלב'ע ספרים, מיין טאטע פלעגט פארלערנען "סיפורי מעשיות", און מיין נאמען איז "נתן". כאטש וואס מ'האט עס נישט געלערנט אלס א וועג ווייזער אין לעבן, בין איך אבער באקאנט מיט די ברסלב'ע ספרים. איך האב אבער א פראבלעם אז דער וועג ווי אזוי די ספרים זענען געשריבן רעדט נישט צו מיר אזוי שטארק, ס'איז געשריבן אויף צו א פשוטע וועג. פון די אנדערע זייט אבער, ווען עס קומט צו לערנען די ספרים פון חב"ד, האב איך זייער ליב דער וועג ווי אזוי ס'איז געשריבן, מיט'ן גאנצן אמת און א הויכע שכל, אבער למעשה איז מיר עס שווער צו נוצן אויפ'ן טאג טעגליכן לעבן לעובדא ולמעשה.


איך בין זייער צעמישט אין לעבן, איך ווייס נישט וואס איך וויל און וואס איך דארף וועלן. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ווייזן א וועג וועלכע ספר איך זאל לערנען, אדער אויף וועלכע נקודות איך זאל זיך פארלייגן, אז ער זאל קענען מצליח זיין אין לעבן און אין עבודת ה'.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ואתחנן, ז' מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


לערן ווייטער ספרי חב"ד, לאז נישט אפ די הייליגע ספרים; בנוסף לזה זאלסטו נעמען די עצה פון התבודדות, עס זעט טאקע אויס ווי א פשוט'ע וועג, אבער די פשוט'ע זאכן דאס זענען די וויכטיגסטע אין לעבן.


ברויט און וואסער איז נאך מער פשוט'ער, אבער אן ברויט, אן וואסער - איז נישטא קיין לעבן. אזוי אויך און נאך מער איז די גאנצע זאך פון רעדן צום אייבערשטן, עס איז זייער א פשוט'ע זאך, אבער אן דעם קען מען זיך נישט דערהאלטן, מיט די ביטערע נסיונות וואס גייט אריבער אויף יעדן איינעם ברוחניות ובגשמיות.


מוהרא"ש האט דערציילט, עס איז געווען א חבד'סקער בחור וועלכער האט געהאט א קרוב אין אומאן, ווען ער איז געווען אין אומאן ביי זיין קרוב האט ער דאס ערשטע מאל געהערט פון "התבודדות". ווייל אין חב"ד רעדט מען מער פון מחשבה, פון זיך מתבונן זיין אין גדלות הבורא, עס איז אים זייער געפאלן די פשוט'ע עבודה וואס דער רבי געבט אונז, מען זאל רעדן צום אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי מען שמועסט זיך אויס מיט א גוטער פריינד, מען זאל אלעס דערציילן דעם אייבערשטן.


שפעטער ווען די רוסן ימח שמם האבן אים פארכאפט און געפירט קיין סיביר האט ער געהאט דארט א שרעקליכע נסיון, ער האט נושא חן געווען ביי די רוסן ימח שמם און זיי האבן אים גענומען פאר א משרת אין זייער אפיס, דארט איז אויך געווען פארכאפט א גוי'שע מיידל, א גלח'ס א טאכטער און זי האט זיך פארטשעפעט אין אים, זי האט אים געמוטשעט ער זאל מיט איר טון אן עבירה, ער זאל מיט איר חתונה האבן. טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט - האט זי אים געמוטשעט אן קיין אויפהער; ער האט דאך געהערט פון ברסלב'ער חסידים די זאך פון התבודדות, פלעגט ער זיך ארויס כאפן יעדע נאכט אין די ביטערע פרעסטן און געשריגן צום אייבערשטן: "אייבערשטער, וואס טו איך דא? איך לייד דא פון א שרעקליכע נסיון, איך שפיר ווי אט אט ווער איך אויס, אט אט ווער איך פארברענט, אייבערשטער נעם צו מיין נשמה ווי איידער איך זאל זיין מיט די גוי'טע", אזוי האט ער געשריגן יעדע נאכט און דערפון האט ער באקומען כח עומד צו זיין בנסיון פאר נאך א טאג, דעם קומענדיגן טאג ווען די נסיון איז נאכאמאל אונטערגעקומען האט ער נאכאמאל גענומען די פשוט'ע עצה פון התבודדות.


ווען עס איז אריבער דריי יאר האבן אים די רוסן באפרייט, מען האט געמאכט א געזעגענונגס מאלצייט, האט דאס מיידל געבעטן די אפיצירן אויב זי קען רעדן אפאר ווערטער פאר זיין כבוד, און זי האט אויסגעשריגן און געזאגט: "אויב איז דא אין די וועלט א הייליגער מאן איז עס דער בחור! איך מוטשע אים פאר אזא לאנגע צייט ער זאל זיין מיט מיר, און ער האט מיר קיינמאל נישט אנגערירט".


דער בחור איז צוריק געקומען קיין אומאן און דערציילט די געשיכטע; אלע אידן פון קליין און גרויס וואס האבן געהערט די מעשה האבן געוויינט, זיי האבן באוואונדערט ווי א יונגער בחור זאל קענען זיין אזוי שטארק ווי יוסף הצדיק; האט דער בחור געזאגט: "ווען איך וואלט ווען נישט געוואוסט פון די פשוט'ע עצה פון התבודדות, וואלט איך זיכער פארברענט געווארן; נאר די עצה, די פשוט'ע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, פון וויינען צו אים, פון זיך אויסשמועסן מיט אים, דאס האט מיר געראטעוועט".


דעריבער בעט איך דיר זייער, לאז נישט אפ דיין וועג אין עבודת השם; בלייב מקושר צו די הייליגע רביים נשיאי חב"ד וועלכע האבן ליכטיג געמאכט די וועלט, ובנוסף לזה זאלסטו נעמען די פשוט'ע ברויט, די פשוט'ע וואסער, די פשוט'ע וועג פון שמועסן מיט'ן אייבערשטן, דאס וועט דיר ראטעווען פון אלעם שלעכטס.


די פשוט'ע וועג פון התבודדות קען ברענגען א מענטש צו די גרעסטע מדריגות, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קנד): "איך האב זוכה געווען צוצוקומען צו וואס איך בין צוגעקומען נאר ווייל איך האב זיך געפירט בתמימות ופשיטות, איך האב אסאך גערעדט צום אייבערשטן, איך האב זיך געפירט ווי א פראסטאק".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין פשוט'ע ערליכע אידן.