שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען מען אוועקפארן אן די ווייב?
שלום בית, שבת קודש, חינוך הילדים, אידישע שטוב, פרנסה, משפחה, שבת התוועדות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דעם קומענדיגן שבת גייען אלע אונזערע ארבייטערס ארויס אינאיינעם אויף א שבת התוועדות, אזוי ווי יאר יערליך. היינט האט מיין מענעזשער מיר געפרעגט אפשר דאך וויל איך מיטקומען, ער זאגט מיר אז ער קען נישט פארשטיין פארוואס איך כאפ זיך נישט צו דערצו, פארוואס ער ציעט מיר נישט מיטצוקומען. איך האב אים נישט געענטפערט, ווי אזוי קען איך אים זאגן אז עס איז מיר זייער געשמאק אינדערהיים מיט מיין ווייב? ער וועט עס בכלל נישט פארשטיין וואס איך רעד. זאל איך אים זאגן אז עס מיר וויכטיג צו זיין אינדערהיים מיט מיינע קינדער און זיי מחנך זיין? ער וועט נישט פארשטיין ווי אזוי איך האב בכלל געדולד זיי אויסצוהערן. זאל איך אים זאגן אז מיין וואקאציע איז מיט מיין ווייב, וועט ער נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך בכלל אפרוען מיט א ווייב אויפ'ן קאפ, די גאנצע סיבה פאר'ן אוועקפארן איז דאך נאר זיך אביסל אפצורוען פון די ווייב, ה' ירחם.


איך וויל זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיך געבן א קלארע וועג וואס דער אייבערשטער וויל פון מיר אויף דער וועלט, יישר כח פאר מיר ווייזן א וועג אז עס זאל מיר זיין געשמאק אינדערהיים מיט מיין ווייב און קינדער, און בכלל פארשטיי איך נישט ווי אזוי מען קען אוועקפארן אין די הייסע זומער טעג אן א שמירה, און א ש'כח אז היינט צו טאגס קען איך שוין זיי נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען בכלל הנאה האבן פון אוועקפארן אן די ווייב, מיט וועמען זאל איך פארברענגען? מיט א חבר וואס רעדט און לאכט פון מיר הונטער מיין רוקן? אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן, "אויב א חבר, איז עס נאר די ווייב". ש'כח אייבערשטער אז איך בין אנגעקומען צו אזא הייליגע פלאץ און ש'כח ראש ישיבה שליט"א פאר אלעס.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי קדושים, י' אייר, כ"ה לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געלויבט דעם אייבערשטן אז מיר ווייסן פון רבי'ן, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו אז מיר האבן אזא רבי וואס געבט אונז אזעלכע עצות און מאכט אונז ליכטיג אז עס זאל אונז זיין געשמאק אין שטוב, עס זאל אונז זיין זיס און איינגענעם די מצוות פונעם אייבערשטן.


וואס איז שייך צו זאגן, עס איז א רחמנות אויף מענטשן; מען זוכט סיבות און תירוצים צו אנטלויפן פון שטוב, מען האט נישט קיין הנאה צו זיין אין שטוב מיט די ווייב און קינדער. בפרט לעצטנס איז געווארן א נייע אנשיקעניש, בעלי בתים נעמען צאם ארבעטערס אוועק פון שטוב, מען מאכט א שבת אינאיינעם אוועק פון שטוב, אוועק פון די ווייב און קינדער, און היינט גייט אזוי, וואס איינער מאכט - מיינען אלע מען דארף נאך מאכן, מען מיינט אז אזוי איז מען א גוטער בעל הבית, א גוטער מענעדזשער, עס איז נישט גערעכט און נישט אויסגעהאלטן.


שבת איז א צייט וואס דער טאטע זעט זיינע קינדער און פארברענגט מיט די קינדער, אנגעהויבן פון ערב שבת; זיי נעמען אין מקוה און זיי אראפלייגן שלאפן זיי זאלן זיין אויסגערוט פאר די סעודה. שבת גייט מען נישט אוועק פון שטוב, שבת נעמט דער טאטע די קינדער אין שול, אויפן וועג שמועסט ער מיט זיי, ער הערט זיי אויס וואס איז געווען די וואך מיט זיי אין חדר און אזוי ווייטער, און ביים דאווענען האלט דער טאטע די קינדער נעבן זיך, ער דאווענט מיט זיי, ער שמייכלט צו זיי, ער לערנט זיי ווי זיך צו פירן אין שול מיט דרך ארץ. שבת זיצט דער טאטע מיט די משפחה ביי די סעודות, מען פרייט זיך אינאיינעם אז מיר זענען די אויסדערוועלטע פאלק, די עם הנבחר, קינדער פארן אייבערשטן. מען זינגט זמירות און מען לערנט די קינדער מידות טובות.


שבת איז א צייט וואס מאן און ווייב לעבן מיט שלום און ליבשאפט, עס שטייט אין הייליגן זוהר (תקוני זוהר תקון כא, נז.), ערב שבת זאלן זיך מאן און ווייב איבערבעטן, און אפילו מען האט זיך נישט געקריגט ביז יעצט, זאגט דער הייליגער זוהר, ווען עס קומט שבת בעטן זיך מאן און ווייב איבער, ווייל שבת קודש דארף אלעס זיין דאפלט; א גאנצע וואך צינדט מען אן איין לעכט, שבת צוויי, א גאנצע וואך ווען מען עסט מאכט מען המוציא אויף איין ברויט, שבת אויף צוויי, דערפאר זאגט דער זוהר: "וְאִם אִית לוֹן שְׁלָמָא בְּכָל שִׁית יוֹמִין דְּחוֹלָא", אפילו דער וואס איז א גאנצע וואך געווען בשלום מיט זיין ווייב - יַעַבְדוּן תּוֹסֶפֶת בְּשַׁבַּתָּא בְּפִיּוּסָא דָא לְדָא בִּרְחִימוּ סַגִּי", דארף שבת זיין מער בשלום, מיט א שטארקע ליבשאפט.


וואויל איז דעם וואס לויפט נישט אוועק פון שטוב שבת, ער גייט נישט אין ערגעץ שבת, ער האט הנאה צו זיין אין שטוב; וועט ער זוכה זיין צו שיינע ליכטיגע דורות.



דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.