תוכן השאלה
לכבוד מורי ורבי דער ראש ישיבה שליט"א,
איך רוף אייך מורי ורבי, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געלערנט ביי אייך און איר קענט מיר אפילו נישט, זאלט איר אבער וויסן אז איר רעדט טאקע צו די בחורים אין ניו יארק, אבער אייער השפעה קומט אן איבער די גאנצע וועלט. די דרשות, בריוון, חיזוק יומי, האט געטוישט מיין גאנצע וועלט, מיין גאנצע שטוב איז געווארן איין שטיק אמונה אין אייער זכות. אויסער די שלום בית, לימוד התורה, און נאך פילע עצות וואס האט מיר אזויפיל געהאלפן.
איך בין א מלמד, און איך האב פארגעלערנט פאר די קינדער די גמרא אין מסכת ברכות, אז פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן איז פארשפארט געווארן די טויערן פון תפלה, אבער די טויערן פון טרערן איז יא געבליבן אפן. די גמרא איז מיר זייער שווער געווען, ווי אזוי קען מען זאגן אז ווען א איד דאווענט צום אייבערשטן זענען די טויערן צוגעשפארט פאר אים? אויב בעט ער נישט מיט טרערן וועלן זיינע תפלות נישט אנקומען צום אייבערשטן? איך וועל אייך זייער מכיר טובה זיין אויב איר וועט מיר דאס קענען קלאר שטעלן.
אגב, דער אינגערמאן וואס האט מיר געוויזן דעם ערשטן מאל א דרשה פון אייך, איז א מתנגד פון ברסלב. ער האט מיר דאס געוויזן אויף צו מאכן ליצנות דערפון, און ער האט גארנישט געכאפט אז איך וועל אנהויבן אויסהערן די שיעורים בקביעות, און דאס וועט מיר אזויפיל העלפן אין לעבן...
בהוקרה ובברכה, שלמה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד המלמד שלמה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיין חלק אז דו האסט די זכיה צו זיין א מלמד; עס נישט דא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי א מלמד וואס לערנט תורה ויראת שמים מיט אידישע קינדער.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא בתרא ח:): אויפן פסוק (דניאל יב, ג): "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד – אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", איינער וואס לערנט תורה מיט אידישע קינדער איז צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן די וועלט; מוהרא"ש זכרונו לברכה איז דאס זייער שיין מסביר, אז פונקט ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון דער וועלט, אזוי אויך קען מען נישט ציילן די זכותים פון א מלמד. א מלמד פלאנצט איין אין די קינדער תורה, יראת שמים און אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, און שפעטער ווען די קינדער וואקסן אויף און טוען גוטע זאכן גייט אלעס אויפן חשבון פונעם מלמד.
דאס וואס דו פרעגסט אז חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לב.): "וְאָמַר רַבִּי אֶלְעָזָר מִיּוֹם שֶׁחָרַב בֵּית הַמִּקְדָּשׁ נִנְעֲלוּ שַׁעֲרֵי תְפִלָּה", פון ווען דער בית המקדש איז חרוב געווארן זענען פארמאכט די טויערן פון תפילה; וויסן זאלסטו אז עס איז דא אסאך שיטות אין חז"ל, אין די מדרשים זענען דא כמה דרכים - איינער זאגט אזוי און דער אנדערער זאגט אזוי, אבער אויף יעדע זאך איז דא א פשט. חכמינו הקדושים זאגן (פסחים פה:): "אֲפִילוּ מְחִיצָה שֶׁל בַּרְזֶל אֵינָהּ מַפְסֶקֶת בֵּין יִשְׂרָאֵל לְאֲבִיהֶם שֶׁבַּשָּׁמַיִם", אפילו א אייזערנע וואנט איז נישט מפסיק צווישן אונז אידן מיטן אייבערשטן, נאך זאגן חז"ל (ויקרא רבה ל, ג): "בַּדּוֹרוֹת הַלָּלוּ שֶׁאֵין לָהֶם לֹא מֶלֶךְ וְלֹא נָבִיא, לֹא כֹהֵן וְלֹא אוּרִים וְתֻמִּים, וְאֵין לָהֶם אֶלָּא תְּפִלָּה זוֹ בִּלְבָד", דוד המלך האט געבעטן דעם אייבערשטן פאר אונזערע דורות ווען מיר וועלן זיין אין גלות, אן קיין קעניג, אן קיין נביא, אן קיין כהן גדול און אן קיין אורים ותומים, "אָמַר דָּוִד לִפְנֵי הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַל תִּבְזֶה אֶת תְּפִלָּתָם", רבונו של עולם נעם אן זייערע תפילות.
מיר ווייסן נאר וואס צדיקים האבן אונז געזאגט - בפרט דער הייליגער רבי - אז מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן און זיך מתבודד זיין יעדן טאג. דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן כה; ק) אז ער האט געהערט פון אסאך צדיקים, אז זיי אלע זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, ווייל מען קען נישט זיין קיין ערליכער איד אן תפילה והתבודדות; ווען דער רבי האט דאס געזאגט זענען דארט געשטאנען אנשי שלומינו און זיי האבן אנגעפאנגען אויסרעכענען נעמען פון צדיקים, האט דער רבי געזאגט אויף יעדן נאמען וואס זיי האבן אויסגערעכנט אז אלע פון זיי האבן אים בפירוש געזאגט אז זיי זענען צוגעקומען צו זייערע מדריגות נאר דורך תפילה והתבודדות, דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן.
עס איז נישט געווען קיין שמועס ביים רבי'ן וואס דער רבי זאל נישט רעדן צו אונז פון תפילה, אונז מחזק זיין אז מיט תפילה ווערט מען נאנט צום אייבערשטן און אז דורך תפילה קען מען געהאלפן ווערן, נישט קיין חילוק ווער עס זאל נאר זיין, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנחומא וירא, א): "הֱווּ זְהִירִין בִּתְפִלָּה, שֶׁאֵין מִדָּה אַחֶרֶת יָפָה הֵימֶנָּה וְהִיא גְדוֹלָה מִכָּל הַקָּרְבָּנוֹת", דער אייבערשטער זאגט פאר די אידן, זייט נזהר אין תפילה ווייל דאס איז די שענסטע זאך, און דאס איז ביי מיר חשוב'ער פון אלע קרבנות, "וַאֲפִלּוּ אֵין אָדָם כְּדַאי לַעֲנוֹת בִּתְפִלָּתוֹ וְלַעֲשׂוֹת חֶסֶד עִמּוֹ, כֵּיוָן שֶׁמִּתְפַּלֵּל וּמַרְבֶּה בְּתַחֲנוּנִים, אֲנִי עוֹשֶׂה חֶסֶד עִמּוֹ", און אפילו א מענטש וואס איז נישט ראוי מען זאל אים העלפן און טון מיט אים חסדים, אויב ער דאווענט און בעט מיר - וועל איך אים העלפן.
פארצייל פאר די קינדער מעשיות איבער דאס גרויסקייט פון תפילה, פארצייל זיי וואס חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (מדרש דברים רבה ב, טז): עס איז געווען אמאל א שטורם ווינט אויפן וואסער, און א שיף איז פארבלאנדשעט געווארן און אנגעקומען צו א ווייטע שטאט, אויפן שיף האבן זיך געפונען איין איד מיט אסאך גוים, ווען דער שיף איז אנגעקומען צו די פרעמדע מדינה זענען אלע גוים צוגעקומען בעטן פון דעם איד ער זאל זיי גיין קויפן עסן, האט דער איד זיי צוריק געפרעגט מיט וואונדער: "איך בין דען באקאנט דא, אז איר אלע קומט מיר בעטן איך זאל קויפן עסן?" האבן די גוים געשריגן צו דעם איד און געזאגט: "א איד איז קיינמאל נישט אליין, א איד האט אייביג דעם אייבערשטן מיט זיך", פירט דער מדרש אויס: "הֲוֵי אַשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרוֹבִים אֵלָיו (דברים ד, ז)".
פאר די קינדער זאלסטו מסביר זיין וואס די ראשונים זאגן פשט אין דעם (עיין במאירי בבא מציעא נט), אז דאס מיינט נישט צו זאגן אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס די תפילות פון אונז אידן, עס איז נאר אנדערש היינט ווי אין די צייטן ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, אז היינט דארף מען קלאפן אויפן טיר אז די תפילות זאלן ארויפגיין, מה שאין כן ווען מען וויינט דעמאלט האט דער אייבערשטער גלייך רחמנות אפילו היינט אויך, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (שמות יב:): "אָמַר רַבִּי יְהוּדָה, כָּל מִלִּין דְּעָלְמָא תַּלְיָין בִּתְשׁוּבָה, וּבִצְלוֹתָא דְּצַלֵּי בַּר נָשׁ לְקוּדְשָׁא בְּרִיך הוּא, וְכָל שֶׁכֵּן, מַאן דְּאוֹשִׁיד דִּמְעִין בִּצְלוֹתֵיהּ, דְּלֵית לָך תַּרְעָא, דְּלָא עָאלִין אִינּוּן דִּמְעִין", עס איז נישט דא א זאך וואס עס נוצט נישט דערויף תשובה, בפרט ווען א מענטש וויינט צום אייבערשטן; קיין שום טיר איז נישט פארמאכט פאר א מענטש וואס קומט צום אייבערשטן און וויינט זיך אויס צו אים.
לייג אריין אין די קינדער יראת שמים; פארצייל זיי מעשיות פון צדיקים, דאס וועט זיי אויפפלאקערן זייער הארץ צו זיין ערליכע אידן, זיי וועלן מקנא זיין די צדיקים און זיי וועלן נאכטון די צדיקים. עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואסערע מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", זאגט אים דער הייליגער צאנזער רב: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו זיין אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג עוסק זיין נאר אין תפילה.