תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל א ברכת מזל טוב צום ערשטן אייניקל, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זען אסאך אידיש נחת געזונטערהייט און פרייליכערהייט.
איך בין אן אייניקל פון מוהרא"ש זי"ע, און איך בין א תלמיד פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים, און לעצטנס האב איך זיך ב"ה צוגעכאפט צום סדר דרך הלימוד, דערווייל נאר מיט גמרא, און איך האב שוין זוכה געווען ברוך ה' צו ענדיגן מסכת ברכות.
איך האב געוואלט פרעגן, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, דער ראש ישיבה שליט"א רעדט דאך אזוי אסאך אז מ'זאל נישט קוקן אויף קיין שום קליפס און ווידיאס, ווי אזוי קען זיין אז מ'געבט ארויס די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף קליפס און ווידיאס?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן פון אן אייניקל פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז דו ביסט זיך מחי' מיט די שיעורים. עס איז מיר א פארגעניגן צו קענען מחזק זיין אן אייניקל פון מורי ורבי מוהרא"ש זכותו יגן עלינו; וויפיל איך זאל נאר טון, וויפיל איך זאל נאר וועלן טון, וועל איך קיינמאל נישט קענען באצאלן מוהרא"ש זי"ע פאר דאס וואס ער האט מיר געגעבן.
מוהרא"ש האט אויף מיר רחמנות געהאט, "כַּפָּהּ פָּרְשָׂה לֶעָנִי (משלי לא, כ)", זיינע ארעמעס האט ער אויסגעשטרעקט צום ארעמאן, "וְיָדֶיהָ שִׁלְּחָה לָאֶבְיוֹן", זיינע הענט האט ער אויסגעשטרעקט צו מיר; ער האט מיר מקרב געווען צום אייבערשטן, ער האט מיר געוויזן א וועג אין לעבן ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו האבן דעם גן עדן אויף די וועלט.
איך בין געווען א פארלוירענע נשמה, איך האב זיך נישט געקענט געפונען מיין פלאץ אין די וועלט; איך האב פרובירט אזויפיל וועגן, איך בין געגאנגען צו אזויפיל גוטע אידן זיי זאלן מיר זעטיגן מיין הונגעריגע נשמה, אבער איך האב אלץ געשפירט אז עפעס פעלט מיר אין מיין לעבן, איך האב געשפירט אזוי ווי דער בן יחיד פונעם רב (סיפורי מעשיות מעשה ח' – מרב ובן יחיד) וואס פלעגט לערנען און דאווענען אבער ער האט אלץ געשפירט א חסרון, ער האט נישט געהאט קיין טעם אין זיין עבודת השם, עס האט אים געפעלט דעם מאור הגדול. זיין טאטע - דער רבי האט אים נישט געלאזט גיין צום צדיק, ער האט אים אלץ אפגערעדט: "עס פאסט נישט פאר א רבני'ש קינד צו גיין צו אים"; אזוי האב איך אלץ געשפירט, ביז דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף מיר און מיר אנטפלעקט דעם הייליגן רבי'ן; איך בין געקומען צו מוהרא"ש און דארט האב איך אנגעהויבן שפירן דעם אייבערשטן.
מוהרא"ש איז געווען אזוי גרויס, דאך האט ער געעפנט זיין טיר פאר מיר און מיר געלערנט א וועג אין לעבן; אויף דעם איז נישט שייך צוריק צו צאלן, ווי קען מען באצאלן פאר געבן לעבן... איין זאך קען איך טון, איך וועל טון וואס מוהרא"ש האט אונז געבעטן אלע יארן, מיר זאלן פארשפרייטן פאר אלעמען די שיינע עצות, מיר זאלן לערנען מיט אנדערע דאס וואס מיר האבן באקומען, אנדערע זאלן אויך וויסן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט.
מענטשן פרעגן מיר: 'וואס האט דיר געפעלט? וואס האסטו געטראפן ביי מוהרא"ש? צי וואס דארפסטו בכלל ברסלב?' אזעלכע שטארקע שאלות פרעגט מען שטענדיג: 'וואס האסטו באקומען אין היכל הקודש?' די שאלות קען מען נישט ענטפערן פאר איינעם וואס האט נישט טועם געווען פון דעם הייליגן רבינ'ס עצות; ווער עס לעבט נישט מיט א צדיק קען נישט פארשטיין וואס מען באקומט און וואס מען שפירט ווען מען קומט צום צדיק. אזוי ווי דער הייליגער קדושת לוי ווען ער איז צוריק געקומען פון זיין הייליגן רבי'ן דער גרויסער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו, האט אים זיין שווער געפרעגט: "וואס האסטו געלערנט ביי דיין רבי'ן?" האט ער געזאגט: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", האט דער שווער אים אויסגעלאכט און געזאגט: "ווער ווייסט דען נישט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, פארוואס האסטו געדארפט אוועק פארן פון שטוב און איבערלאזן די ווייב, יעדער ווייסט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט?!" האט דער הייליגער בארדיטשובער רב זכותו יגן עלינו געזאגט דעם שווער: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם, דאס האב איך געלערנט ביים הייליגן מעזריטשער מגיד זי"ע, ער האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן".
דאס ענטפער איך פאר אלע וואס פרעגן מיר: "וואס האסטו געלערנט ביי מוהרא"ש זי"ע? וואס האסטו דארט איינגעזען?" ענטפער איך: "איך האב געלערנט אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט", און אז מען פרעגט ווייטער: "אלע ווייסן דאס!" זאג איך זיי: "אלע זאגן אז עס איז דא א גאט אויף די וועלט, אבער איך לעב מיט דעם".
ביי מוהרא"ש האב איך באקומען אן אנדערע בליק אין לעבן; מוהרא"ש האט מיר געברענגט נאנט צום אייבערשטן, דאס איז א זאך וואס מען קען נישט מסביר זיין פאר אנדערע, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן א): "דוד המלך זאגט (תהילים קלה, ה): 'כִּי אֲנִי יָדַעְתִּי כִּי גָּדוֹל ה', וַאֲדוֹנֵינוּ מִכָּל אֱלֹקִים', פרעגט דער רבי וואס איז דאס 'כִּי אֲנִי' אז איך ווייס? זאל שטיין: 'כִּי גָּדוֹל ה'' אז דער אייבערשטער איז גרויס?! זאגט דער רבי: 'כִּי גְּדֻלַּת הַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ אִי אֶפְשָׁר לוֹמַר לַחֲבֵרוֹ, וַאֲפִילּוּ לְעַצְמוֹ אִי אֶפְשָׁר לְסַפֵּר מִיּוֹם לְיוֹם, לְפִי מַה שֶּׁמַּזְרִיחַ לוֹ וּמִתְנוֹצֵץ לוֹ בְּאוֹתוֹ הַיּוֹם אֵינוֹ יָכוֹל לְסַפֵּר לְעַצְמוֹ לְיוֹם שֵׁנִי הַזְּרִיחָה וְהַהִתְנוֹצְצוּת שֶׁל גְּדֻלָּתוֹ יִתְבָּרַךְ שֶׁהָיָה לוֹ אֶתְמוֹל', מען קען נישט מסביר זיין פאר א צווייטן ווי אזוי מען שפירט דעם אייבערשטן, און נישט נאר פאר א צווייטן קען מען דאס נישט מסביר זיין, נאר אפילו פאר זיך אליין קען מען אויך נישט דערציילן און געדענקען ווי אזוי מען האט נעכטן געשפירט דעם אייבערשטן".
וויפיל מיר וועלן נאר רעדן פון דיין גרויסן זיידן מוהרא"ש זי"ע, האט מען גארנישט אנגעהויבן רעדן פון זיין גרויסקייט; זיין גאנצע לעבן האט ער אוועק געגעבן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש האט ליב געהאט נאך א איד, עס איז אים געגאנגען אין לעבן צוריק צו ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, דאס האט ער געטון זיין גאנצע לעבן. ער איז געווען איינער אליין, ער האט קיינעם נישט געהאט; נישט די ווייב, נישט די קינדער - קיינעם, דאך האט ער נישט אפגעלאזט זיין הייליגע ארבעט, נאר מוסיף געווען מער און מער. דערפאר פריי איך זיך צו הערן אז דו האסט א געפיל צו גיין אין די וועגן פון דיין זיידע מוהרא"ש זי"ע, דו ביסט זיך מחזק מיט זיינע ווערטער, מיט זיינע עצות.
מוהרא"ש וואלט אזוי הנאה געהאט צו הערן אז זיינע אייגענע קינדער און אייניקלעך לערנען אויפ'ן סדר דרך הלימוד (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו); מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן און פרובירן אריין צו ברענגען ביי די אייניקלעך זיי זאלן אננעמען זיינע ווערטער; מוהרא"ש האט זייער מקרב געווען זיינע אייניקלעך.
מזל טוב פאר'ן סיום מסכת ברכות; יעצט הייב אן מסכת שבת, אזוי זאלסטו גיין ווייטער און ווייטער ביז דו וועסט זוכה זיין צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין לערנען משניות; מוהרא"ש זאגט אז משניות האט אין זיך א ספעציעלע סגולה, עס ברענגט אריין אינעם מענטש א שטארקע גליסט צו לערנען נאך און נאך, מען באקומט א שטארקע רייץ צו וועלן לערנען די גאנצע תורה. עס רייצט אן דעם מענטש צו וועלן האבן שיעורים אין כל התורה כולה, זאלסטו לערנען יעדן טאג אביסל משניות.
דאס וואס דו פרעגסט ווי אזוי מען קען מאכן ווידיאוס וכו'; ביסט הונדערט פראצענט גערעכט. ווידיאוס איז נישט א זאך פאר ערליכע אידן, אפילו קוקן גוטע זאכן איז נישט כדאי, עס ברענגט נישט קיין גוטס; דאס שלעפט דעם מענטש צו קוקן נישט גוטע זאכן, עס פאר'תמ'ם דעם קאפ און שכל; דאס איז נאר א וועג צוריק צו ברענגען די וואס זענען נעבעך אראפגעפאלן, זיי זענען ביי זיך אזוי צעבראכן - מאכט מען דאס פאר זיי, אבער פאר ערליכע אידן איז זיכער נישט גוט צו קוקן ווידיאוס.
וואויל איז דעם וואס קוקט נישט קיין ווידיאוס און קליפס, ער היט זיינע אויגן, וועט אים זיין גוט בזה ובבא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.