תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר העלפן מיט'ן ווייזן א וועג ווי אזוי צו מאכן פסח א סדר אינדערהיים?
איך בין פול מיט ספיקות; ווי אזוי זאגט מען די הגדה? שטייט, שנעל, מיט טייטש, אן טייטש? ווען דערציילט מען פאר די קינדער פון מצרים, פון פרעה און די צען מכות? בשעת די הגדה אדער ביי שלחן עורך? ווי אזוי ווייסט מען אויף זיכער וויפיל עס איז א כזית פאר זיך און פאר די ווייב, פון די מצות און די מרור? זאל איך האלטן א וואג אויפ'ן טיש, אזוי ווי אסאך מענטשן טוען, אדער נישט? איך טראכט אפשר אז דאס קען ברענגען צו נערווען ביים סדר.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום א' פרשת צו, ד' ניסן, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
זאג די הגדה מיט חיות און שמחה, הויך אויפן קול. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רא) אז פסח שרייט מען ביים דאווענען און ביי די הגדה, אזוי באקומט מען מוחין צו וויסן און גלייבן אז דער איבערשטער איז דא; דאס איז דער עיקר, די אנדערע זאכן שנעל, שטייט, מיט טייטש, אן טייטש, דערציילן די מכות וכו' - דאס איז ביי יעדן איינעם לויט ווי עס שטימט מיט זיי, דער עיקר עס זאל זיין מיט שמחה און מיט חיות, וואס דאס איז דער עיקר; מען דארף געדענקען נישט צו מאכן פון עיקר - טפל און פון טפל - עיקר.
מען דארף נישט קיין וואגשאל, מען דארף נישט מאכן די נייע זאכן, דער עיקר איז די שמחה און די חיות אז מיר זענען זוכה צו זיצן נאך א פסח מיטן אייבערשטן מיט די גאנצע פמליא של מעלה. דער זוהר הקדוש איז מגלה (פרשת בא, דף מ:), פסח ביינאכט קומט דער אייבערשטער כביכול מיט אלע מלאכים צו אלע שטיבער, און זיי האלטן מיט די סדר נאכט ווי מען דערציילט די ניסים פון יציאת מצרים.
דער עיקר זאלסטו זיך היטן פון עצבות און כעס, ווייל פסח ביינאכט איז זייער א הייליגע צייט, און צדיקים זאגן, פארוואס רופט מען אן פסח ביינאכט די 'סדר נאכט'? ווייל עס קומט אראפ א הייליגקייט פון הימל און עס בלייבט אויפן גאנצן יאר, און ווי אזוי מען פירט זיך פסח ביינאכט - אזוי וועט זיין די יאר.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.