תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין אויפגעוואקסן אין א הערליכע רואיגע שטוב ב"ה, פון מיט אמונה פשוטה, ווי אזוי דער אייבערשטער פירט איז, און אפילו ווען ס'קומט א שוועריקייט שטארקט מען זיך אז דער אייבערשטער פירט זיכער אלעס צום גוטן, און דער אייבערשטער וועט זיכער העלפן אז אלעס וועט אריבערגיין בשלום.
דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך האב חתונה געהאט מיט מיין ווייב, זייער א וואוילע פרוי, די שלום בית איז געוואלדיג ב"ה, מ'העלפט זיך און מ'איז איבערגעגעבן איינער צום צווייטן, מיר האבן ב"ה עטליכע ליכטיגע קינדער, און איך שפיר ממש ווי די שכינה רוהט ביי מיר אין שטוב, דער אייבערשטער זאל ווייטער העלפן.
דער פראבלעם איז אבער אז מיין ווייב נעמט זייער שווער ווען ס'דא אסאך ארבעט אין שטוב, דאס מאכט זיך ספעציעל פאר יעדן יו"ט, זי קען נישט נעמען דעם געדאנק אז ס'גייט קומען אזויפיל ארבעט, זי ווערט געפערליך נערוועז דערפון און איך קען איר ממש נישט בארואיגן, עד כדי כך אז זי קען בכלל נישט הנאה האבן פון א יו"ט, זי קען קוים ווארטן דער יו"ט זאל אריבערגיין און מ'זאל צוריקגיין צום נארמאלן סדר היום.
און דער פראבלעם ווערט גרעסער אז איך האב ממש נישט קיין וועג ווי אזוי איר צו העלפן, אויב שאר איך זיך ארויף די ארבל און נעם זיך העלפן, ווערט זי זייער צעבראכן ווייל דאס מאכט איר שפירן אז זי קען נישט אליין טון די ארבעט, און זי הייסט מיר גלייך אויפהערן. אויב העלף איך נישט און איך מאך זיך נישט וויסנדיג, ווערט זי זייער ברוגז, און מיט רעכט, פארוואס איך פארשטיי איר נישט. אויב רעד איך יא, איך ווייז ארויס מיטגעפיל און איך זאג איר אז איך פארשטיי ווי שווער ס'איז איר ארבעט זיך אפצוגעבן מיט'ן אזויפיל זאכן, מיט קאכן, איינקויפן קליידער, און אכטונג געבן אויף די קינדער, מאכט דאס איר אויך נישט רואיג אויפ'ן הארצן, זי הויבט אן וויינען און זיך אפרעדן אויף זיך אליין אז זי איז אזוי שלעכט, אז זי קען נישט אנקומען צו טון איר ארבעט ווי עס דארף צו זיין, עס שטערט איר זייער אז איך קען זיך האלטן רואיג אפילו אין אנגעצויגענע מצבים, און זי קען דאס נישט באווייזן.
און דאס איז נישט נאר ממש פאר יו"ט, נאר חדשים פריער קען זי זיך שוין זארגן וואס זי גייט טון ווען ס'גייט קומען יו"ט, אדער אן אנדערע פארנומענע צייט, ווי אזוי וועט זי קענען אניאגן מיט אלעס.
איך מיין אז זי האט ב"ה די כוחות אלעס צו טון, נאכדערצו ווען איך לייג צו א האנט, און מיר האבן נאך הילף אויך פון רוימערקעס, איך מיין אז איר פראבלעם איז נאר אין מח, זי איז ב"ה געזונט און שטארק בגוף ובנפש, נאר ווען ס'קומט צו דעם ענין ווערט איר מח פארקנאקט, און זי קען נישט גלויבן אז זי וועט עס קענען באווייזן.
איך וואלט ווען געדארפט מער אריינברענגען אמונה פשוטה אין שטוב, אז דער אייבערשטער געבט נישט פאר א מענטש א נסיון אדער שוועריקייט וואס ער קען נישט פארנעמען, דארף איך אויך וויסן א וועג ווי אזוי מ'ברענגט אריין אמונה אין שטוב, נישט אז איך בין שוין אינגאנצן אויסגעארבעט מיט א ריינע אמונה, אבער איך שפיר אז ווען איך וועל אריינברענגען מער אמונה אין מיר און אין מיין ווייב, וועט אלעס גיין כשורה.
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן אין דעם ענין.
א גרויסן יישר כח.
מענדל
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת נח, ג' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מענדל נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער ווי אזוי דו קענסט בארואיגן דיין ווייב - נאר דורך אמונה.
וויסן זאלסטו אז אמונה איז די רפואה פאר אלע פראבלעמען וואס מענטש ליידן לא עלינו; בפרט גייסטישע פראבלעמען. אלע נערוון, פחדים, דמיונות וכו' וכו' קומט מחמת חסרון אמונה, און ווי מער א מענטש חזר'ט זיך איין די פשוט'ע ריינע אמונה אלץ מער ווערט מען רואיג און פרייליך, מען לעבט נישט מיט קיין לחץ און מען האט נישט קיין פחדים וכו'.
אויף דיין פראגע ווי אזוי קען מען זוכה זיין צו לעבן מיט אמונה; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח): "וְצָרִיךְ לְבַקֵּשׁ מְאֹד מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ שֶׁיִּזְכֶּה לְהִתְקָרֵב לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, כְּדֵי שֶׁיִּזְכֶּה לֶאֱמוּנָה אֲמִתִּית בִּשְׁלֵמוּת", מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו טרעפן אן אמת'ער צדיק וואס קען צו ברענגען צו האבן א ריינע קלארע אמונה, "כי כָּל הַמִּתְקָרְבִים לְמַנְהִיג אֲמִתִּי, זוֹכִין לֶאֱמוּנָה יְשָׁרָה דִּקְדֻשָּׁה", ווייל אלע וואס זענען מקורב צו אן אמת'ן צדיק זענען זוכה צו האבן א קלארע אמונה; ביי אנשי שלומינו איז דער תורה די צוואה פון רבי'ן, דעם תורה 'תקעו תוכחה' האט דער רבי געזאגט דעם לעצטן ראש השנה פון זיין לעבן (עיין פעלת הצדיק, סימן תתרט).
דער הייליגער רבי - ער לערנט אונז אויס צו האבן אמונה; דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן לג): "אֵצֶל הָעוֹלָם אֱמוּנָה הוּא דָּבָר קָטָן", ביי די וועלט איז אמונה א קלייניקייט, "וְאֶצְלִי אֱמוּנָה הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד, וְעִקַּר הָאֱמוּנָה הִיא בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת וַחֲקִירוֹת כְּלָל", אבער ביי מיר איז דער עיקר אמונה, אן קיין חקירות און אן קיין חכמות, "רַק בִּפְשִׁיטוּת גָּמוּר כְּמוֹ שֶׁהַנָּשִׁים וְהַהֲמוֹן עַם הַכְּשֵׁרִים מַאֲמִינִים", נאר פשוט אזוי ווי פרויען און פשוט'ע מענטשן גלייבן. דער רבי לערנט אונז אויס מיר זאלן רעדן צום אייבערשטן אויף אונזער מאמע לשון, דאס אליינס ברענגט אמונה. אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְךָ בְּפִי"; ווי מער א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן פונעם אייבערשטן אלץ שטערקער ווערט איינגעבאקן אין אים די אמונה.
די ערשטע זאך זאלסטו יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אז דיין ווייב זאל זיין געזונט, מאך זיך א תפילה אין אידיש: "רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן וואס דו האסט מיר געגעבן, איך דאנק דיר פאר אלעס וואס דו געבסט מיר און פאר מיין ווייב און קינדער; איך בעט דיר טאטע זיסער, העלף מיין ווייב זי זאל האבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט, זי זאל נישט ווערן דערשראקן פאר א יום טוב וכדומה"; אזוי זאלסטו בעטן פאר איר זי זאל האבן שטארקע נערוון און נישט צעפאלן ווערן פון אסאך ארבעט, וועסטו זען ווי דער אייבערשטער וועט דיר העלפן.
צווייטנס בעט איך דיר זייער דו זאלסט ווייטער האבן סבלנות צו דיין ווייב; וואויל איז דיר אז דו רעדסט צו איר שיינע ווערטער און דו בארואיגסט איר. מיין נישט אז דיינע ווערטער טוען נישט אויף ווען דו פרובירסט איר צו מחזק זיין און זי קלאפט זיך נאך אלץ אראפ וכו', ווער נישט פארלוירן ווען זי וויינט צו דיר און זי קלאפט זיך אראפ אז זי קען נישט טון אלע ארבעט וכו'; דו זאלסט איר ווייטער אויסהערן און איר ווייטער מחזק זיין, ווייז איר אז דו פארשטייסט איר - וועט זיך אלעס איבער דרייען.
מען דארף האבן אסאך סבלנות אין לעבן - בפרט ווען עס קומט צו שלום בית; דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "איך וואלט ווען געדארפט שרייבן אויף דברים שבינו לבינה וויפיל בענדער ליקוטי הלכות איך האב געשריבן"; ווען א פרוי שפירט ווי איר מאן פארשטייט איר צער און ווייטאג דאס אליינס בארואיגט איר.
דריטנס זאלסט אריין נעמען אין דיר אז דער אייבערשטער פירט דער וועלט און אלעס וואס מיר זען אויף דער וועלט איז נאר דער אייבערשטער. דער אייבערשטער האט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי און מדבר עס זאל אויס זען ווי עס איז דא א וועלט.
אז דו וועסט האבן א ריינע אמונה וועט דאס ממילא אריין גיין אין דיין שטוב, אין דיין ווייב און קינדער און מען וועט שפירן א אמת'ע רואיגקייט אין שטוב.