תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.
איך האב געוואלט פרעגן איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס"ד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מסביר זיין וואס די כוונה פונעם הייליגן רבי'ן איז אין די תורה. מיינט דאס צו זאגן אז דורך א ניגון קען א מענטש משיג זיין און פארשטיין זאכן וואס ער פארשטייט נאכנישט יעצט, צום ביישפיל די מהות פונעם חלל הפנוי? און וואס איז למעשה די תועלת פון א ניגון, איז דער תועלת צו קענען משיג זיין זאכן וואס זענען העכער פון אונזער פארשטאנד? און וואס קען מען ארויסנעמען פון די תורה אויף למעשה, פאר'ן טאג טעגליכן לעבן פון א פשוטער מענטש?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד): "וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי הַנִּגּוּן שֶׁל הַצַּדִּיק, הוּא מַעֲלֶה אֶת הַנְּשָׁמוֹת מִן הָאֶפִּיקוֹרְסִית הַזֹּאת שֶׁל הֶחָלָל הַפָּנוּי שֶׁנָּפְלוּ לְשָׁם", וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק.
דער ניגון איז די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען טאקע אויף די תורה וואו דער רבי זאגט אז דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז אין אלעס און ארום אלצדינג; דעמאלט הייבט זיך אן די קשיא 'ווי אזוי קען זיין א חלל הפנוי?' ווייל אויב דער חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער איז דאס דאך נישט קיין חלל הפנוי?! און אזוי איז טאקע; אפילו אינעם חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער, נאר מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין, דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין מח, דערפאר דארפן מיר אסאך זינגען דעם ניגון פונעם צדיק, וואס דער ניגון וועט מען זינגען ווען משיח וועט קומען; "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין", דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין", דער אייבערשטער נעמט אלעס ארום, "אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", נישטא קיין שום מציאות אנעם אייבערשטן, "וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין יעדע ריר איז דארט באהאלטן דער אייבערשטער; ווייל דער ניגון איז כולל אלע ניגונים, "כָל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת נִמְשָׁכִין מִזֶּה הַזֶּמֶר וְהַנִּגּוּן", אלע ניגונים און אלע געזאנגען קומען ארויס פון דעם ניגון, "שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִכָּל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת", ווייל דער ניגון איז העכער פון אלע ניגונים, "כִּי הוּא הַזֶּמֶר הַשַּׁיָּךְ לְהָאֱמוּנָה בְּהָאוֹר אֵין סוֹף עַצְמוֹ, שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִן הַכֹּל", ווייל דער ניגון איז אן אמונה ניגון, א ניגון פונעם אייבערשטן אליינס.
קומט אויס פארקערט ווי דו פרעגסט, דער רבי וויל נישט מען זאל זינגען ניגונים צו פארשטיין זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, צו פארשטיין דעם חלל הפנוי, מען דארף נישט פארשטיין דעם חלל הפנוי; דאס קען מען נישט פארשטיין, ווייל בעצם איז דער אייבערשטער איבעראל, עס איז נישטא קיין פלאץ וואו דער אייבערשטער איז נישטא; איי ווי קען זיין דער חלל הפנוי, וואס איז לויטן גר"א בפשטות? אבער די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס וואס דער רבי לערנט אונז אין די תורה, אז דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין קאפ וכו'.
אודאי איז דער תורה אויף למעשה, דער תורה ברענגט אמונה; ווי מער מען חזר'ט די תורה אלץ מער ווערט קלאר די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלץ מער ווערט קלאר אז אידישע קינדער היפן איבער די אלע חקירות און שאלות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן יִשְׂרָאֵל נִקְרָאִים עִבְרִיִּים", פארוואס ווערן די אידישע קינדער אנגערופן מיט'ן נאמען 'עבריים'? "שֶׁעַל יְדֵי אֱמוּנָתָם שֶׁמַּאֲמִינִים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֱלֹקֵי הָעִבְרִיִּים כַּנַּ"ל, הֵם עוֹבְרִים עַל כָּל הַחָכְמוֹת וְעַל מַה שֶּׁאֵינָם חָכְמוֹת", ווייל אידישע קינדער האבן א שטארקע אמונה, וואס מיט די אמונה גייען זיי אריבער אלע חכמות און אלע קשיות, זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין; 'עבריים' איז טייטש 'איבערגיין', מען קוקט נישט אויף די חכמות, נאר מיר בלייבן מיט אמונה.
געוואוין זיך צו, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישטא, דארט זוך דיר א חלל הפנוי, דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. בעט אים אין דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט האבן א ריינע אמונה, זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, זאלסט נישט האבן קיין שום קשיות אויף די אמונה, זאלסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער; וועסטו זוכה זיין אז עס וועט שיינען אויף דיר די אור אין סוף ברוך הוא.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.