שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך אויסהאלטן די לאנגע דאווענען פון ראש השנה?
תהלים, ראש השנה, דאווענען

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיר דערנענטערן זיך שוין צו די הייליגע טעג, די ימי הרחמים והסליחות, און געווענליך יעדעס יאר פרוביר מיטצוגיין מיט'ן אלגעמיינעם שטראם פון די יעצטיגע טעג, כאטש וואס פאר מיר פערזענליך איז דאס זייער ביטערע און שווערע טעג, ווען איך הויב אן הערן די ניגונים פון די נוסח וואס הויבט זיך אן פון סליחות און פון די תפלות ראש השנה און יום כיפור, ווערט מיר שלעכט און ביטער אויפ'ן הארץ.


אין מיין חסידות פירט מען זיך צו דאווענען ראש השנה פון אינדערפרי ביז ביינאכט, ביי יעדע תפלה איז מען מכבד אן אנדערן בנש"ק צו דאווענען פאר'ן עמוד, עס זענען דא אסאך הפסקות די גאנצע צייט, ביים ליינען איז דא אסאך הוספות ווייל מען דארף מכבד זיין אלע בנש"ק'לעך, בקיצור, מען ענדיגט דאס דאווענען צען מינוט פאר די שקיעה, ממש ווי א תענית, מען פאסט א גאנצן טאג, און דערנאך קען מען זיך גרויס האלטן פאר אנדערע אז מיין רבי טוט גרויסע עבודות, מען לייגט אראפ אן עבודה ביי די מלכיות זכרונות שופרות גאר גאר לאנג, מען דאווענט א גאנצן טאג, מען ענדיגט אזוי שפעט, כאטש וואס ווען מען מאכט א שנעלער חשבון, מען רעכנט אראפ אלע הפסקות, הוספות ביים ליינען, און די אנדערע שלעפענישן, מען וועט נאר רעכענען די אמת'ע צייט וויפיל מען דאווענט, וועט עס בכלל נישט זיין אזוי לאנג.


פון די גאנצע אומבא'טעמ'טע שלעפערייען קומט אויס אז דאס גאנצע דאווענען ווערט מיר זייער ביטער און זויער, און נאכדערצו אז מען איז ביי אונז זייער שטרענג אז מען טאר נישט קידוש מאכן פאר די תקיעות, "וואס?! דו עסט פאר תקיעות שופר?! אויף דיר האב איך עס נישט געגלייבט, זיכער טוסטו נאך ערגערע זאכן".


איך וועל זאגן דעם אמת, שוין זייט מיין בר מצוה האב איך כמעט נישט געדאווענט ראש השנה. איך זע אסאך בחורים און אינגעלייט וואס דרייען זיך אינדרויסן און שמועסן אין קופקעס שטותים והבלים, און פלוצלינג הערט מען אז מען האלט שוין ביי "ונתנה תוקף", און יעדער לויפט אריין ווי דער שד האט אים געכאפט, און שרייט מיט קולות "ונתנה תוקף", און מיט עטליכע מינוט שפעטער זעט איך אים שוין ווייטער אינדרויסן זיך טענה'נען אויב דער פרעזידענט איז יא גערעכט אדער נישט... האסט דאך א מינוט צוריק געשריגן "ותשובה ותפלה וצדקה מעבירין את רוע הגזירה", און האסט נאך געשריגן אויף דיין קינד, "קום שנעל אריין!", און יעצט ביסטו שוין פארנומען מיט אלע נארישקייטן.


אום צום גדלי' פרעגט מיר איינער, "נו, ווי אזוי איז געווען ראש השנה ביים רבי'ן?", האב איך אוודאי געענטפערט אז ס'איז געווען געוואלדיג און מורא'דיג, ער האט מיר אנגעוואונטשן איך זאל האבן גע'פועל'ט אלעס גוט, און איך האב אוודאי געענטפערט "אמן", אבער איך טראכט צו מיר, 'איך האב גארנישט געבעטן, און דעריבער האב איך נישט וואס צו פועל'ן, א גאנץ ראש השנה האב איך דאך אפילו נישט געהאט קיין איין מינוט צו טראכטן פון מיר, מען האט אנגעהויבן דאווענען ניין אזייגער, און ערשט אום צוועלף אזייגער האט מען געזאגט ברכו, ווייל האלב פסוקי דזמרא זאגט מען פסוק ביי פסוק, חזן וקהל, און אין די צייט קען מען דאך ארומשמועסן און מאכן קופקעס, און ווען מען האלט ביי ברכו קען מען דעמאלט אנהויבן הודו, און מען וועט רואיג קענען זיך שטעלן שמונה עשרה מיט'ן עולם, און דערנאך איז דא אזויפיל הפסקות, און אזוי שטופט מען דורך דעם גאנצן טאג.


טייערער ראש ישיבה שליט"א, איך האב פרובירט אביסעלע ארויסצוברענגען מיינע געפילן, אראפלייגן דעם מצב און אטמאספער ווי אזוי עס גייט צו דער ראש השנה ביי מיר, עס האט נישט קיין טעם און קיין ראם, אבער אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה פאר מיר, איך זאל יא האבן די ריכטיגע צוגאנג צו די הייליגע טעג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ג' אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שמועס נישט ביים דאווענען מיט קיינעם, ראש השנה איז נישט קיין צייט פון שמועסן פאליטיק; ראש השנה איז מען דן יעדן איינעם, וואס וועט זיין מיט אים דעם גאנצן יאר. אז די דאווענען איז צו לאנג פאר דיר און מען מאכט אסאך הפסקות וכו' - זאלסטו אויסנוצן די צייט מיט זאגן תהילים, זאלסט בעטן דעם אייבערשטן פאר די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה; ראש השנה זאגן אלע תהילים, מען בעט פאר זיך, פאר די קינדער און פאר אלע אידן.


וואס דארפסטו קוקן אויף אנדערע? וואס וועלן דיר אנדערע העלפן? עס קומט א נייע יאר, וואס ווייסטו וואס גייט זיין מיט דיר, מיט דיין ווייב און קינדער? וואס ווייסטו וואס ווארט דיר? אלעס וואס מיר גייען אריבערגיין דעם קומענדיגן יאר, אלעס שרייבט מען אן ראש השנה; דארפן מיר אויסנוצן די צייט מיט תשובה טון, מיט זאגן תהילים. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל זיך צוריק קערן צום אייבערשטן זאל זאגן תהילים, ווייל תהילים איז מסוגל צו תשובה; "זֶה שֶׁאָנוּ רוֹאִין, שֶׁבִּימֵי תְּשׁוּבָה דְּהַיְנוּ בֶּאֱלוּל וַעֲשֶׂרֶת יְמֵי תְשׁוּבָה, כָּל יִשְׂרָאֵל עוֹסְקִין אָז בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה כַּנַּ"ל", דערפאר - זאגט דער רבי - זעט מען אז אין די טעג פון אלול און עשרת ימי תשובה איז יעדער עוסק אין זאגן תהילים, ווייל דאס איז מסוגל צו תשובה, "וְעַל כֵּן, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד לַעֲסֹק תָּמִיד בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי תְּהִלִּים הוּא הִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל מְאֹד מְאֹד לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, אַשְׁרֵי שֶׁיֹּאחַז בּוֹ".


וואס האט דאס מיט דיר - ווער עס באקומט אן עליה וכו', און ווער עס דאווענט פארן עמוד וכו', וואס וועלן דיר די זאכן העלפן? לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ, פארגעס נישט אז עס איז דא א באשעפער, ער מאכט אלעס, ער טוט אלעס און די וועלט פירט זיך מיט א חשבון. לאז זיך נישט פארנארן, דער יצר הרע קומט צו יעדן איינעם אנדערש פארשטעלט; איינעם באדערט דאס און א צווייטן באדערט יענץ, איינעם שטערט אז מען דאווענט לאנג, א צווייטן – אז מען דאווענט שנעל; אלעס מיט איין כוונה, אוועק נעמען דעם מענטש פון אייבערשטן. ער מאכט דעם מענטש פארנומען מיט נארישקייטן - אבי מען זאל פארגעסן פונעם אייבערשטן, און ווען עס קומען די הייליגע טעג ווערט ער זייער דערשראקן, זיין גאנצע הארעוואניע פון א גאנץ יאר גייט יעצט לאיבוד, אלע אידן טוען תשובה, אלע אידן קערן זיך צוריק צום אייבערשטן; האט ער געטראפן א נייע זאך, דעם וועט באדערן ווער עס איז עולה און ווער עס שמועסט, און יענעם וועט מען מאכן באדערן א צווייטע זאך - און אזוי פארגעסט מען פון תכלית.


ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן גרויסע ישועות; חכמינו זכרונם לברכה רעכענען אויס גרויסע ניסים וואס האט אלץ פאסירט אום ראש השנה (ראש השנה יא.). ראש השנה זענען די הייליגע אמהות שרה אמינו, רחל אמינו און חנה - נפקד געווארן מיט קינדער; ראש השנה איז יוסף ארויס פון תפיסה; ראש השנה האט זיך אויפגעהערט די ארבעט פאר די אידן אין מצרים; ראש השנה איז א צייט וואס מען קען פועל'ן קינדער, ערליכע קינדער און נחת פון די קינדער; ראש השנה קען יעדער איינער זוכה זיין ארויס צו גיין פון זיין אייגענע תפיסה, אזוי ווי יוסף הצדיק איז ארויס פון תפיסה; ראש השנה קען מען פועל'ן פרנסה בנקל, מען זאל נישט דארפן ארבעטן אזוי ביטער שווער, אזוי ווי די שיעבוד מצרים האט זיך אויפגעהערט ראש השנה.


ביי אונז רעדט מען נישט ראש השנה, אנשי שלומינו זענען מקבל אויף זיך א 'תענית דיבור' אויף גאנץ ראש השנה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קיג) איידער מען איז גוזר א גזירה פרעגט מען דעם מענטש אויף וועם מען וויל ברענגען די גזירה, ער זאל זיך אליינס פסק'ענען וואס פאר א שטראף מען זאל אים געבן; דער מענטש שמועסט פון אנדערע, ער דערציילט וואס א צווייטער האט געטון און ער פסק'נט אפ אז מען דארף יענעם געבן א שטראף, ער כאפט נישט אז ער האט זיך יעצט אליינס גע'פסק'נט; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו רעדן אויף א צווייטן.


וואויל איז דעם וואס פירט זיך מיט די הנהגה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.