תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך שעפ שוין א שטיק צייט חיזוק פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, א גרויסן יישר כח פאר אלע גוטע זאכן וואס איך באקום פון די שיעורים.
מיין ווייב איז ברוך ה' זייער וואויל און ערליך, זי איז נישט אויפגעוואקסן מיט א חינוך פון זיך שערן די האר נאך די חתונה, זי גייט מיט א שייטל און איר האר איז קיינמאל נישט אויפגעדעקט. מיט עטליכע יאר צוריק האב איך איר געבעטן אויב זי קען זיך אפשערן די האר, זי האט מיר צוליב געטון און זיך אנגעהויבן טיילווייז שערן די האר, אבער זי האט נאך מורא עס צו טון אינגאנצן.
איך הער כסדר ביי די שיעורים איבער די גרויסקייט און הארבקייט פון שערן די האר, און זי ווייסט אז פאר מיר איז דאס זייער וויכטיג, און איך בעט דעם אייבערשטן שוין די אלע יארן אז זי זאל זיך אינגאנצן אפשערן די האר.
מיין שאלה איז ווי אזוי איך זאל ווייטער גיין מיט דעם, זאל איך איר בעטן ווייטער כסדר, אדער זאל איך עס איבערלאזן אויף איר ווען זי וועט שפירן גרייט פאר דעם?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ב' פרשת וירא, ט"ו מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
ענדערש זאלסטו איר אויסלויבן ווי גוט און ווי איידל זי איז, דאס וועט מאכן די ארבעט, ווייל דער רבי זאגט: "מיט גוטנ'ס פועלט מען בעסער ווי מיט מוסר"; און זיכער ביי דיין פאל, וואס זי ווייסט גוט וואס דיין רצון איז, און וואס איז ריכטיג צו טון, דארף מען נאר אויסלויבן און אויסרימען; דאס וועט מאכן די ארבעט.
העיקר זאלסטו ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז דיין שטוב זאל גיין אויף די וועג פון די הייליגע צדיקים, און זאלסט האבן אסאך סבלנות צו דאווענען און בעטן און נישט אויפגעבן, ווייל קיין איין תפילה גייט נישט לאיבוד; אמאל גייען די תפילות אויף זיך, און אמאל גייט עס אויף די קינדער און די שפעטערדיגע דורות.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.