שאלה אין קורצן ענין
#9 - וואס טוט מען ווען ס'איז שווער צו טון די סגולות פאר א שידוך?
שידוכים, לימוד התורה, סגולות, תפלות אויף אידיש, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וויל זיך קודם באדאנקען פאר די שיעורים, עס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך בין א בחור, און איך וויל זייער שטארק שוין חתונה האבן, איך האב פרובירט צו זאגן 40 טעג מסכת תענית, אבער ווען איך הויב אן צו זאגן, נאך א האלבע שעה ווער איך זייער אנגעשטרענגט, מיין קאפ און מיינע אויגן הויבן אן וויי צו טון, און איך קען נישט ווייטער זאגן.


און די זעלבע איז מיט'ן אויסזאגן גאנץ תהלים ביים ציון פון מוהרא"ש, איז מיר זייער שווער צו זאגן אזוי לאנג אויף איין מאל.


אפשר האט דער ראש ישיבה שליט"א אן אנדערע סגולה וואס אויך איך זאל קענען טון אז איך זאל שוין טרעפן מיין שידוך און חתונה האבן בקרוב מיט מיין ריכטיגע זיווג?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בשלח-שירה, י"ב שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט זייער שטארק חתונה האבן זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות; זאלסט בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל אזוי שטארק חתונה האבן, עס איז מיר זייער שווער צו זיין איינער אליין, העלף מיר איך זאל שוין טרעפן מיין זיווג"; די תפילה זאלסטו זאגן אן א שיעור מאל פאר'ן אייבערשטן, וועסטו זוכה זיין צו טרעפן דיין שידוך בקרוב ממש.


זע צו לערנען וויפיל דו קענסט; דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן: "מעט גם כן טוב", אביסל איז אויך גוט; לערן אביסל חומש יעדן טאג, אביסל משניות יעדן טאג, אביסל גמרא און אזוי ווייטער. קוק נישט אויף אנדערע, זיי שטארק מיט דיין וועג, מיט דיין סדר; וועסטו זייער שיין מצליח זיין.


בנוגע וואס מוהרא"ש האט געגעבן א סגולה פאר בחורים צו לערנען פערציג טעג מסכת תענית, דאס איז פאר דער וואס קען; בחורים וואס קענען עברי, זיי האבן געזונטע אויגן וכו' וכו', זיי האט מוהרא"ש געמיינט זיי זאלן ענדיגן די מסכתא יעדן טעג פאר פערציג טעג. אבער אז איינער קען נישט אזוי גוט עברי, ער קען נישט לערנען אזויפיל, דער זאל לערנען אויף זיין וועג וויפיל ער קען לערנען.


אז עס איז דיר שווער צו זאגן א גאנצע מסכתא, די אויגן טוט דיר וויי און די עברי נעמט דיר לאנג וכו', זאלסטו לערנען אויף דיין וועג; זאלסט לערנען וויפיל דו קענסט, דאס וועט זיין דיין סגולה א חתן צו ווערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות קי.): "אֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן אָדָם אֶת דַּעְתּוֹ לַשָּׁמַיִם", דער וואס טוט אסאך און דער וואס טוט ווייניג - זענען ביידע חשוב ביים אייבערשטן; ווייל דער אייבערשטער קוקט אויף די הארץ פונעם מענטש.


צעקלאפ זיך נישט אז דו קענסט נישט טון וואס אנדערע טוען; נעם אריין אין דיר וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן שה): "מען האט גאר ניט צו טאהן", אזוי ווי די הייליגע חז"ל זאגן (מנחות צט.): "תָּנָא דְבֵי רֶבִּי יִשְׁמָעֵאל, דִּבְרֵי תוֹרָה לֹא יְהוּ עָלֶיךָ חוֹבָה, וְאִי אַתָּה רַשַּׁאי לִפְטוֹר עַצְמְךָ מֵהֶם"; דאס איז א וויכטיגע כלל אין לעבן, מען זאל נישט נעמען קיין אנגעצויגנקייט פון קיין שום זאך אויף די וועלט, גארנישט מוז זיין אזוי און אזוי, ווייל זייער אסאך מאל ווען א מענטש באקומט פרעשור (דרוק) אז ער דארף לערנען אסאך דעמאלט לערנט ער גארנישט, אויב וואלט ער נישט גענומען קיין פרעשור נאר ער וואלט געלערנט אביסל, וואלט ער ביים סוף אנגעקומען צו לערנען גאר אסאך.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט טרעפן דיין שידוך און וואס שנעלער חתונה האבן.

#8 - ווי אזוי קען איך זיך שפירן א חלק פון היכל הקודש?
ספרי ברסלב, ספיקות, היכל הקודש, עצתו אמונה, בלבולים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער הנאה צו הערן די שיעורים פון אמונה. איך בין קראנק אויף די מחלה פון טראכטן א גאנצע טאג, דאגה'ן א גאנצן צייט און פארגעסן אז מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מיט'ן ארבעטן אויף אמונה און תפלה, קען מען אלץ האבן א רואיגע און שיינע לעבן, און מיט די שיעורים פון אמונה ווערט אלעס בעסער.


איך וויל פרעגן וואס איך זאל טון אז איך שפיר וואו איך באלאנג נישט אין היכל הקודש? איך פיל אזוי ווי איך דארף קודם זיך טוישן די וועג ווי אזוי איך גיי אנגעטון, די וועג ווי אזוי איך רעד, און בכלל ווער איך בין, און ערשט נאכדעם וועל איך קענען זיין א חלק פון היכל הקודש.


פון איין זייט בין איך אזוי אליינס, נאר ביי היכל הקודש זאגט מען מיר אז עס איז יא דא פלאץ פאר מיר; אבער פון די אנדערע זייט, האב איך די סארט מחשבות אז איך באלאנג נישט דא.


עס איז זייער שווער פאר מיר, ווייל איך וויל נישט זיין קיין רחמנות. איך שעם זיך אז מענטשן זאלן וויסן וואס גייט אויף מיר אריבער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, ב' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז היכל הקודש? ווער איז היכל הקודש? היכל הקודש איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן; היכל הקודש איז נישט א וועג ווי אזוי מען דארף רעדן, ווי אזוי מען גייט אנגעטון, היכל הקודש איז חיזוק און עצות ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן.


איך געדענק ווען איך בין אנגעקומען צו מוהרא"ש, איך האב געמיינט דער איז היכל הקודש, יענער איז היכל הקודש; איך האב געהאט חלישות הדעת פון דעם און פון יענעם, און במשך א שטיק צייט נאכן הערן פון מוהרא"ש איין שיעור נאכן צווייטן, אז זיין א ברסלב'ער חסיד האט נישט מיט מענטשן, נאר דער וואס לערנט דעם רבינ'ס ספרים - דער איז א ברסלב'ער חסיד, מוהרא"ש האט דאס געחזר'ט פאר אונז אן א שיעור מאל, 'קוק נישט אויף קיינעם, ווער נישט איבערגענומען פון דעם פון יענעם, קוק אין די ספרים, לערן די ספרים, לעב מיט די ספרים - דאס איז ברסלב'.


היכל הקודש איז נישט דער אדער יענער, היכל הקודש איז שכל, חיזוק און עצות - וואס מוהרא"ש האט ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, א וועג פאר אונז פשוט'ע מענטשן צו קענען לעבן, זיך קענען אן עצה געבן מיט די שוועריקייטן, דער וואס לערנט די ספרים און פירט זיך מיט די עצות - דער איז היכל הקודש; נישט דער און נישט יענער.


מאכט זיך א שיעור אין די בריוו עצתו אמונה, דאס וועט אייך געבן חיזוק אין אלע שווערע צייטן און אייך ווייזן א שיינע וועג ווי אזוי צו לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - מוז יעדער מענטש דורכגיין די עונש פון "חיבוט הקבר"?
תהלים, ספרי ברסלב, משניות, עונשים, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער, מיר האבן געהאט זייער א געשמאקע יום טוב. אום שבת האבן מיר געשמועסט וועגן "חיבוט הקבר", מיינע קרובים האבן מיר געזאגט אז אונזער זיידע - וואס ארבעט אין חברה קדישא - האט זיי געזאגט אז יעדער מענטש וואס גייט אוועק פון די וועלט האט חיבוט הקבר, און זיי האבן מיר געזאגט אז מיין זיידע האט אפילו געהערט ווי מען מאכט חיבוט הקבר פאר א מענטש, מיין מאמע האט געזאגט "גיי ווייס וועלכע עבירות האט יענער מענטש געטון, אויב אבער א מענטש זאגט משניות און תהלים, ווען ער גייט אוועק פון די וועלט איז דאס אזוי ווי מען גרייט אריבער פון איין צימער צום צווייטן", אבער מיין מומע האט גע'טענה'ט אז אפילו מיט די אלע זאכן גייט יעדער מענטש אריבער חיבוט הקבר.


איך בין געווארן זייער דערשראקן פון דעם, ווייל ווי קען זיין אז א מענטש זאגט תהילים און משניות און ער האט נאכאלץ חיבוט הקבר?


איך וועל זיך זייער פרייען אויב דער ראש ישיבה וועט מיר ענטפערן א תשובה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש ברענגט הונדערטער און טויזנטער מאל אין די בריוו פון ספר אשר בנחל, אז דער וואס לערנט און זאגט משניות - וועט געראטעוועט ווערן פון די ביטערע שווערע שטראף פון חיבוט הקבר. אזוי אויך ברענגט דער חיד"א זכר צדיק לברכה (בשם מדרש תלפיות): "אָשֵׁר בֶּן יַעֲקֹב יוֹשֵׁב עַל פִּתְחוֹ שֶׁל גֵיהִנוֹם, וּמִי שֶׁהִרְבָּה לִלְמוֹד מִשְׁנַיוֹת אֵינוֹ מַנִּיחוֹ לְהִכָּנֵס שָׁם", אשר זיצט ביים טיר פון גיהנום און ווער עס האט געלערנט משניות - לאזט ער נישט גיין אין גיהנום, מיט דעם טייטשט ער דעם פסוק (בראשית מט, כ): "מֵאָשֵׁר שְׁמֵנָה לַחְמוֹ", 'שְׁמֵנָה' איז די אותיות 'מִשְׁנָה', ווען אשר בן יעקב זעט אז א מענטש האט געלערנט משניות, "וְהוּא יִתֵּן מַעֲדַנֵּי מֶלֶךְ", וועט ער אים געבן גן עדן.


אזוי אויך, אז מען לערנט דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - ווערט מען געראטעוועט פון די ביטערע שווערע עונשים פון חיבוט הקבר. רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינעם: "אינגערמאן, לערן דעם ספר לקוטי מוהר"ן, ווייל א גוף וואס האט געלערנט דעם לקוטי מוהר"ן - וועלן די ווערעם נישט בייסן אין קבר".


מאך זיך נישט צוטון פון וואס יעדע מומע זאגט, קוק וואס צדיקים זאגן; קוק א שיינע בריוו וואס מוהרא"ש האט מיר געשריבן, ווי מוהרא"ש שרייבט קלאר אז דאס וועט באשיצן אין קבר פון אלע דינים:


בְּעֶזְרַת הַשֵׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם חֲמִישִׁי לְסֵדֶר קְדוֹשִׁים, כ"ד נִיסָן ה'תשע"א


שָׁלוֹם וּבְרָכָה אֶל הָאַבְרֵךְ הַיָקָר לִי מְאֹד ... נֵרוֹ יָאִיר


אִיךְ בֶּעט דִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק זָאלְסְט זֶען זִיךְ צוּ דֶערְהַאלְטְן אוּן נִישְׁט אַרַיינְפַאלְן אִין קַיין שׁוּם חֲלִישׁוּת הַדַעַת, וָוארוּם דוּ קֶענְסְט זִיךְ נִישְׁט פָארְשְׁטֶעלְן וָואס מֶען בַּארִימְט זִיךְ מִיט דִיר אִין הִימְל וְכוּ'. קוּמְט אַ אִינְגֶערְמַאן אוּן נֶעמְט אַרוֹיס נְשָׁמוֹת פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו אוּן גֶעוואוֹינְט זֵיי צוּ צוּ לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, וָואס דֶער זְכוּת פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן, וָוארוּם דִי גַאנְצֶע גְאוּלָה אִיז תָּלוּי אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, וִוי דִי חֲזַ"ל זָאגְן (וַיִקְרָא רַבָּה, פַּרְשָׁה ז', סִימָן ג') אֵין כָּל הַגָלִיוֹת הַלָלוּ מִתְכַּנְסוֹת אֶלָא בִּזְכוּת מִשְׁנַיוֹת; קוּמְט אוֹיס מִיט דֶעם וָואס דוּ וַוארֶעמְסְט אָן דִי טֵייעֶרֶע נְשָׁמוֹת אַז זֵיי זָאלְן זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען זָאגְן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת בִּיסְטוּ מְקַרֵב דִי גְאוּלָה, אִיבֶּערְדֶעם בֶּעט אִיךְ דִיר: נִישְׁט נָאר זָאלְסְט נִישְׁט צוּבְּרָאכְן וֶוערְן פוּן אַלֶע בִּזְיוֹנוֹת אוּן שְׁפִיכוּת דָמִים וָואס דוּ גֵייסְט דוּרְךְ מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ וְכוּ' וְכוּ', נָאר זָאלְסְט מְעוֹרֵר זַיין מֶער אוּן מֶער דִי בָּחוּרִים אַז זֵיי זָאלְן זַיין צוּגֶעוואוֹינְט צוּ זָאגְן אַסַאךְ פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת כְּסִדְרָן, אוּן אוֹיף דֶעם דַארְפְסְטוּ אַסַאךְ רֶעדְן אוּן זֵיי מְעוֹרֵר זַיין, אוּן נִישְׁט נָאר דָאס, נָאר אַרַיינְשַׁיינֶען אִין זֵיי דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען מִשְׁנַיוֹת, דָאס יֶעדֶער אֵיינֶער זָאל דָאס אִיבֶּערְגֶעבְּן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים, וָוארוּם נָאר דָאס לִימוּד מִשְׁנַיוֹת קֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען אַ מֶענְטְשׁ פוּן שְׁאוֹל תַּחְתִּית וּמִתַּחְתָּיו וְכוּ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (תְּהִלִים ל', ד') הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי, אִיז דִי רָאשֵׁי תֵּיבוֹת "מִשְׁנָה", אֲפִילוּ מֶען לִיגְט שׁוֹין אִין שְׁאוֹל תַּחְתִּית, דוּרְךְ לֶערְנֶען "מִשְׁנֶה" קֶען מֶען אַרוֹיסְנֶעמֶען דֶעם נֶפֶשׁ פוּן שְׁאוֹל, אוּן דָאס דַארְף יֶעדֶער בָּחוּר אִיבֶּערְזָאגְן פַאר זַיינֶע חֲבֵרִים.


אִיךְ וֵוייס אַז אַסַאךְ מָאל פַאלְט אוֹיף דִיר אַרוֹיף חֲלִישׁוּת הַדַעַת, אוּן עֶס קוּמְט דִיר אַרַיין גֶעדַאנְקֶען וָואס פֶעלְט דִיר אוֹיס דִי גַאנְצֶע הָארֶעוַואנְיֶע וְכוּ' וָואס דוּ הָארֶעוֶועסְט מִיט דִי בָּחוּרִים וְכוּ', וָוארוּם אַסַאךְ מָאל זֶעט מֶען נִישְׁט בַּיי זֵיי קַיין שׁוּם עֶנְדֶערוּנְג וְכוּ', זָאלְסְט נִישְׁט זָאגְן אַזוֹי, וָוארוּם אַזֶעלְכֶע בָּחוּרִים וָואס זֵיי זֶענֶען שׁוֹין דוּרְכְגֶעגַאנְגֶען אַלֶע עֶרְלֵיי שְׁמוּץ רַחֲמָנָא לִישֵׁזְבָן, וָואס נָאר דֶער בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים אוּן דֶער צַדִיק וֵוייסְן אִין וָואס פַאר אַ שְׁמוּץ פוּן חַטְאוֹת נְעוּרִים זֵיי זֶענֶען אַרַיינְגֶעפַאלְן וְכוּ', אוּן יֶעצְט הָאבְּן זֵיי אָנְגֶעהוֹיבְּן צוּ לֶערְנֶען אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, דֶער שְׂכַר פוּן דֶעם קֶען מֶען גָארְנִישְׁט בַּאשְׁרַייבְּן.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס מִשְׁנָה אִיז דִי אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", דָאס הֵייסְט מֹשֶׁה רַבֵּינוּ הָאט זוֹכֶה גֶעוֶוען בַּיים סוֹף צוּ קוּמֶען צוּם שַׁעַר נ', אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט (דְבָרִים ל"ב, מ"ט) "עֲלֵה אֶל הַר הָעֲבָרִים הַזֶּה הַר נְבוֹ", וָואס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן מְקוּבָּלִים דָאס דֶעמָאלְט הָאט עֶר זוֹכֶה גֶעוֶוען אַרַיינְצוּגֵיין אִין שַׁעַר נ', וָואס דָאס אִיז דָאס וָוארְט "נְבוֹ" - "נ' בּוֹ", עֶר אִיז אַרַיינְגֶעקוּמֶען אִין שַׁעַר נ', וָואס דָארְטְן אִיז דֶער בִּיטוּל אִינְגַאנְצְן צוּ אֵין סוֹף בָּרוּךְ הוּא, וָואס דָאס אִיז "מִשְׁנֶה", אוֹתִיוֹת "מֹשֶׁה נ'", אַז אַ אִיד אִיז זוֹכֶה אוּן עֶר לֶערְנְט אַסַאךְ מִשְׁנֶה, וֶועט עֶר אוֹיכֶעט זוֹכֶה זַיין צוּקוּמֶען בַּיים סוֹף צוּם שַׁעַר נ', דָאס עֶר וֶועט שׁוֹין נִישְׁט זֶען גָארְנִישְׁט פַאר זַיינֶע אוֹיגְן נָאר גֶעטְלִיכְקֵייט.


אִיבֶּערְדֶעם שְׁטַארְק זִיךְ, אוּן זַיי מְעוֹרֵר יֶעדְן טָאג דִי בָּחוּרִים פוּן נֵיי, דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת. אוּן וִויסְן זָאלְסְטוּ וִויסְן אַז דָאס וָואס דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי זָאגְט (שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן י"ט) אַז אַ מֶענְטְשׁ וָואס לִיגְט אִין בְּלָאטֶע אוּן טוּט שְׁמוּץ וְכוּ', אוֹיבּ עֶר וֶועט זִיךְ נֶעמֶען אוֹיף זִיךְ לֶערְנֶען "כַּךְ וְכַּךְ", וֶועט דָאס אִים אַרוֹיסְנֶעמֶען פוּן דִי בְּלָאטֶע אוּן שְׁמוּץ וואוּ עֶר אִיז דָארְטְן אַרַיינְגֶעפַאלְן; אִיז מְקוּבָּל בַּיי אוּנְזֶערֶע לַייט אַז "כַּךְ וְכַּךְ" גֵייט אַרוֹיף אוֹיף לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וָואס דָאס הָאט אַ גֶעטְלִיכְן כֹּחַ אַרוֹיסְצוּרַייסְן דֶעם מֶענְטְשׁ פוּן זַיין בְּלָאטֶע, וִוי עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט פוּן זֵייעֶר אַסַאךְ צַדִיקִים, אַז מֶען זָאל לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, אוּן וִוי דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי הָאט גֶעגֶעבְּן אַ תִּיקוּן פַאר אַסַאךְ מֶענְטְשְׁן צוּ זָאגְן יֶעדְן טָאג אַכְצְן פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת (עַיֵין שִׂיחוֹת הָרַ"ן, סִימָן קפ"ה).


אוּן עֶס אִיז אַ פֶּלֶא אַז "כַּךְ וְכַּךְ" בַּאטְרֶעפְט פּוּנְקְט וִוי דֶער שֵׁם "אֱלֹקִים", וָואס דָאס אִיז דֶער שֵׁם פוּן מִידַת הַדִין; אֲפִילוּ עֶס גֵייט שׁוֹין דוּרְךְ אוֹיף אַ מֶענְטְשׁ אַלֶע דִינִים קָשִׁים וּמָרִים, אוֹיבּ עֶר וֶועט לֶערְנֶען יֶעדְן טָאג "כַּךְ וְכַּךְ", דָאס הֵייסְט חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, וֶועט נִמְתָּק וֶוערְן פוּן אִים אַלֶע דִינִים.


עֶס וֶוערְט גֶעבְּרֶענְגְט אִין דִי אַזְהָרוֹת פוּן הַגָאוֹן רֶבִּי נְתַנְאֵל וֵוייל זי"ע [בַּעַל מְחַבֵּר סֵפֶר "קָרְבַּן נְתַנְאֵל" אוֹיפְ'ן רֹא"שׁ], "כֹּל יוֹצְאֵי יְרֵיכִי, מִי שֶׁמְכוּנָה בְּשֵׁם לַמְדָן וּמַשְׁלִים עֲבוֹדָתוֹ עֲדֵי עָרֶב, רָאוּי לַחְזוֹר יוֹם יוֹם חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת, חַ"י חַ"י יוֹדוּךָ, תּוֹעֶלֶת לִנְשָׁמָה, וּמַאֲרִיךְ יָמִים", עַיֵין שָׁם. אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ נִישְׁט הָאבְּן קַיין הִתְפַּעֲלוּת פוּן קַיין שׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, נָאר רֶעדְן יֶעדְן טָאג פְּעָמִים אֵין מִסְפָּר מִיט דִי בָּחוּרִים דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לֶערְנֶען חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת יֶעדְן טָאג, אוּן דוּ זָאלְסְט מִיט זֵיי זִינְגֶען: "כַּךְ וְכַּךְ" דָאס אִיז דֶעם רֶבִּינְ'ס זַאךְ, דֶער סַמֶ"ךְ מֶ"ם קֶען שְׁפְּרִינְגֶען בִּיזְ'ן דַאךְ, וַוייל אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת זֵייעֶר אַסַאךְ, גֶעבּ אִיךְ פוּן אִים אַ גְרוֹיסְן לַאךְ, אוּן אִיךְ קוּק נִישְׁט וָואס יֶעדֶער טִיפֵּשׁ טוּט מִיט דִי הַאנְט אַ מַאךְ, דָאס אִיךְ לֶערְן יֶעדְן טָאג מִשְׁנַיוֹת אַסַאךְ. וָואס הָאבּ אִיךְ מִיט יֶענֶעם, אִיךְ וֵוייס אַז נָאר מִשְׁנַיוֹת וֶועל אִיךְ מִיט מִיר מִיטְנֶעמֶען. אוּן דָאס וֶועט מִיךְ פוּן אַלֶעם בֵּייזְן בַּאשִׁיצְן, אוּן אִין קֵבֶר וֶועלְן אַלֶע שְׁרָצִים אוּן וֶוערִים אוּן אַלֶע מַלְאֲכֵי חַבָּלָה פוּן מִיר זִיךְ אַוֶועק פִּיצְן, אוּן כָאטְשׁ זֵיי וֶועלְן מִיט זֵייעֶרֶע בֵּייזֶע צֵיינֶער אוֹיף מִיר טוּעֶן קְרִיצְן, אָבֶּער עֶס וֶועט זֵיי שׁוֹין גָארְנִישְׁט נוּצְן, וָוארוּם דִי פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעלֶערְנְט וֶועלְן מִיר פוּן זֵיי בַּאשִׁיצְן. אוּן אִיךְ וֶועל וֶוערְן פוּן אַלֶעם שְׁלֶעכְטְס אָפְּגֶעהִיטְן, אוּן אִין גַן עֵדֶן וֶועל אִיךְ צוּזַאמֶען מִיט דִי צַדִיקִים זִיצְן.


הַלְוַאי הַלְוַאי זָאלְסְטוּ דָאס קֶענֶען אַרַיינְבְּרֶענְגֶען אִין דִי בָּחוּרִים, זֵיי זָאלְן יֶעדְן טָאג זִיךְ בַּאפְלַייסְן אִין לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, אוּן נִישְׁט נָאר זֵיי זָאלְן לֶערְנֶען, נָאר זֵיי זָאלְן מְעוֹרֵר זַיין זֵייעֶרֶע חֲבֵרִים אוֹיף דָאס גְרוֹיסְקֵייט פוּן לִימוּד מִשְׁנַיוֹת, קֵיינֶער קֶען אוֹיף דֶעם נִישְׁט קְרִיגְן, וָוארוּם עֶס וֶוערְט בְּפֵירוּשׁ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "לִיקוּטֵי תּוֹרָה" פוּן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּי מָרְדְכַי פוּן טְשֶׁערְנָאבִּיל זי"ע (הַדְרָכָה ו'), "תֹּאמַר חַ"י פְּרָקִים מִשְׁנַיוֹת בְּכָל יוֹם בְּלִי פֵּירוּשׁ, כְּדֵי שֶׁתִּגְמוֹר בְּכָל חוֹדֶשׁ כָּל הַשִׁשָׁה סְדָרִים, כֵּן תִּנְהוֹג כָּל יְמֵי חַיֶיךָ", אוּן אַזוֹי וֶוערְט אוֹיךְ גֶעבְּרֶענְגְט אִין סֵפֶר "יְסוֹד יוֹסֵף" וָואס רֶעדְט אַרוּם זֵייעֶר אַסַאךְ פוּן תִּיקוּן הַבְּרִית, (עַיֵין תִּיקוּן י"ב) "לִימוּד מִשְׁנַיוֹת אֵין לְמַעְלָה מִזֶה, וּמַה טוֹב לִלְמוֹד חַ"י פְּרָקִים מִי שֶׁסִיפֵּק בְּיָדוֹ, נֶגֶד מִדַת יְסוֹד שֶׁפּוֹגֵם בְּחֵטְא זֶה, וּמִדַת יְסוֹד נִקְרָא חַ"י כַּנוֹדַע לְיוֹדְעֵי חֵן".


דוּ הָאסְט נִישְׁט קַיין אַנוּנְג וָואס פַאר אַ שִׂמְחָה אִיךְ הָאבּ פוּן יֶעדְן בָּחוּר וָואס קוּמְט אַרַיין צוּ מִיר אוּן בַּארִימְט זִיךְ, דֶער זָאגְט עֶר הָאט שׁוֹין גֶעעֶנְדִיגְט פוּפְצִיג מָאל שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, אוּן דֶער זָאגְט פֶערְצִיג מָאל וְכוּ' וְכוּ', עֶס אִיז נִישְׁטָא קַיין גְרֶעסֶערֶער נַחַת פוּן דֶעם. אוּן אוֹיבּ דוּ בִּיסְט נִישְׁט גֶעקוּמֶען אוֹיף דֶער וֶועלְט נָאר מְזַכֶּה זַיין בָּחוּרִים צוּ חַזְרְ'ן אַסַאךְ מִשְׁנַיוֹת, אִיז שׁוֹין גֶעוֶוען כְּדַאי, וָוארוּם אַזוֹי שְׁטֵייט אִין זוֹהַר הַקָדוֹשׁ (בְּרֵאשִׁית מ"ב.) מַאן דְקָארֵי וְתָּנֵי שִׁית סִדְרֵי מִשְׁנָה, דָא הוּא מַאן דְיָדַע לְסַדְרָא וּלְקַשְׁרָא קִשׁוּרָא וְיִחוּדָא דְמָארֵיה כִּדְקָא יָאוּת, אִלֵין אִינוּן דִמְקַדְשִׁין שְׁמָא קַדִישָׁא דְמָארֵיהוֹן בְּכָל יוֹמָא תָּדִיר; וֶוער עֶס לֶערְנְט אוּן זָאגְט שִׁשָׁה סִדְרֵי מִשְׁנָה, דֶער קֶען מְקַשֵׁר זַיין אַלֶע עוֹלָמוֹת אוּן מְיַחֵד זַיין יִחוּדִים פוּן דֶעם בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אוּן דִי זֶענֶען מְקַדֵשׁ דֶעם בַּאשֶׁעפֶערְ'ס הֵיילִיגְן נָאמֶען יֶעדְן טָאג שְׁטֶענְדִיג. פְרֶעג אִיךְ דִיר: נָאךְ דֶעם אַלֶעם דַארְפְסְטוּ הָאבְּן חֲלִישׁוּת הַדַעַת?! דַארְפְסְטוּ צוּבְּרָאכְן וֶוערְן?!


שְׁטַארְק זִיךְ אוּן וֶוער נִישְׁט צֶעפַאלְן, נָאר זָאלְסְט זֶען וָואס מֶער בָּחוּרִים מְקַרֵב זַיין אוּן זֵיי זָאלְן נִישְׁט וֶוערְן פַארְפַאלְן.


זָאלְסְט הָאבְּן אַ לֶעכְטִיגְן טָאג אוּן אַ פְרֵיילִיכְן תָּמִיד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#6 - בין איך מחויב צו טון אלעס אליין אינדערהיים?
שלום בית, סיפורי צדיקים, רפואה, סבלנות, תודה והודאה, קאמפלימענטס, קנאה, עונשים, יענער, א גוט אויג

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך אביסל אויסרעדן איבער די שוועריקייטן וואס איך גיי אריבער אינדערהיים, אונזער שלום בית טויג נישט, עס איז נישטא קיין שטארקע ליבשאפט ביי אונז.


וואס קען איך טון אז איך שפיר זיך ווי דער משרת אינדערהיים, איך שפיר אסאך מאל ווי איך בין סיי דער טאטע און סיי די מאמע אין הויז, איך פארשטיי אז עס איז יעצט שווער פאר מיין ווייב צו טון אלעס, אבער איך שפיר ווי איך ווער צופיל אויסגענוצט, איך דארף אלעס מסדר זיין, צושטעלן עסן, רייניגן, און אזוי ווייטער, אלע זאכן וואס א געווענליכע פרוי וואלט ווען געדארפט צו טון אינדערהיים.


ווען די קינדער דארפן גיין צום דאקטער, דארף איך זיי נעמען, כאטש וואס איך ארבעט א גאנצן טאג. איך בעט איר זי זאל כאטש מאכן דעם אפוינמענט ביים דאקטער, אבער זי פייפט מיר אן. איך קום אהיים און דאס קינד איז שמוציג ביז ארויף און איך דארף זויבערן און אפבאדן. ווען איך רוים אויף העלפט זי מיר אביסל, אין די צייט וואס עס וואלט ווען געדארפט זיין פארקערט, וואס איך טו ווערט געטון, און וואס נישט נישט. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך דארף פשוט א נארמאלע הויז, וואו מען געבט זיך אפ נארמאל מיט די קינדער און מיט די הויז.


איך קום פון א נארמאלע צוזאמגענומע שטוב, אלס בחור האב איך געהאט גרויסע השגות, איך האב געהאט חלומות פון א שיינע באלעבאטישע שטוב, און למעשה איז גארנישט געווארן דערפון, אבער איך דארף כאטש א מינימאלע נארמאלע הויז, איך פיל ווי זי איז גארנישט גרייט צי טון פאר מיר. איך האב זייער ליב צי זען מיין ווייב אמאל שיין אנגעטוען ווי א אידישע פרוי דארף אויסקוקן, אבער איך האב דאס נאר ווען מען מוז גיין צו א שמחה, זי איז גאר נישט גרייט צו טון, איין טאג איז געווען א שיינע וועטער האב איך איר געפרעגט אויב זי וויל זיך אנטוען און ארויס גיין מיט מיר אביסל שפאצירן, אבער דאס אויך נישט.


איך טו פאר איר זייער אסאך, און פאר די הויז און די קינדער טו איך דאס רוב, ווען איך קום אהיים נאך א טאג ארבייט קומט עס זי זאל מיר מאכן עפעס א טרינקען אדער עסן, אבער עס איז פארקערט איך מאך איר א קאווע, שפעטער מאך איך איר עסן, איך פיל ווי עס איז נישט יושר, עס איז נישט אז אמאל איז געווען גוט און פשוט יעצט ווייל זי פילט נישט גוט קען זי נישט, ווי איך געדענק זייט די חתונה האב איך נאר געגעבן און גארנישט באקומען.


עס קומט נארמאל אז א פרוי זאל האבן א געשמאק אין אהערשטעלן א שיינע געשמאקע סעודה, האבן א טאלאנט אראפצולייגן א געשמאקע שיינע טעלער עסן צום טיש, זי איז אבער בכלל נישט אינטערעסירט אין דעם, אלעס איז א גאנצע טובה געטון. איך דארף זיך בעטן ביי איר, און איך שפיר ווי איך האב יעצט אויפגעשטעלט אן אלטע באבע וואס רירט זיך מיט די לעצטע כוחות, ווען זי בעט אבער עפעס פון מיר מוז איך עס גלייך טון אויפ'ן ארט מיט'ן גרעסטן חשק.


לאמיר זאגן חס ושלום אז איינעמ'ס ווייב איז נעבעך קראנק געווארן, זי קען גארנישט טון, און דער מאן איז איר געטריי, דעמאלט איז אנדערש, ווייל למעשה איז זי געווען געטריי פאר אים אלע יארן, און יעצט נעבעך איז זי קראנק. איך האב אבער גארנישט באקומען פון מיין ווייב. עס איז מיר זייער שווער, אסאך מאל טראכט איך אז עס איז מיר שוין געווען גרינגער אלס בחור, איך האב זיך געדרייט און געפרייט, יעצט ארבעט איך ביטער שווער אויפצושטעלן א משפחה.


איך בין קיינעם נישט מקנא, אבער איך טראכט צוריק פון אלע מיינע חברים, איך האלט נישט אז זיי האבן אזוי שלעכט חתונה געהאט, איך ווייס נישט פארוואס עס קומט מיר דאס.


איך בעט אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר ענטפערן און מחזק זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקרא, כ"ח אדר, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב גרויס רחמנות אויף דיר אז דו ביסט מקנא אנדערע. קלאפ ארויס פון קאפ אז ביי אנדערע איז בעסער, בעסער איז אין ערגעץ נישט, בעסער קען ווערן ביי דיר אין מח; אז דו וועסט אויפבויען דיין ווייב, אז דו וועסט האבן סבלנות - וועט דיר גוט ווערן, ביי דיר אין קאפ קען ווערן גוט.


א נארישקייט צו קוקן אויף אנדערע. דיינע חברים האבן גארנישט בעסער פון דיר, אז איינער וועט דיר זאגן ער האט יא שלום בית - איז דאס ווייל ער ארבעט אויף זיינע מידות און ער לעבט מיט אמונה, און אז דו וועסט חזר'ן די הייליגע אמונה, דו וועסט גלייבן אז אלעס איז דער אייבערשטער; דו, דיין ווייב, דיינע קינדער, דיין געלונגענקייט און איר נישט געלונגענקייט, אלעס איז פונעם אייבערשטן - דעמאלט וועט דיר ווערן גוט, און ווי לאנג דו וועסט זיך עסן דיינע קישקעס אז דיינע חברים האבן שיינע ווייבער, דיינע חברים האבן שיינע שטובער - ביסטו א גרויס רחמנות.


וואס ווייסט א מענטש וואס איז גוט פאר אים? מען דארף גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, און אז דו האסט חתונה געהאט מיט איר - איז דאס דיין ווייב לויט דיין שורש נשמה און אויף דיר ליגט די ארבעט פון זוכן אין איר גוטס און איר פרייליך מאכן, דאס איז דיין מצוה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אשה בעלה משמחה", דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב.


זיי נישט ברוגז וואס איך גיי דיר זאגן, דו ביסט נישט גערעכט; מיט אלעס ווי אזוי דו לייגסט אראפ דיין ווייב, מיט אלע אירע שוואכקייטן - ביסטו נישט גערעכט. ווייל מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו אז שלום בית ווענדט זיך אינעם מאן. דער מאן קען מאכן א גוטע שלום בית, דער מאן קען אויפבויען די ווייב און איר מאכן פאר די געלונגענסטע פרוי.


טייערער ברודער הער א מעשה וואס די הייליגע חכמים דערציילן אונז, (שבת נג:): "מעשה באדם אחד שנשא אשה גידמת", עס איז געווען א מעשה, איינער האט חתונה געהאט מיט א געלעמטע פרוי, "ולא הכיר בה עד יום מותה", און ער האט נישט געוויסט אז זי איז געלעמט ביז זי איז אוועק פון די וועלט, האט רבי חייא געזאגט, "כמה צנוע אדם זה שלא הכיר באשתו", עס מוז זיין אז דער מענטש איז געווען זייער איידל אז ער האט נישט געקוקט אויף זיין ווייב איר גאנץ לעבן; עס איז אביסל שווער צו פארשטיין, ווי קען זיין א מענטש זאל נישט זען און וויסן אז זיין ווייב איז א געלעמטע? און נאך איז שווער, וואס איז די מעלה פון נישט קוקן אויף די אייגענע ווייב? נאר קען זיין, פשט איז, אז זי האט יא געהאט הענט און ער האט געזען אירע הענט, אירע הענט האבן זיך געקענט ריקן, נאר זי האט נישט געמאכט און געטון, זי איז נישט געווען קיין באלעבאסטע, זי האט גארנישט געטון, און איר מאן האט דאס נישט געזען, ער האט געזען אירע מעלות. די גמרא רומט אויס דעם מענטש אז ער האט נישט געזען אירע חסרונות, ער האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט א ווייב; דאס איז א גרויסקייט, דאס אז א צנוע, אז מען זעט נישט די חסרונות, מען שפירט נישט ווי מען האט א טויטע געלעמטע ווייב.


ברודער, די תורה פון אזמרה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב) - איז דיין עצה. דער הייליגער רבי זאגט, אז מען זוכט אויף גוטס, אפילו אין א רשע - ווערט יענער אויס רשע. דאס איז ביי יעדע זאך, אז מען זוכט אויף גוטס אין א צווייטן, אז מען זוכט גוטס אין די ווייב, מען קוקט נאר אויף די גוטס - וועט זי ווערן גוט. קוק אויף דיין ווייב ווי אויף א קינד וואס ווייסט נישט ווי אזוי מען קאכט, מען רוימט, מען מאכט און מען טוט, לערן איר אויס, בוי איר אויף.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כב:): "ואינה כורתת ברית אלא למי שעשאה כלי", די ווייב ווערט איינס מיטן מאן וואס מאכט איר א כלי; א מאן וואס בויט אויף די ווייב, האט רחמנות אויף איר - וועט זי דיר ווערן געטריי, זי וועט דיר אלעס טון.


קלאפ דיין מויל, רעד נישט פון יענע מעשה, וואס ווייסטו וואס מענטשן ליידן אין לעבן מיט שווערע ביטערע מחלות? וואס ווייסטו וואס דו קומסט אפ מיט דעם אלעם?! מוהרא"ש האט אונז דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט אמאל איינגעדרימלט און זיך גע'חלומ'ט ווי ער איז אויבן אין הימל און מען פירט אים אריבער די טירן פון גיהנום, עס האט אים אנגעכאפט א שרעק און ער האט אנגעהויבן שרייען: "געוואלד! ראטעוועט! טראגט מיר אוועק פון דא!" ביז עס איז געקומען צו פליען א מלאך און אים געפרעגט: "זושא, וואס שרייסטו?" האט ער געענטפערט: "איך ציטער און איך שרעק זיך פון די ביטערע שטראפן וואס קומען פאר דא אויבן אין גיהנום", האט אים דער מלאך געזאגט: "ניין זושא, דאס איז נישט פאר דיר, דו האסט א ווייב גענענדל, דו קומסט אלעס אפ אונטן".


מוהרא"ש פלעגט דערציילן וואס דער הייליגער צדיק רבי ר' זושא פלעגט ליידן פון זיין ווייב גענענדל; זי פלעגט שרייען אויף אים, ווען זי איז געווארן ברוגז האט זי אים געזידלט און געזאגט: "דו ביסט דער ערגסטער מענטש אויף דער וועלט"; זי האט אים געגעבן צו שפירן ווי ער איז דער ערגסטער, ערגער פון אים איז נישטא.


ווען דער צדיק רבי ר' זושא זכותו יגן עלינו האט זיך דערוועקט פונעם חלום האט ער געזאגט צו זיך: 'הלוואי זאל מיין ווייב גענענדל שרייען נאך אויף מיר; אויב קום איך אפ מיט די צער די עונשים פון גיהנום - איז מיר דאס כדאי'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.


 

#5 - וואס טו איך אז איך קען נישט פארנעמען ווען יעדער קוקט אויף מיר?
אמונה, חברים, יענער, קאמפלעקס

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


וואו איך גיי מיט פרויען פון שטעטל, אלץ איז דא א גוטע געשמאקע לופט, עס איז זייער געשמאק דא ברוך ה'.


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט פארנעמען אז מ'קוקט אויף מיר, עס שטערט מיר זייער שטארק אז אלע פרויען קוקן אויף מיר, איך וואלט זיך אנגעטון א מאסק א גאנץ יאר, וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, כ"ה שובבי"ם, י"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


מרת ... תחי' ברסלב, ליבערטי


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די עצה פאר דעם, און פאר אלע אנדערע מחשבות וואס לאזן נישט צורו דעם מענטש - איז אמונה; אמונה איז די רפואה פאר די אלע מחשבות. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ה): "הָעִקָּר הוּא הָאֱמוּנָה, וְצָרִיךְ כָּל אֶחָד לְחַפֵּשׂ אֶת עַצְמוֹ, וּלְחַזֵּק אֶת עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה", דער עיקר אויף וואס א מענטש דארף ארבעטן צוצוקומען - איז אמונה, "כִּי יֵשׁ סוֹבְלֵי חֳלָאִים, שֶׁיֵּשׁ לָהֶם מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת, וְהֵם סוֹבְלִים הֶחֳלָאִים רַק בִּשְׁבִיל נְפִילַת הָאֱמוּנָה", ווייל עס זענען דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן מחלות, און זיי ליידן פון דעם נאר ווייל זיי האבן נישט קיין אמונה; דאס גייט ארויף אויף יסורי הנפש וואס מענטשן ליידן זיך נעבעך צאם.


זאגט דער רבי ווייטער: "כִּי עַל יְדֵי נְפִילַת הָאֱמוּנָה, בָּאִים מַכּוֹת מֻפְלָאוֹת שֶׁאֵין מוֹעִיל לָהֶם - לֹא רְפוּאוֹת, וְלֹא תְּפִלָּה, וְלא זְכוּת אָבוֹת", ווען א מענטש האט נישט קיין אמונה און ער ליידט נעבעך פון די מחלות וואס קומט פון חסרון אמונה, דאן העלפט אים נישט קיין רפואות, עס העלפט נישט קיין תפילה און אויך נישט זכות אבות. דאס מיינט מען די יסורים וואס מענטשן מאכן נעבעך מיט פון אלע סארט יסורי הנפש; עס פייניגט זיי פון אינעווייניג - יעדער מיט זיינע שלעכטע מחשבות, און די איינציגסטע רפואה אויף דעם איז אמונה.


דערפאר זאלט איר זיך זייער שטארקן אין אמונה, טראכטס: 'דער אייבערשטער איז דא, ער איז אלעס, ער מאכט אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים. אלע מענטשן, אלעס - איז אייבערשטער, דער אייבערשטער איז מְמַלֵּא כָּל עָלְּמִין, וְסוֹבֵב כָּל עְָלְמִין, וּבְתוֹךְ כָּל עָלְמִין, אֵין שׁוּם מְצִיאוּת בִּלְעָדָיו יִתְבָּרַךְ כְּלָל' - וועט אייך שוין נישט שטערן אז מען קוקט אויף אייך, עס וועט אייך בכלל נישט אנגיין מענטשן, איר וועט לעבן א זיסע לעבן.


איר זענט נישט די איינציגסטע וואס שרייבט מיר אזא בריוו, זייער אסאך שרייבן מיר די זעלבע ווערטער ממש, אז זיי קענען נישט גיין צווישן מענטשן, ווייל עס האט זיך אויפגעבויט אזעלכע מחשבות אז יעדער קוקט אויף זיי און אלע טראכטן איך בין נישט גוט וכו' וכו'.


געווענליך פאסירט דאס ווען אין די יונגע יארן האט מען נישט אריינגעלייגט אמונה, אלע יארן אין שולע איז צוגעגאנגען מיט קאנקורענץ, ווער איז דאס בעסטע קינד, און ווער קען נאכמאכן דעם און דעם קינד; מען האט נישט געלערנט אמונה, מען האט זיך נישט פארלייגט אויף אמונה, די וועג פון טראכטן איז געווען נאר אויף דער זאך 'וואס וועט מען זאגן אויף מיר וכו' וכו''.


עס איז נישט צו שפעט, הויבט אן פון יעצט זיך פארלייגן אויף חזר'ן אמונה. זינגט זיך ניגוני אמונה און הערט שיעורים פון אמונה - וועט אלעס אוועקגיין פון זיך אליינס, ווייל אז מען צינדט אן א לעקטער ווערט פארשווינדן די טינקלקייט. אמונה ברענגט ליכטיגקייט, אזוי ווי דער הנביא זאגט (יחזקאל מג, ב): "וְהָאָרֶץ הֵאִירָה מִכְּבֹדוֹ", עס איז ליכטיג געווארן פונעם אייבערשטן. ווען יחזקאל הנביא האט געזען די מרכבה - איז פלוצלונג געווארן זייער ליכטיג, אזוי איז ביי יעדן איינעם, אז מען נעמט אריין אין זיך אמונה. די ראשי תיבות פון (שם א, א): נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹקִים – איז אמונה, דאס וואס יחזקאל הנביא האט זוכה געווען, צו נִ'פְתְּחוּ הַ'שָּׁמַיִם וָ'אֶרְאֶה מַ'רְאוֹת אֱ'לֹקִים, עס האט זיך געעפנט די הימל און ער האט געזען די גאנצע מרכבה - צו דעם קען יעדער איינער זוכה זיין דורך אמונה, און דעמאלט ווערט ליכטיג.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - ווי אזוי קען איך ענדיגן ש"ס פאר מיין בר מצוה?
יבנאל, מוהרא"ש, סיום הש"ס, יונגע יארן, גמרא, יענער, בר מצוה, לחץ

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וואוין אין יבנאל, איך גיי בר מצוה האבן בקרוב, און איך וויל זייער שטארק ענדיגן ש"ס אויף מיין בר מצוה, אבער דאס איז מיר זייער שווער, איך דארף לערנען זייער אסאך בלעטער גמרא יעדן טאג עס צו קענען אויספירן, און עס איז דא טעג וואס איך קום בכלל נישט אן צו לערנען גמרא אויף מיין סדר אין ש"ס.


מיינע צוויי עלטערע ברודער האבן זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס פאר זייער בר מצוה, און איך וויל אויך זייער שטארק.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען מחזק זיין אויף דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קדושים, ג' אייר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו האסט זייער גוטע רצונות, דו ווילסט ענדיגן ש"ס צו דיין בר מצוה; מוהרא"ש פלעגט זיך אלץ בארימען מיט די קינדער פון יבנאל, אלע גייען צו די בר מצוה מיט א סיום הש"ס.


אבער וויסן זאלסטו, דער רבי האט אונז געלערנט זייער א וויכטיגע כלל אין לעבן. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כז): "אף על פי שהאדם צריך להיות זריז גדול מאד מאד בעבודת ה', להזדרז מאד בכל עת ובכל שעה לעשות הרבה בעבודת ה', כי עיקר הוא העשיה, ללמוד הרבה ולעשות מצוות הרבה, ולהתפלל ולהתחנן הרבה, לשפוך לבו לפניו יתברך, וכיוצא בזה שאר עניני עבודת ה'", אפילו א מענטש מוז אלץ טון אין עבודת השם, מען מוז אסאך לערנען, מען מוז אסאך דאווענען און טון אסאך מצוות און מעשים טובים, און אזוי אויך אנדערע עבודת השם, "אף על פי כן אל תהי נבהל כשאתה רואה בספרים קדושים עניני עבודות הרבה, אל תהי נבהל מפני זה לאמר מתי אוכל לקיים אחת מהנה מכל הענינים הללו, מכל שכן כולם", דארף מען אבער וויסן אז מען קען נישט ווערן דערשראקן און צעדרוקט ווען מען זעט אין הייליגע ספרים די אלע שווערע עבודות, מען טאר נישט ווערן פארלוירן און טראכטן 'ווען וועל איך דאס קענען טון?' "כי צריך לבל יהיה מבוהל לחטוף הכל בבת אחת", מען קען נישט אלעס כאפן אין איין מאל, מען דארף גיין צוביסליך, "רק לילך בנחת בהדרגה מעט מעט", מען גייט רואיג, שטייטליך, צוביסליך, "ולא שיהא מבהל ומבולבל שרוצה לקיים ולחטוף הכל בבת אחת", נישט ווערן אנגעצויגן און דערשראקן פון די סאך עבודות השם און דאס אלעס וועלן מקיים זיין אויף איין מאל, "ומחמת זה נתבלבל לגמרי", דאס ברענגט מען זאל גארנישט טון, "כמו שיש בשרפה חס ושלום שמחמת הבהלה חוטפין מה שאין צריכין", אזוי ווי ווען עס פאסירט א פייער חס ושלום, פון פארלוירנקייט און צעטומלטקייט כאפט מען ארויס פון די פייער נישט וויכטיגע זאכן, "רק צריך לנהוג בהדרגה בנחת מעט מעט", אזוי דארף מען זיך פירן בעבודת השם, מען דארף זיין רואיג און טון נאך אביסל און נאך אביסל, "ואם לפעמים אין האדם יכול לעשות כלל בעבודת ה', מה לעשות, אונס רחמנא פטריה", און אז מען קען גארנישט טון און עבודות השם, טאר מען זיך אויך נישט פארלירן, "וירגיל עצמו לכסוף ולהתגעגע ולהשתוקק תמיד אליו יתברך, כי ההשתוקקות והכסופין בעצמם הם דברים גדולים מאד ורחמנא לבא בעי", מען זאל ווייטער בענקען, וועלן און האפן צום אייבערשטן; דאס בענקען צום אייבערשטן, דאס האפן צום אייבערשטן - איז זייער זייער חשוב, דער אייבערשטער וויל אונזער הארץ, מיר זאלן האפן צו אים.


פרוביר צו לערנען וויפיל דו קענסט; וועסטו ענדיגן אויף די בר מצוה גאנץ ש"ס - מה טוב ומה נעים, און אז נישט - איז אויך זייער גוט, וועסטו ענדיגן נאך דיין בר מצוה. נעם נישט קיין לחץ פון דיינע ברידערס אז זיי האבן יא געענדיגט צו די בר מצוה גאנץ ש"ס, פון הימל ווארט מען נישט דו זאלסט זיין אזוי ווי דיינע ברידערס, דער אייבערשטער וויל דו זאלסט זיין דו, דו זאלסט ענדיגן ש"ס פאר דיר, ווי אזוי עס ארבעט זיך אויס מיט דיר, נישט צוליב דיינע ברידערס.


זיי נישט קיין בטלן, דו וואוינסט אין אזא הייליגע שטאט יבנאל, גיי יעדן טאג ארויף צום ציון פון מוהרא"ש, זאג דעם יום תהילים און זיי זיך מתבודד. דער ציון פון מוהרא"ש אין יבנאל איז א פלאץ וואס איז מסוגל פאר תשובה, אלע וואס קומען אהין זאגן אז זיי הויבן אן טראכטן פון זיך אמת'דיג צוריק צו קערן צום אייבערשטן, מען הויבט אן וויינען אויף די טעג און יארן.


אויך בעט איך דיר זאלסט מתפלל זיין פאר מיר יואל בן רייצא רעכיל, זיי מיך מזכיר ביי מוהרא"ש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - קען מען זיין פרייליך פורים, אפילו אן טרינקען וויין?
שלום בית, שמחות, תהלים, רפואה, תפילות אויף אידיש, אמונה, שמחה, משניות, פורים, עלטערע יארן, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר'ן זיין אזוי גרייט צו העלפן יעדן איד. איך זע אין די בריוון אז דער ראש ישיבה איז גרייט אזוי סאך צו העלפן און ליינען יעדנ'ס שאלות, איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי דער ראש ישיבה זאל אפילו אניאגן אזויפיל צו ליינען יעדע בריוו מיט אזא גרינטליכקייט, אזוי ווי איך זע אז דער ראש ישיבה געדענקט און ווייסט אלעס וואס מען שיקט.


די מעשה איז אזוי, ווען איך טרינק אסאך וויין באקום איך שטארקע בויך ווייטאג און שלשול, קומט אויס אז אום פורים טרינק איך נאר אביסל וויין און איך ווער נישט שיכור, דערפאר איז פורים מיין ערגסטע טאג אין יאר, ממש פשוטו כמשמעו, ווייל איך ווייס נישט ווי זיך אהין צו טון במשך דעם טאג, איך בין מרה שחורה.


אז איך גיי צו מיין שווער שפיר זיך נישט אין פלאץ, יעדער שיכור'ט און רעדט און שרייט הויך און טאנצט און איך בין צו נארמאל, און אלע פרויען מיין שוויגער און קינדער קוקן צו, און איך בין דער נאר וואס קלעבט נישט אריין צו די פארברענג. ווידער ביי מיין טאטע זיץ איך כאטש אין די זייט און איך שעם זיך אביסל, אבער די גאנצע פורים איז מיר א קבלת יסורים, עס איז מיר גארנישט ווערט דער טאג, איך גיי א גאנצן טאג ארום מיט מיין ווייב און קינדער מען וואונטש זיך א גוטן פורים און דערנאך ווען עס ווערט שפעטער נאכמיטאג הויבט זיך אן דאס טרינקען און מען גייט צו א סעדוה וואו איך זיץ אויף נאדלעך פאר דריי פיר שעה.


דאס מאכט מיר זייער דעפרעסט, אפילו ווען איך טראכט נאר פון פורים, מיין ווייב האלט מיר אין איין פרעגן וואו מיר זאלן גיין פורים פאר די סעודה, איך קען איר נישט ענטפערן ווייל די גאנצע זאך איז מיר איין שטיק מרה שחורה.


ביטע האט רחמנות אויף מיר און געבט מיר א גוטע עצה וואס צו טון מיט דעם פורים.


יישר כח פאר די חיות און שמחה און תשובה און תורה ותפלה און אלוקות וואס איך באקום דורך די שיעורים און ניגונים און בריוו.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פקודי, כ"ט אדר א', ערב ראש חודש אדר ב', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


הדבר הראשון זאלסטו נישט טרינקען מער ווי איין גלעזל; עס איז א קלארע הלכה, דער רמ"א פסק'נט (אורח חיים סימן תרצה, סעיף ב) מען זאל טרינקען מער וויפיל מען איז געוואוינט צו טרינקען; איינער וואס טרינקט נישט קיין וויין א גאנץ יאר קען מקיים זיין די מצוה מיט איין גלעזל, דער רמ"א פירט אויס: "וְאֶחָד הַמַּרְבֶּה וְאֶחָד הַמַּמְעִיט, וּבִלְבַד שֶׁיְּכַוֵּן לִבּוֹ לַשָּׁמַיִם", סיי דער וואס טרינקט אסאך וויין, און סיי דער וואס טרינקט ווייניג וויין - דער עיקר זאל מען אינזין האבן צו טון דעם רצון פונעם אייבערשטן; דעריבער אז דו טרונקסט נישט קיין וויין א גאנץ יאר, עס איז דיר שווער צו טרינקען, דו ווערסט קראנק - זאלסטו נאר טרינקען אביסל.


שנית, דאס וואס דו שפירסט זיך פורים ביי דיין שווער אויסגעשפילט, דו ביסט דער איינציגסטער וואס טרינקט נישט, דו ביסט דער נאַר פון די משפחה, אלע זענען שיכור וכו', דו שפירסט ווי מען קוקט אויף דיר; ערשטנס, קיינער קוקט נישט אויף דיר, מען קוקט אויף די שיכורים, די פרויען זענען דערשראקן, יעדער איז דערשראקן פון זייער מאן, מען קוקט בכלל נישט אויף דיר, אלע וואלטן געוואלט זייער מאן זאל זיין אזוי ווי דיר, זיצן רואיג און זיין נארמאל; ואם תאמר מען קוקט יא אויף דיר, וואס גייט דיר אן ווי אזוי מען קוקט אויף דיר? א מענטש דארף זיך אזוי צוקלעבן צום אייבערשטן, עס זאל אים גארנישט אנגיין וואס מענטשן זאגן אויף אים און וואס מען טראכט פון אים, די מח מחשבה זאל זיין באהאפטן נאר צום אייבערשטן.


דורך התבודדות, ווען מען רעדט צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די אלע דמיונות, 'מען קוקט אויף מיר', 'מען זאגט אויף מיר', 'מען רעדט פון מיר', די אלע זאכן זענען איין שטיק דמיון; אז מען פאלגט דעם רבי'ן, מען רעדט יעדן טאג צום אייבערשטן - ווערט די מח ריין פון די זאכן, מען טוט וואס איז ריכטיג, מען טוט דעם רצון השם, און צו די מדריגה קען יעדער איינער זוכה זיין דורך פאלגן דעם רבי'ן; דורך רעדן און שמועסן מיט'ן אייבערשטן קומט מען אן צו דעם.


אז די סעודה ציט זיך און דו האסט נישט וואס צו טון - זאלסטו נעמען א תהילים און זאגן תהילים; פורים איז אזא הייליגע טאג, מען קען פועל'ן פאר זיך און פאר אנדערע - ישועות און רפואות. זיץ ביים טיש מיט א תהילים און זאג תהילים, אדער זיי זיך מתבודד, רעד צום אייבערשטן. דאס טו איך ווען איך גיי צו א שמחה אדער א מסיבה וכדומה, אנשטאט זיצן שעות און גארנישט טון, נעם איך א תהילים, א משניות און איך בין זיך מתבודד.


איך וועל ענדיגן מיט א מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך דערציילן, מען האט אמאל געהערט פסח ביינאכט ווי א פשוט'ער איד וויינט ביי די ווערטער: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר?" ער האט עס איבערגעזאגט נאכאמאל און נאכאמאל בשעת ווען עס איז אים גערינען טרערן פון די אויגן, ווען מען האט אים געפרעגט: "וואס איז דא צו וויינען ביי די ווערטער?" האט ער געענטפערט: "איך פארשטיי גארנישט פון די גאנצע הגדה, דא זע איך חכם מה הוא אומר, רשע מה הוא אומר, תם מה הוא אומר, דער חכם זאגט עפעס און דער רשע זאגט עפעס, וואס גייט מיר אן וואס דער חכם זאגט אויף מיר און וואס דער רשע האלט פון מיר? איין זאך גייט מיר אבער יא אן: "תָּם, מָה הוּא אוֹמֵר?" ער ווייזט מיטן פינגער ארויף אויבן: "וואס זאגט מען אויף מיר אויבן אין הימל (אויף רוסיש זאגט מען 'דארט' – תָּם); דער האלט פון מיר, דער צווייטער האלט נישט פון מיר, איינער זאגט איך בין א בטלן, א צווייטער זאגט איך בין א שלימזל, מען קוקט אויף מיר, מען טראכט איך בין א נאר, איך בין אן אויסגעשפילטער, אבער רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם ביי דיר וויל איך נישט זיין אן אויסגעשפילטער, ווייז מיר אביסל ליבשאפט, ווייז מיר אז דו האסט מיר ליב, איך וויל נישט גארנישט - נאר טון דיין ווילן".


די מעשה פלעגט מוהרא"ש אונז זייער אסאך דערציילן, דאס האט אונז געטוישט אונזער מח מחשבה, מיר זאלן אויך וויינען צום אייבערשטן און זאגן: "תָּם מָה הוּא אוֹמֵר? רבונו של עולם וואס זאגסטו אויף מיר? רבונו של עולם וואס זאגט מען אין הימל אויף מיר? איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך זיין דבוק צו דיר".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - וואס מיינט "אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט"?
חברים, יענער, חנופה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט אפאר מאל ביי די שיעורים אז אויב איינער דארף מיר נישט, דארף איך יענעם טויזנט מאל נישט. איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דאס מיינט, אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען דאס מער מסביר זיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בשלח, י"ב שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט א כלל אין לעבן: "מִי שֶׁלֹא צָרִיךְ אוֹתִי, אֲנִי לֹא צָרִיךְ אוֹתוֹ אֶלֶף פְּעָמִים", ווער עס דארף מיר נישט דארף איך אים נישט טויזנט מאל.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט חנפה'נען קיינעם, מיר זאלן נישט נאכלויפן קיינעם; מיר זאלן זיך נישט איינרעדן אז אונזער ישועה ליגט ביי יענעם. קוק אריין די אמת'ע ווערטער וואס מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה פאר אונז (צוואת מוהרא"ש, אות ט):


"אִיךְ בֶּעט אַייךְ זֵייעֶר אִיר זָאלְט זִיךְ גוּט אַרַיינְנֶעמֶען אִין קָאפּ אַז אִיר הָאט נִישְׁט קֵיינֶעם אוֹיף דֶער וֶועלְט. קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוֹיף דֶער וֶועלְט קֶען אַייךְ נִישְׁט הֶעלְפְן אוּן זִיכֶער קֶען קֵיינֶער אַייךְ נִישְׁט שְׁלֶעכְטְס טוּן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר נִישְׁט מוֹרָא הָאבְּן פוּן קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט חַנְפְ'עֶנֶען צוּ קַיין שׁוּם מֶענְטְשׁ, וַוייל דָאס וֶועט אַייךְ גָארְנִישְׁט הֶעלְפְן.


פַארְקֶערְט, דָאס וֶועט אַייךְ נָאר שָׁאטְן צוּם גֶעזוּנְט, וַוייל וֶוען מֶען פַארְלָאזְט זִיךְ אוֹיף מֶענְטְשְׁן, אוּן דֶערְנָאךְ זֶעט מֶען אַז יֶענֶער הָאט גָארְנִישְׁט גֶעקֶענְט הֶעלְפְן, יֶענֶער אִיז בִּכְלַל נִישְׁט אִינְטֶערֶעסִירְט דִיר צוּ הֶעלְפְן, דַאן וֶוערְט מֶען זֵייעֶר אַנְטוֹישְׁט, מֶען וֶוערְט זֵייעֶר צוּבְּרָאכְן אוּן צוּקְלַאפְּט פוּן דֶעם. אַ אִיד וָואס גְלֵייבְּט אָבֶּער אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר פַארְלָאזְט זִיךְ אִינְגַאנְצְן נָאר אוֹיפְ'ן אֵייבֶּערְשְׁטְן, דַאן אִיז עֶר זֵייעֶר מַצְלִיחַ".


וואויל איז דעם וואס ווייסט מיט א קלארקייט אז נאר דער אייבערשטער קען אים העלפן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען איך זיך מחזק זיין אנצוטון רבינו תם תפלין?
עבודת השם, תפלין, יענער

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך האב חתונה געהאט איז געווען נאך פאר איך בין אנגעקומען קיין היכל הקודש, מיין טאטע'ס מנהג איז אז מען זאל נישט אנהייבן לייגן רבינו תם תפילין ביז ערשט נאך שנה ראשונה, למעשה א יאר נאך מיין חתונה האט מיר א רב געזאגט איך זאל נישט לייגן קיין רבינו תם תפילין אויך נישט נאך שנה ראשונה.


איך ווייס אז אין ברסלב איז מען יא מקפיד אויף רבינו תם תפילין, אבער איך האב אביסל מורא אנצוהויבן לייגן ווייל איך זע מענטשן זענען מזלזל אין דעם, מען לייגט עס שפעט נאכמיטאג, אדער זענען דא מענטשן וואס האבן רבינו תם תפילין און לייגן עס בכלל נישט.


קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א ביטע געבן חיזוק איך זאל וועלן אנטון רבינו תם תפילין? און ווי אזוי קען איך זיכער מאכן אז עס ווערט נישט א זלזול ביי מיר ?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אודאי זאלסטו שוין באשטעלן תפילין דרבינו תם און ביז ווילאנג דיינע תפילין זענען נישט גרייט זאלסטו בארגן תפילין דרבינו תם.


דער הייליגער רבי האט געזאגט: "מיר איז א וואונדער פארוואס א בר מצוה בחור הייבט אן לייגן תפילין נאר רש"י, פארוואס זאל ער נישט אנהייבן גלייך מיט ביידע תפילין - סיי רש"י און סיי תפילין דרבינו תם".


וואס האסטו מיט אנדערע? וואס קוקסטו אויף אנדערע? אז מען קוקט אויף אנדערע איז מען אין א גרויסע סכנה, ווייל היינט איז עס רבינו תם תפילין, מען לייגט נישט קיין רבינו תם - ווייל אנדערע לייגן נישט, מארגן וועסטו זען אנדערע געפאלענע וואס לייגן נישט רש"י - וועסטו זאגן 'איך לייג נישט קיין רש"י תפילין ווייל 'אנדערע' לייגן נישט', השם ישמרינו.


פון היינט זאלסטו מקפיד זיין אנצוטון יעדן טאג ביידע תפילין, די צוויי פאר תפילין גייען אינאיינעם; מאך נישט נאך די פוילע מענטשן וואס טוען אן רבינו תם די לעצטע מינוט אין טאג, רש"י און רבינו תם גייען אינאיינעם.


נישטא אזא זאך מען האט צייט אנצוטון נאר איין פאר תפילין; אין דעם זכות וועסטו האבן אריכות ימים ושנים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מד:): "כָּל הַמֵּנִּיחַ תְּפִילִין מַאֲרִיךְ יָמִים", ווער עס טוט אן תפילין וועט האבן אריכות ימים; אין דעם זכות וועסטו זיין אפגעהיטן פון עבירות. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מנחות מג:): "רַבִּי אֱלִיעֶזֶר בֶּן יַעֲקֹב אוֹמֵר, כָּל שֶׁיֵּשׁ לוֹ תְּפִילִין בְּרֹאשׁוֹ, וּתְפִילִין בִּזְרוֹעוֹ, וְצִיצִית בְּבִגְדוֹ, וּמְזוּזָה בְּפִתְחוֹ - הַכֹּל בְּחִזּוּק שֶׁלֹא יֶחֱטָא", ווער עס טוט אן תפילין וועט נישט זינדיגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.