שאלה אין קורצן ענין
#3 - ווי אזוי פארשטייט מען דעם מהות פונעם חלל הפנוי דורך א ניגון?
אמונה, קשיות, ניגונים, פירושים, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע געוואלדיגע שיעורים, וואס זענען מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן איבער די תורה אין ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ס"ד, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר מסביר זיין וואס די כוונה פונעם הייליגן רבי'ן איז אין די תורה. מיינט דאס צו זאגן אז דורך א ניגון קען א מענטש משיג זיין און פארשטיין זאכן וואס ער פארשטייט נאכנישט יעצט, צום ביישפיל די מהות פונעם חלל הפנוי? און וואס איז למעשה די תועלת פון א ניגון, איז דער תועלת צו קענען משיג זיין זאכן וואס זענען העכער פון אונזער פארשטאנד? און וואס קען מען ארויסנעמען פון די תורה אויף למעשה, פאר'ן טאג טעגליכן לעבן פון א פשוטער מענטש?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת טהרה, ב' אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן סד): "וְדַע, שֶׁעַל יְדֵי הַנִּגּוּן שֶׁל הַצַּדִּיק, הוּא מַעֲלֶה אֶת הַנְּשָׁמוֹת מִן הָאֶפִּיקוֹרְסִית הַזֹּאת שֶׁל הֶחָלָל הַפָּנוּי שֶׁנָּפְלוּ לְשָׁם", וויסן זאלסטו אז דורך די ניגון פונעם צדיק קומען אלע צוריק צום אייבערשטן, אלע וואס זענען נעבעך אריינגעפאלן מיט אפיקורסות, זיי האבן קשיות אויף די אמונה - די אלע, ווען זיי הערן די ניגון פונעם צדיק - קומען זיי צוריק.


דער ניגון איז די ווערטער וואס מוהרא"ש האט מחבר געווען טאקע אויף די תורה וואו דער רבי זאגט אז דער אייבערשטער איז: "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין וְסוֹבֵב כָּל עָלְמִין", אלעס איז דער אייבערשטער, ער איז אין אלעס און ארום אלצדינג; דעמאלט הייבט זיך אן די קשיא 'ווי אזוי קען זיין א חלל הפנוי?' ווייל אויב דער חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער איז דאס דאך נישט קיין חלל הפנוי?! און אזוי איז טאקע; אפילו אינעם חלל הפנוי איז אויך אייבערשטער, נאר מיר קליינע מענטשעלעך קענען דאס נישט פארשטיין, דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין מח, דערפאר דארפן מיר אסאך זינגען דעם ניגון פונעם צדיק, וואס דער ניגון וועט מען זינגען ווען משיח וועט קומען; "מְמַלֵּא כָּל עָלְמִין", דער אייבערשטער איז איבעראל, "וְסוֹבֵב כָּל עַלְמִין", דער אייבערשטער נעמט אלעס ארום, "אֵין שׁוּם מְצִיאוּת מִבַּלְעָדֶיךָ יִתְבָּרַךְ כְּלָל", נישטא קיין שום מציאות אנעם אייבערשטן, "וּבְכָל תְּנוּעָה וּתְּנוּעָה שָׁם אֲלוּפוֹ שֶׁל עוֹלָם", אין יעדע ריר איז דארט באהאלטן דער אייבערשטער; ווייל דער ניגון איז כולל אלע ניגונים, "כָל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת נִמְשָׁכִין מִזֶּה הַזֶּמֶר וְהַנִּגּוּן", אלע ניגונים און אלע געזאנגען קומען ארויס פון דעם ניגון, "שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִכָּל הַזְּמִירוֹת וְהַנִּגּוּנִים שֶׁל כָּל הַחָכְמוֹת", ווייל דער ניגון איז העכער פון אלע ניגונים, "כִּי הוּא הַזֶּמֶר הַשַּׁיָּךְ לְהָאֱמוּנָה בְּהָאוֹר אֵין סוֹף עַצְמוֹ, שֶׁהוּא לְמַעְלָה מִן הַכֹּל", ווייל דער ניגון איז אן אמונה ניגון, א ניגון פונעם אייבערשטן אליינס.


קומט אויס פארקערט ווי דו פרעגסט, דער רבי וויל נישט מען זאל זינגען ניגונים צו פארשטיין זאכן וואס מען קען נישט פארשטיין, צו פארשטיין דעם חלל הפנוי, מען דארף נישט פארשטיין דעם חלל הפנוי; דאס קען מען נישט פארשטיין, ווייל בעצם איז דער אייבערשטער איבעראל, עס איז נישטא קיין פלאץ וואו דער אייבערשטער איז נישטא; איי ווי קען זיין דער חלל הפנוי, וואס איז לויטן גר"א בפשטות? אבער די הייליגע צדיקים האבן אונז מגלה געווען דאס וואס דער רבי לערנט אונז אין די תורה, אז דער חלל הפנוי איז ביי אונז אין קאפ וכו'.


אודאי איז דער תורה אויף למעשה, דער תורה ברענגט אמונה; ווי מער מען חזר'ט די תורה אלץ מער ווערט קלאר די אמונה אז אלעס איז דער אייבערשטער, אלץ מער ווערט קלאר אז אידישע קינדער היפן איבער די אלע חקירות און שאלות. אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "וְעַל כֵּן יִשְׂרָאֵל נִקְרָאִים עִבְרִיִּים", פארוואס ווערן די אידישע קינדער אנגערופן מיט'ן נאמען 'עבריים'? "שֶׁעַל יְדֵי אֱמוּנָתָם שֶׁמַּאֲמִינִים שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ אֱלֹקֵי הָעִבְרִיִּים כַּנַּ"ל, הֵם עוֹבְרִים עַל כָּל הַחָכְמוֹת וְעַל מַה שֶּׁאֵינָם חָכְמוֹת", ווייל אידישע קינדער האבן א שטארקע אמונה, וואס מיט די אמונה גייען זיי אריבער אלע חכמות און אלע קשיות, זאכן וואס מיר קענען נישט פארשטיין; 'עבריים' איז טייטש 'איבערגיין', מען קוקט נישט אויף די חכמות, נאר מיר בלייבן מיט אמונה.


געוואוין זיך צו, נעם די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; גיי אין א פלאץ וואו קיינער איז נישטא, דארט זוך דיר א חלל הפנוי, דארט זאלסטו וויינען צום אייבערשטן אויף דיין שפראך. בעט אים אין דיין שפראך ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיר מקרב זיין צו אים, דו זאלסט האבן א ריינע אמונה, זאלסט זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן, זאלסט נישט האבן קיין שום קשיות אויף די אמונה, זאלסט גלייבן אז דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס; דומם, צומח, חי און מדבר - אלעס איז ער; וועסטו זוכה זיין אז עס וועט שיינען אויף דיר די אור אין סוף ברוך הוא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואס האט די חסיד'ישע זאכן און די קבלה זאכן מיט מיר
שלום בית, קשיות, חסידות, עבודת השם, בארד און פאות, קבלה, תמימות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל פרעגען א קשיא וואס איז אביסל סענסיטיוו און ס'ליגט מיר שוין אויפ'ן הארץ זייט איך בין א יונגער בחור, ממילא זאלט איר פארשטיין אז איך קום נישט חס ושלום אטאקירן, נאר פונקט פארקערט, ווייל איך האב אין ערגעץ נישט געקענט באקומען א תשובה, פרעג איך עס דא, ווייל איך האף אז דא וועל איך באקומען קלארקייט. איך שעפ אסאך חיזוק פון די קונטרסים פון מוהרא"ש, און די בריוון און שיעורים פון ראש ישיבה, ממילא האף איך אז אפשר דא וועל איך ענדליך באקומען א הסבר אויף וואס באדערט מיר.


איך וועל זיך באציען צו א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן פאר אינגערמאן וואס פרעגט אויב ער מעג אביסל צופיצן די בארד ווייל זיין ווייב וויל עס זייער שטארק, און דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז די בארד איז די צינורות השפע, און אז מ'שערט די בארד פארלירט מען די פרנסה. דאס פארשטיי איך נישט, טרעפן מיר דען נישט צענדליגע טויזענטער אידן וואס שערן זיך די בארד און האבן יא פרנסה בריוח? צווייטנס, שניידן די בארד מיט א שערל איז דאך מותר על פי הלכה? דריטנס, די גמרא זאגט דאך אז מ'באקומט גאר עשירות פאר'ן מכבד זיין די ווייב, און דא קומט א אינגערמאן וואס וויל מכבד זיין די ווייב, און טון א זאך וואס איז אויסגעהאלטען להלכה, און מ'זאגט אים אז ער וועט דורכדעם פארלירן זיין פרנסה?


אבער דער עיקר האט מיר געשטערט וואס איר שרייבט וועגן די צינורות השפע, באמת איז די קשיא מיר אלץ שווער געווען אויף אלע ספרי חסידות. ס'איז זיכער אז די סודות התורה זענען א חלק פון די תורה, און מיר גלייבן אז יעדעס ווארט איז אמת ויציב, אבער מיר זענען דאך פשוטע אידן, וואס האבן די אלע זאכן מיט מיר?


איך ווער זייער צעמישט ווען איך פרוביר צו לערנען חסידי'שע ספרים און זיי הייבן אן צו רעדן פון בחינות און עולמות, זאכן וואס איך שפיר עס האט נישט קיין שום שייכות מיט מיר. איך פארשטיי דער וועלט, און איך קען אפילו אביסל פארשטיין תורה, כאטש איך ווייס אז ס'ליגט טיפע סודות באהאלטען אין יעדער אות, אבער ווען ס'קומט צו חסידות הייב איך נישט אן צו פארשטיין. ביטע העלף מיר צוציקומען צו א הבנה אין דער חלק פון תורה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף רייסן קריעה ווען מען ליינט דיינע ווערטער; ווי שעמסטו זיך נישט צו שרייבן אויפ'ן הייליגן זוהר אז דאס איז נישט א חלק אין די תורה? ווי קען מען זאגן אויף די בארד און פיאות אז דאס איז נישט אידישקייט?!


קוק די ווערטער וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט (לקוטי הלכות גילוח הלכה ג', אות ב): "עִקַּר הַדַּת יִשְֹרָאֵל וְעִקַּר הַיַּהֲדוּת תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", די בארד און פאות איז אן עיקר פון א איד און פון דאס גאנצע אידישקייט, "וּבָהֶם נִכָּר הַיְּהוּדִי כִּי הוּא מִזֶּרַע בָּרֵךְ ה', מִזֶּרַע יִשְֹרָאֵל", און מען דערקענט א איד דורך זיין בארד און פאות אז ער איז א אידיש קינד. "וּמִי שֶׁרוּחַ אַחֶרֶת עִמּוֹ, חַס וְשָׁלוֹם, וְרוֹצֶה לִכְפֹּר, חַס וְשָׁלוֹם, בֶּאֱלֹקֵי יִשְֹרָאֵל", און ווער עס וויל לייקענען אינעם אייבערשטן, "תְּחִלַּת הַכְּפִירָה הוּא, שֶׁמַּשְׁלִיךְ חַס וְשָׁלוֹם מֵעָלָיו הַזָּקָן וְהַפֵּאוֹת", דאס ערשטע זאך נעמט ער אראפ זיין בארד און פאות, "כִּי בֶּאֱמֶת כָּל דַּת יִשְֹרָאֵל הַקָּדוֹשׁ הוּא תָּלוּי בְּזָקָן וּפֵאוֹת", ווייל דאס גאנצע אידישקייט איז אנגעהאנגען אין די בארד און פיאות; קוק אריין דארט זיינע הייליגע ווערטער מער באריכות.


מען דארף רייסן קריעה אויף די ווערטער וואס דו שרייבסט אז מען דארף טון אלעס וואס די ווייב בעט! די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "כָּל הַהוֹלֵךְ בַּעֲצַת אִשְׁתּוֹ נוֹפֵל בַּגֵּיהִנֹּם", ווער עס פאלגט די ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום, אזוי אויך זאגט דער הייליגער רבי (ספר המידות אות עצה, סימן ט): "הַהוֹלֵךְ אַחַר עֲצַת אִשְׁתּוֹ, נוֹפֵל בְּגֵיהִנֹּם", ווער עס גייט נאך די עצה פון זיין ווייב וועט ביים סוף אנקומען אין גיהנום; אך און וויי פאר די וואס גייען נאך די ווייב און טוען אלעס וואס זיי בעטן.


דאס וואס דו מישט אויס די יוצרות, דו שרייבסט אז אויב מען פאלגט די ווייב ווערט מען רייך; אויף דעם זאגן חז"ל (בבא מציעא, שם) עס ווענדט זיך וואס זי וויל, וואס זי פארלאנגט; ווען עס רעדט זיך פון שטוב זאכן אדער סתם וועלט זאכן, דעמאלט איז גוט מיט צו גיין מיט איר און זיך נישט עקשנ'ען און זיכער נישט טענה'ען און מאכן וויכוחים, אבער ווען עס רעדט זיך פון גיין קעגן די תורה - טאר מען נישט נאך גיין די ווייב, ווייל ביים סוף קומט מען אן אין גיהנום.


א מאן דארף האבן שטארקע פרינציפן וואס ער בייגט זיך נישט דערביי פאר קיינעם. מען דארף אוועק שטעלן שטארקע פרינציפן אין שטוב, גדרים וסייגים כדי מען זאל חס ושלום נישט אנקומען עובר צו זיין אויף קיין שום איסור, בפרט אין שמירת המצות, וואס אפילו זי וויינט און שרייט טאר מען נישט נאכגעבן, מען דארף זיין זייער שטארק נישט מותר זיין בשום פנים ואופן. סיי אין כשרות, ביים עסן וכו' און סיי אין די וועג ווי אזוי מען טוט זיך אן וכו'; ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין פ:): "נָשִׁים דַּעְתָּן קַלּוֹת", פרויען זענען נישט אזוי שטארק; נאר ווען עס קומט צו וועלט זאכן וכדומה, דארט דארף מען געדענקען וואס די הייליגע חכמים זאגן (בבא מציעא נט.): "אִיתְּתָךְ גּוּצָא גָּחִין וְתִלְחוֹשׁ לָהּ", בייג אראפ דיין גאוה און הער אויס וואס זי זאגט.


אויף דיין אנדערע פראגע: "מען זעט דאך טויזנטער מענטשן וואס שניידן די בארד און האבן פרנסה וכו' וכו'"; די פראגע קען דיר מאכן פאר א גרויסער אפיקורס, די פראגע האט נישט מיט שניידן די בארד, די פראגע זאגן די אפיקורסים אויף אלע מצוות וואס דער אייבערשטער הייסט.


דאס וואס דו שרייבסט: "מיר זענען דאך פשוט'ע אידן וכו'"; אז דו ווילסט אזוי שטארק זיין א פשוט'ער איד זאלסטו אננעמען די ווערטער פון די צדיקים וואס נאר זיי ווייסן וואס איז א פשוט'ע איד. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן יב): "כְּשֶׁאָדָם הוֹלֵךְ אַחַר שִׂכְלוֹ וְחָכְמָתוֹ, יוּכַל לִפֹּל בְּטָעוּתִים וּמִכְשׁוֹלוֹת רַבִּים, וְלָבוֹא לִידֵי רָעוֹת גְּדוֹלוֹת, חַס וְשָׁלוֹם", ווען א מענטש גייט נאך זיין שכל און זיין חכמה קען ער צוקומען צו מאכן גרויסע טעותים און צו גרויסע פראבלעמען, "וְיֵשׁ שֶׁקִּלְקְלוּ הַרְבֵּה, כְּגוֹן הָרְשָׁעִים הַגְּדוֹלִים מְאֹד הַמְפֻרְסָמִים, שֶׁהִטְעוּ אֶת הָעוֹלָם וְהַכֹּל הָיָה עַל יְדֵי חָכְמָתָם וְשִׂכְלָם", עס זענען געווען גרויסע רשעים וואס האבן פארדריידט די וועלט און אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל זיי זענען נאכגעגאנגען נאך זייערע חכמות; דער רבי זאגט דארט ווייטער: "וְעִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא, רַק לֵילֵךְ בִּתְמִימוּת וּבִּפְשִׁיטוּת, בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת, וּלְהִסְתַּכֵּל בְּכָל דָּבָר שֶׁעוֹשֶׂה שֶׁיִּהְיֶה שָׁם הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער עיקר פון אידישקייט איז, מען זאל פאלגן די הייליגע תורה בתמימות ובפשיטות, און פאר מען טוט א זאך זאל מען קוקן צי דאס איז דער רצון פונעם אייבערשטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט תמימות, ער גייט אין די וועגן פון די תורה אן קיין שום חכמות; דורכדעם וועט ער זוכה זיין צו לעבן א זיכערע לעבן. אזוי ווי שלמה המלך זאגט (משלי י, ט): "הוֹלֵךְ בַּתֹּם יֵלֶךְ בֶטַח", ווער עס גייט בתמימות - גייט אויף א זיכערע וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#1 - מיר זענען ספרד'ישע, זאל איך זיך שערן נאך די חתונה?
שערן די האר, כלה, מסורה, קבלה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א


איך בין א כלה ברוך ה', איך האב געטון אסאך סגולות און קבלות צו ווערן א כלה, און איינע פון די זאכן איז געווען א תפלה וואס איך האב געטראפן אין עצתו אמונה וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר איינעם וואס זוכט א שידוך, איך האב יעדן טאג ביי שחרית געזאגט די תפילה צו ווערן א כלה ביז איך בין ברוך ה' געהאלפן געווארן בשעטו"מ, האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר אלע חיזוק און אויך פאר די תפילה וואס איך האב געהאט א שטארקע געפיל צו דעם און עס געזאגט כמעט יעדן טאג פאר איך בין געווארן א כלה.


יעצט האב איך געוואלט פרעגן עפעס וואס איך בין צומישט פון דעם און איך וויל אז דער ראש ישיבה זאל מיר געבן א קלארע תשובה. וועגן שערן די האר נאך די חתונה. איך ווייס אז ביי די אשכנז'ישע פרויען איז זייער הארב זיך נישט צו שערן די האר, אבער ביי די ספרד'ישע איז זייער הארב זיך יא צו שערן. איך האב געהערט אז ס'שטייט אז די ווייב פונעם ס"מ שערט זיך און ס'איז זייער הארב זיך צו שערן. די זאך איז אז איך און אויך מיין חתן זענען ספרד'ישע, מעג איך זיך שערן אדער טאר איך נישט?


ביטע אויב די ראש ישיבה קען מיך ענטפערן, ס'איז מיר זייער חשוב צו וויסן וואס איז ריכטיג צו טון.


און נאכאמאל א יישר כח פאר אלע חיזוק. דער אייבערשטער זאל אייך געבן אסאך כח אונז ווייטער מחזק צו זיין אויף די וועגן פונעם הייליגן רבי'ן, און מקרב זיין אידן צום אייבערשטן.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אודאי זאלט איר זיך שערן; נישטא קיין גרעסערע זאך פאר א אידישע פרוי ווי זיך שערן די האר. אז מען שערט זיך אפ די האר - נעמט מען אראפ אלע דינים פון זיך און פון די גאנצע משפחה; נישט קיין אונטערשייד פון וואו מען שטאמט, אשכנז'ישע, ספרדי'שע - אלע דארפן ישועות, רפואות און נחת פון די קינדער.


די אלע וואס זאגן אז על פי קבלה טאר מען נישט שערן - דאס איז דמיונות; ערשט על פי קבלה דארף מען זיך אפשערן! דער הייליגער תנא רבי שמעון בן יוחאי זאגט (נשא קכה:): "'תּוּנְבָא לֵיתֵי', א קללה זאל קומען, 'עַל הַהוּא בַּר נָשׁ', אויף דעם מענטש, 'דְּשָׁבַק לְאִנְתְּתֵיהּ', וואס לאזט זיין ווייב, 'דְּתִתְחַזֵי מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר', אז איר האר פון קאפ זאל זיך ארויסזען. 'וְדָא הוּא חַד מֵאִינּוּן צְנִיעוּתָא דְּבֵיתָה', דאס איז פון די יסודות פון א אידישע שטוב, מען זאל נישט זען די האר פון די פרוי. 'וְאִתְּתָא דַּאֲפִּיקַת מִשַׂעֲרָא דְּרֵישָׁה לְבַר' און א פרוי וואס גייט מיט אויפגעדעקטע האר, 'לְאִתְתַּקְּנָא בֵּיהּ', זיך שיין צו מאכן, 'גָּרִים מִסְכְּנוּתָא לְבֵיתָא', איז זי גורם אז עס זאל זיין ארעמקייט אין שטוב, 'וְגָרִים לִבְנָהָא דְּלָא יִתְחַשְּׁבוּן בְּדָרָא', און זי איז גורם אז אירע קינדער וועלן נישט מצליח זיין און זיי וועלן נישט זיין חשוב, 'וְגָרִים מִלָּה אַחֲרָא דְּשַׁרְיָא בְּבֵיתָא', און זי איז גורם אז די סמ"ך מ"ם און די נישט גוטע זאלן זיין אין איר שטוב. 'מַאן גָּרִים דָּא?' ווער איז דאס אלעס גורם? 'הַהוּא שַׂעֲרָא דְּאִתְחֲזֵי מֵרֵישָׁהּ לְבַר', די פרוי וואס איר האר זעט זיך ארויס".


אז איר וועט אראפנעמען אייערע האר וועט איר מקרב זיין די גאולה. מוהרא"ש זאגט, דער הייליגער צדיק רבי פנחס'ל קאריצער זכותו יגן עלינו פלעגט זאגן: "די גאנצע גאולה הענגט אויף א האר"; די פרויען וואס שערן זיך נישט זייער האר, דאס האלט אפ משיח פון קומען. מוהרא"ש פלעגט זאגן: "א שאד וועגן אביסל האר זאל מען ליידן אזויפיל צרות".


וואויל איז די וואס גייען בתמימות ובפשיטות אין די וועגן פון די הייליגע צדיקים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.