שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קען איך זוכה זיין צו א ברסלב'ע שידוך?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, תפילות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וויפיל מאל איך וועל זאגן ש'כח אייבערשטער וועט עס נישט זיין גענוג צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די מורא'דיגע זכי' אז דער אייבערשטער האט מיר אויסדערוועלט פון צווישן טויזנטער מיידלעך, צו טרעפן דעם הייליגן רבי'ן, מוהרא"ש, און דער ראש ישיבה שליט"א, און מיר געבן אזא זיסע שיינע לעבן.


איך וואוין נישט אין אמעריקע, אבער איך בין א בית פיגא תלמידה, איך הער אלע שיעורים און איך פרוביר זיי מקיים צו זיין, איך זאג אסאך תהלים, איך רעד יעדן טאג צום אייבערשטן, איך בין מכבד מיינע עלטערן, און אזוי ווייטער פרוביר איך צו גיין אויף די וועגן פון הייליגן רבי'ן.


איך האב אסאך געבעטן דעם אייבערשטן איך זאל אויך קענען מאכן הפצה, אבער דערווייל קען איך זיין א ברסלב'ער נאר באהאלטענערהייט, וויי איז מיר אויב וועל איך זיך דערוואגן צו רעדן צופיל צו מיינע חבר'טעס פונעם אייבערשטן. אבער דער אייבערשטער האט מיר געהאלפן אז איך מאך אן אנדערע סארט הפצה, מיין משפחה זעט די געוואלדיגע גוטע טויש וואס האט פאסירט מיט מיר, און ווען מ'פרעגט מיר דערוועגן, זיי זאגן אז זיי ווילן אויך זיין אזוי פרייליך ווי מיר, זאג איך זיי וועגן די דרשות, און טייל פון זיי האבן שוין אויך אנגעהויבן הערן די שיעורים און דרשות.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אסאך מאל אז מ'זאל זיך נישט עקשנ'ען דוקא אויף א ברסלב'ע שידוך, דער עיקר זאל מען קוקן נאר אויף יראת שמים, מדות טובות, און געזונט, און אויך אז מ'דארף נישט זאגן פאר'ן שדכן און פאר מענטש אז מ'שעפט חיזוק פון ברסלב. מיין שאלה איז אבער אויב דאס גייט אויך ארויף אויף מיר, וואס איך וויל זייער שטארק אויפבויען אן ערליכע ברסלב'ע שטוב, און פארוואס זאל סתם א בחור וועלן א ברסלב'ע פרוי?


איך וויל נישט דוקא א בחור פון ישיבה, אבער איך וויל זייער שטארק א בחור וואס הערט אויך די שיעורים און לעבט מיט דעם, אבער דערווייל ווילן מיינע עלטערן נאר א קנאק פון א בחור פון א מצוינ'דיגע ישיבה. איך גלייב באמונה שלימה אז א שידוך קומט נאר פונעם אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אז איך זאל שוין זייער שנעל און גרינג טרעפן מיין שידוך, א וואוילער בחור וואס וועט רעדן שיין צו מיר און איך וועל רעדן שיין צו אים, מיר זאלן צוזאמען אויפשטעלן אן ערליכע אידישע שטוב וואו דער שכינה וועט רוען. מיינע עלטערן פארשטייען נישט פארוואס איך וויל א ברסלב'ע בחור, מיין טאטע מיינט אז איך פארשטיי נישט די חשיבות פון לערנען תורה און דעריבער וויל איך א בחור וואס זאגט תורה. איך ענטפער אים ח"ו נישט צוריק, אבער איך האב אים איין טאג ערקלערט שיינערהייט אז למעשה זעט מען אז זייער אסאך וואוילע בחורים הערן אויף לערנען נאך די חתונה וויל זיי האבן נאר געלערנט צו געפעלן זייער ראשי ישיבות, און אין ישיבת תפארת התורה לערנט מען אויס אז מען לערנט און דאווענט נאר פאר'ן הייליגן באשעפער און נישט פאר'ן ראש ישיבה, איך האב אים אויך אנגעצייגט אויף עטליכע פון אונזער משפחה אז די בחורים פון די ישיבות למצוינים האבן נישט קיין אנונג וואס א ווייב איז, און די בחורים אין די ברסלב'ע ישיבה זענען גוט אנגעגרייט וואס די לעבן איז. ער האט מיר געזאגט אז איך בין גערעכט, אבער עס איז גארנישט, ווייל מיט די צייט לערנט מען זיך אויס.


איך ווייס נישט וואס צו זאגן, איך האב איינעם פון מיין משפחה, א טייערע פרוי, וואס האט לעצטנס חתונה געהאט מיט א שפיץ בחור, אבער איך האלט עס נישט אויס צוצוקוקן ווי ביידע ליידן, נישט וויסנדיג וואספארא חיים טובים זיי וואלטן געקענט האבן מיט'ן רבינ'ס עצות, איר האט מען נישט געלערנט אז אויב עפעס שטערט פונעם מאן רעדט מען עס שיין דורך, און אים האט מען נישט געלערנט אז א ווייב איז מער עמפינדליך פון א מאן, און מען קען נישט רעדן די בחורים שפראך ווייל עס קען איר דערשרעקן. מיין מאמע וואלט זיך געוואונטשן פאר מיר אזא סארט חתן, ווייל ער איז תמימות'דיג און ערליך, אבער איך וויל אן אנדערע סארט לעבן.


וואס האלט דער ראש ישיבה? זאל איך נאר בעטן דעם אויבערשטער [וואס ער איז דער דריטער שותף מיט מיינע עלטערן, און אים קען איך אלעס זאגן אן דעם וואס ער זאל זאגן אז איך בין פארנארט געווארן] און איך זאל עס מער נישט דורכרעדן מיט מיינע עלטערן?


א גרויסן יישר כח נאכאמאל פאר די לעבן וואס איר געבט מיר, זאל דער אייבערשטער אייך געבן כח ווייטער אנצוגיין מיט די מלאכת הקודש, און איר זאלט זען אסאך אידיש נחת פון אלע אייערע קינדער.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מענטשן מיינען אז שידוכים איז א זאך וואס האט צוטון מיט דעם, מיט יענעם אדער מיט זיך אליינס; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּך הוּא", מיר געפונען אין די תורה, אין נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן, אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ) לבן און בתואל האבן געזאגט פאר אליעזר עבד אברהם: "מיר קענען נישט צוריק האלטן רבקה פון חתונה האבן מיט יצחק, ווייל 'מֵה' יָצָא הַדָּבָר' דער אייבערשטער וויל די שידוך זאל געשען; אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ, כִּי מֵה' הִיא", די עלטערן פון שמשון הגיבור האבן נישט געוויסט אז זיין שידוך וואס ער האט געטראפן קומט פונעם אייבערשטן אליינס; און אין כתובים זאגט שלמה המלך (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת", א הויז און א פארמעגן קען מען באקומען בירושה פון די עלטערן, "וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", אבער א שידוך באקומט מען נישט בירושה פון עלטערן, דאס קומט נאר פונעם אייבערשטן אליינס.


בעטס דעם איבערשטן פאר אן ערליכער וואוילער מאן, נאר מיט תפילה באקומט מען א גוטע שידוך; דער רבי זאגט (ספר המידות אות רחמנות, סימן יא): "עַל יְדֵי בַּקָּשַׁת רַחֲמִים, זוֹכֶה לַעֲשוֹת שִׁידוּכִים טוֹבִים וְהַגוּנִים", דורך תפילה איז מען זוכה צו טון גוטע שידוכים; תפילה איז די עצה פאר א בחור און מיידל וואס ווארטן אויף זייער שידוך, נאר תפילה איז די עצה.


געוואוינט זיך צו צו רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך; אז אייער שפראך איז אידיש - רעדט אין אידיש, אז אייער שפראך איז ענגליש אדער אן אנדערע שפראך - רעדט צום אייבערשטן אין אייער שפראך, בעטס אים: "הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל טרעפן מיין ריכטיגע שידוך שנעל און גרינג; געב מיר א וואוילער מאן, אן ערליכער מאן, א מאן מיט גוטע מדות, א מאן מיט יראת שמים. הייליגער באשעפער, העלף מיר מיט א שידוך, מיר זאלן זיך קיינמאל נישט וויי טון איינער דעם צווייטן, עס זאל זיין צווישן אונז אהבה ואחווה ושלום וריעות".


די ווערטער זאלט איר בעטן אן אויפהער, וועט איר זען גרויסע ניסים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.