תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ווען איך האב חתונה געהאט איז געווען נאך פאר איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, מיין טאטע'ס מנהג איז אז מען זאל נישט אנהייבן לייגן רבינו תם תפילין ביז ערשט נאך שנה ראשונה, למעשה א יאר נאך מיין חתונה האט מיר א רב געזאגט איך זאל נישט לייגן קיין רבינו תם תפילין אויך נישט נאך שנה ראשונה.
איך ווייס אז אין ברסלב איז מען יא מקפיד אויף רבינו תם תפילין, אבער איך האב אביסל מורא אנצוהויבן לייגן ווייל איך זע מענטשן זענען מזלזל אין דעם, מען לייגט עס שפעט נאכמיטאג, אדער זענען דא מענטשן וואס האבן רבינו תם תפילין און לייגן עס בכלל נישט.
קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ביטע געבן חיזוק איך זאל וועלן אנטון רבינו תם תפילין? און ווי אזוי קען איך זיכער מאכן אז עס ווערט נישט א זלזול ביי מיר ?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אודאי זאלסטו שוין באשטעלן תפילין דרבינו תם און ביז ווילאנג דיינע תפילין זענען נישט גרייט זאלסטו בארגן תפילין דרבינו תם.
דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיר איז א וואונדער פארוואס א בר מצוה בחור הייבט אן לייגן תפילין נאר רש"י, פארוואס זאל ער נישט אנהייבן גלייך מיט ביידע תפילין - סיי רש"י און סיי תפילין דרבינו תם".
וואס האסטו מיט אנדערע? וואס קוקסטו אויף אנדערע? אז מען קוקט אויף אנדערע איז מען אין א גרויסע סכנה, ווייל היינט איז עס רבינו תם תפילין, מען לייגט נישט קיין רבינו תם - ווייל אנדערע לייגן נישט, מארגן וועסטו זען אנדערע געפאלענע וואס לייגן נישט רש"י - וועסטו זאגן 'איך לייג נישט קיין רש"י תפילין ווייל 'אנדערע' לייגן נישט', השם ישמרינו.
פון היינט זאלסטו מקפיד זיין אנצוטון יעדן טאג ביידע תפילין, די צוויי פאר תפילין גייען אינאיינעם; מאך נישט נאך די פוילע מענטשן וואס טוען אן רבינו תם די לעצטע מינוט אין טאג, רש"י און רבינו תם גייען אינאיינעם.
נישטא אזא זאך מען האט צייט אנצוטון נאר איין פאר תפילין; אין דעם זכות וועסטו האבן אריכות ימים ושנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; אין דעם זכות וועסטו זיין אפגעהיטן פון עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁלֹא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.