שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך איבערצייגן מיין טאטע ס'זאל אים נישט שטערן מיין סמארטפאון?
כיבוד אב ואם, טעלעפאן, סמארטפאון, ישוב הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסע יישר כח פאר אלע חיזוקים פון ראש ישיבה שליט"א וואס איך הער יעדן טאג, עס מאכט קלאר די קאפ און געבט אריין א טעם אין אידישקייט.


איך האב שוין א סמארטפאון פאר לאנגע יארן, און לעצטנס איז עס אויך געפילטערט, אבער מיין טאטע בעט מיר זייער שטארק איך זאל עס אוועקווארפן.


פון איין זייט וויל איך נישט מצער זיין מיין טאטע, איך וויל זיך נישט טענה'ען מיט אים, אריינגיין אין ויכוחים וואס קען ווערן זייער נישט געשמאק. אבער פון די אנדערע זייט אפשר איז דאס א געלעגנהייט צו ענדיגן די זאך איינמאל פאר אלעמאל, איך זאל זיך נישט דארפן שפירן אלץ אראפגעקוקט פון אים, און בכלל אז ער זאל מיר אננעמען אזוי ווי איך בין. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת בא, ב' שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דארפסט פארשטיין, אפילו דער טעלעפאן איז געפילטערט, עס לאזט נישט אריבערגיין קיין שמוציגע זאכן וכו' - האט עס גאר א שטארקע פראבלעם, עס לאזט נישט דעם מענטש האבן ישוב הדעת; אפילו דער פשוט'ער טעלעפאן רויבט אוועק פונעם מענטש זיין צייט, זיין מח און זיין מחשבה, און זיכער די טעלעפאונס וואס זענען נאך מער פארגעשריטן, דאס נעמט אוועק די גאנצע מח מחשבה, דאס האלט אפ דעם מענטש פון נאנט ווערן צום אייבערשטן און פון אלעס גוטס. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ", פארוואס זענען מענטשן אזוי געפאלן ביי זיך און זענען נישט נאנט צום אייבערשטן? "הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, "וְאֵינָם מְיַשְּׁבִין עַצְמָן", מען טראכט נישט; מען איז פארנומען יעדע מינוט מיט אן אנדערע נארישקייט, אפגערעדט דער וואס קוקט סטעטו"ס, דער נעמט די טעלעפאן יעדע רגע אין האנט קוקן יעדן איינעמ'ס נארישקייטן, יעדן איינעמ'ס עדווערטייזמענט און יעדענ'ס דמיונות; דער האט זיכער נישט קיין ישוב הדעת.


איך קען אינגעלייט וואס זענען געווען זייער אנגעזעענע מענטשן, זיי האבן געלעבט אויף די וועלט; געלערנט, געדאווענט, מיט יראת שמים, און זייט זיי קוקן די סטעטו"ס - זענען זיי אנדערע מענטשן, זיי האבן נישט די יראת שמים פון אמאל.


אז דו וועסט אוועק ווארפן דיין טעלעפאן, דו וועסט נעמען א פשוט'ע טעלעפאן אזוי ווי אלע ערליכע אידן - וועסטו מאכן א נחת רוח פאר'ן אייבערשטן, א נחת רוח פאר דיינע עלטערן און דו אליינס וועסט האבן אן אנדערע לעבן, דו וועסט האבן מער צייט פאר דיין משפחה, מער צייט פאר לערנען און דאווענען.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.