תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אייערע הערליכע דרשות. איך בין זיך ממש מחי' מיט'ן סדר דרך הלימוד, און איך קום אן זייער אסאך ברוך ה'.
ווען איך האב אבער געזען דעם בריוו וואס איר שרייבט פאר איינעם אז מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט פופצן שיעורים צו לערנען איז מיר שווארץ געווארן. איך לערן יעדן טאג ברוך ה' חומש און משניות און גמרא מיט נאך עטליכע שיעורים, אבער איך זע נישט קיין שום וועג איך זאל אניאגן צו לערנען יעדן טאג אזוי סאך ווי איר שרייבט. איז דא א וועג ביי דעם אויך צו זיין פרייליך און צופרידן מיט די ביסל וואס מען האט? אדער ביי לימוד התורה דארף מען זיך איבעררייסן און קיינמאל נישט זיין צופרידן?
אגב האב איך באמערקט אז תהילים איז נישט פון די שיעורים, פארוואס?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי נתן האט דערציילט: "ווען איך בין געקומען צום רבי'ן האב איך געהערט נייע ווערטער, וואס די ווערטער, די שכל - האט מיר געמאכט לערנען זייער פלייסיג; איך האב געהערט פון רבי'ן 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט; די ווערטער - דאס האט מיר געמאכט איך זאל לערנען זייער פלייסיג".
די הייליגע חכמים זאגן אונז (במדבר רבה יב, ט) אויפ'ן פסוק (משלי כז, יח): "נֹצֵר תְּאֵנָה יֹאכַל פִּרְיָהּ וְגוֹ'", דער וואס היט די פייגנבוים - דער עסט אירע פרוכט, "לָמָּה נִמְשְׁלָה תּוֹרָה כַּתְּאֵנָה", פארוואס איז די תורה צוגעגליכן צו א פייגן בוים? "שֶׁרֹב הָאִילָנוֹת: הַזַּיִת, הַגֶּפֶן, הַתְּמָרָה, נִלְקָטִים כְּאֶחָת", ווייל אנדערע ביימער, דער איילבירט בוים, דער טרויבן בוים און די טייטלבוים - ווערן אירע פרוכט געצייטיגט אין איין צייט, מען קען זיי אלע אראפנעמען אויף איין מאל, "וְהַתְּאֵנָה נִלְקֶטֶת מְעַט מְעָט", אנדערש איז די פייגנבוים, זי ווערט נישט געצייטיגט אין איין צייט. "וְכָךְ הַתּוֹרָה", אזוי איז די תורה, מען לערנט יעדן טאג אביסל, "הַיּוֹם לוֹמֵד מְעַט וּלְמָחָר הַרְבֵּה, לְפִי שֶׁאֵינָהּ מִתְלַמֶּדֶת לֹא בְּשָׁנָה וְלֹא בִּשְׁתַּיִם", היינט אביסל, מארגן אביסל - ביז מען איז זוכה אנצוקומען צו די גאנצע תורה, "עָלָיו נֶאֱמַר, נֹצֵר תְּאֵנָה", מען קען נישט ענדיגן די תורה אין א קורצע צייט.
דאס האט רבי נתן געזאגט: "איך האב געלערנט פון רבי'ן אז אביסל איז אויך גוט, איך האב געלערנט פון רבי'ן צו לערנען אביסעלע מיט אביסעלע, אזוי איז מיין גאנצע טאג אנגעפילט מיט תורה"; אזוי זאלסטו טון, לערן אביסעלע יעדן טאג - וועסטו אנקומען צו לערנען און ענדיגן די גאנצע תורה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.