תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז ווען ער איז געווארן מלמד האט ער געזען אמאל ווי א קינד טוט אויס זיין קאפל פאר'ן גיין שלאפן, און דאס האט אים זייער דערציטערט. איך בין געווארן א מלמד אין נישט אזא היימישע חדר, דארט גייען די קינדער מיט קליינע קאפלעך, און עס פאלט כסדר אראפ ווען מ'לויפט, אדער ווען מ'גייט יעצט שפילן אדער לויפן קענען זיי לכתחלה אויסטון דעם קאפל, און דאס האט מיר אויך זייער דערשראקן, און איך רעד כסדר מיט זיי וועגן דעם, נישט אראפצונעמען דאס קאפל.
מיין טאטע איז אבער אויך א מלמד, און ער זאגט מיר אז ער האט מעורר געווען זיינע תלמידים נישט אראפצונעמען דעם קאפל, און א יאר שפעטער ווען זיי זענען ארויף א קלאס, זענען זיי שוין ווייטער געווען אן קאפלעך. איז די שאלה ווי אזוי קען מען מאכן אז די ווערטער זאלן יא אריינגיין אין הארץ און מח פון די קינדער?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
ערב שבת קודש פרשת ויקרא, ו' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לייגסט אריין אין די קינדער יראת שמים. אויבן אין הימל איז א מלמד זייער חשוב, די גאנצע וועלט שטייט אויף די תורה וואס תינוקות של בית רבן לערנען. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קיט:; שיר השירים רבה א, ד), אויפן פסוק (תהלים ח, ג): "מִפִּי עוֹלְלִים וְיֹנְקִים יִסַּדְתָּ עֹז", אז די גאנצע וועלט - עולם ומלואה - שטייט אויף זייער לערנען.
אז מען וויל פועל'ן ביי קינדער - דארף מען אסאך רעדן צו זיי און מיט אסאך ליבשאפט. אזוי ווי מיר געפינען, ווען דער אייבערשטער האט גערופן משה רבינו אים באפעלן די מצוות: "וַיִּקְרָא אֶל מֹשֶׁה", זאגט רש"י (ויקרא א, א): "לכל דברות ולכל אמירות ולכל צוויים", יעדע מאל דער אייבערשטער האט עפעס געזאגט פאר משה רבינו – "קדמה קריאה לשון חבה", האט דער אייבערשטער אים גערופן ביים נאמען, וואס דאס ווייזט אויף ליבשאפט, און ערשט נאכדעם באפוילן די מצוות; דאס לערנט אונז, אז מיר ווילן זאגן פאר תלמידים ווי זיך צו פירן, אויב מען וויל פועל'ן דארף זיין ליבשאפט.
דערצייל דיינע תלמידים מעשיות פון צדיקים, דאס איז מסוגל פאר יראת שמים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן - זאגט דער רבי - אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים, נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד", ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק, ווערט דאס הארץ אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און מען באקומט א שטארקע חשק צו ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.