תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע בריוו וואס איך האב באקומען, ווי אזוי מ'שטעלט אוועק א תלמוד תורה, און ווי אזוי מ'דארף מחנך זיין די קינדער.
יעצט וויל איך בעטן חיזוק אויף שמירת הזמנים, איך בין בטבע א פארשלעפטער, אבער דער ראש ישיבה שליט"א דערמאנט כסדר ביי די שיעורים איבער די וויכטיגקייט אז א מלמד זאל זיין צייטליך. יעצט האט מען שוין געעפנט ברוך ה' די חדרים דא אין ארץ ישראל, און איך וויל זיך זייער שטארקן צו זיין צייטליך, איך דארף אבער חיזוק און עצות אויף דעם, ווייל דאס איז קעגן מיין נאטור.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת נשא ב', ט' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
זיין א מלמד איז פון איין זייט זייער א גרויסע זאך, עס איז פון די חשוב'סטע זאכן אויבן אין הימל, אבער פון די אנדערע זייט איז דאס א גרויסע אחריות; אויב מען טוט נישט די ארבעט אזוי ווי עס דארף צו זיין, מען איז נישט צייטליך, מען קומט שפעט אדער מען גייט ארויס פון כיתה און מען לאזט די קינדער אויף הפקר - איז דאס א גרויסע עבירה, אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט (פרק ב' מהלכות תלמוד תורה, הלכה ד): "מְלַמֵּד תִּינוֹקוֹת שֶׁהוּא מַנִּיחַ אֶת הַתִּינוֹקוֹת וְיוֹצֵא", א מלמד פון קינדער וואס גייט ארויס פון כיתה און לאזט איבער די קינדער, "אוֹ שֶׁהוּא עוֹשֶׂה מְלָאכָה אַחֶרֶת עִמָּהֶן", אדער ער טוט מיט די קינדער אנדערע זאכן, "אוֹ שֶׁהוּא מִתְרַשֵׁל בְּתַּלְמוּדָן", אדער ער לערנט נישט מיט זיי – איז ער אינעם כלל פון: "אָרוּר עוֹשֶׂה מְלֶאכֶת ה' רְמִיָּה (ירמיה מח, י)".
א מלמד מוז זיין צייטליך; אז דו קענסט נישט האלטן קיין זמנים זאלסטו זיך אפזאגן פון מלמדות. אזוי ווי דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד (שיחות הר"ן, סימן רמ): "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפ'ן טאג און אויפ'ן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן די וועלט און יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער, ווייל ווען מען גנב'עט געלט פון א צווייטן קען מען דאס באצאלן און יענער קען דאס מוחל זיין, אבער ווען מען איז מבטל תורה פון קינדער קען מען דאס נישט באצאלן און מען קען דאס נישט מוחל זיין".
נישטא קיין חיזוק פאר דעם, די חיזוק איז: "אדער קומסטו צייטליך, און אז דו קענסט נישט זיין צייטליך זאלסטו זיך זוכן א צווייטע פרנסה"; א מלמד דארף וויסן אז זיין פרנסה איז נישט אבי א פרנסה, ער ארבעט פאר'ן אייבערשטן, ער זיצט מיט נשמות פונעם אייבערשטן. דער אייבערשטער כביכול איז אין כיתה און הערט ווי ער לערנט מיט די קינדער, ער ווארט צו זען ווי דער מלמד רעדט צו די קינדער פון אמונה און פון יראת שמים.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו איז געווען יארן א מלמד פאר קינדער, די תלמידים זיינע דערציילן אז ווען זיי האבן געלערנט ביי מוהרא"ש האבן די קינדער געשפירט ווי דער אייבערשטער איז אין כיתה, מען איז געזיצן מיט א שטארקע דרך ארץ, מען האט געשפירט דעם אייבערשטן; מוהרא"ש האט אזוי אריין געברענגט אמונה אין די קינדער, מען האט געלערנט און געדאווענט אויפ'ן קול אזוי ווי ווען א גאסט וואלט ווען אריינגעקומען און מען וויל אים ווייזן ווי שיין מען דאווענט און מען לערנט; מען האט געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.
א איד דערציילט (עיין ספר פרנסה טובה שיחות והתחזקות, סימן מא) ער האט געדארפט אמאל א טובה פון מוהרא"ש איז ער געגאנגען צו די תלמוד תורה וואו מוהרא"ש איז געווען איינגעשטעלט, ער איז אנגעקומען ווען מוהרא"ש האט געהאלטן אינמיטן פארלערנען חומש פרשת ויצא, מען האט געהאלטן ביי דעם פסוק (בראשית כח, טז): "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב מִשְּׁנָתוֹ", איז דער איד געבליבן שטיין אינדרויסן פון כיתה, ער האט אריין געקוקט און זיך צוגעהערט ווי אזוי מוהרא"ש לערנט פאר דעם פסוק פאר די קינדער: "וַיִּיקַץ יַעֲקֹב", יעקב האט זיך אויפגעוועקט, "מִשְּׁנָתוֹ", פון זיין שלאף, "וַיֹּאמֶר", און ער האט געזאגט "אָכֵן", עס איז אמת, "יֵשׁ ה'", דער אייבערשטער איז דא - און מוהרא"ש האט געוויזן מיט די פינגער אויף די כתה - "בַּמָּקוֹם הַזֶּה", אויף דעם ארט, "וְאָנֹכִי", און איך - און מוהרא"ש האט געוויזן אויף זיך - "לֹא יָדָעְתִּי", האב נישט געוואוסט. מוהרא"ש האט דאס איבער גע'חזר'ט עטליכע מאל; דער איד האט דערציילט אז ער האט ממש געשפירט ווי ער געפונט זיך אין 'גן עדן', ער האט געהאט אזא התעוררות פון דעם, ער האט געשפירט ווי דער פסוק מיינט אים אליין, ווי ער וועקט זיך אויף און טראכט צו זיך: 'איך האב נישט געכאפט אז דער אייבערשטער איז דא, נעבן מיר, איך קען דאך רעדן צו אים'; אלע קינדער האבן געשפירט ווי דער אייבערשטער איז דא.
א מלמד דארף אריין לייגן אין די קינדער יראת שמים, זיי פארציילן מעשיות פון צדיקים; ווען קינדער הערן מעשיות פון צדיקים פלאקערט עס אויף זייער הארץ צו וועלן זיין ערליכע אידן, זיי הייבן אן מקנא זיין די צדיקים, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רמח): "דַּע, שֶׁסִּפּוּרֵי מַעֲשִׂיּוֹת מִצַּדִּיקִים, הוּא דָּבָר גָּדוֹל מְאֹד", זאלסט וויסן – זאגט דער רבי – אז דערציילן מעשיות פון צדיקים איז זייער א גרויסע זאך, "כִּי עַל יְדֵי סִפּוּרִים מִצַּדִּיקִים נִתְעוֹרֵר וְנִתְלַהֵב הַלֵּב בְּהִתְעוֹרְרוּת גָּדוֹל לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, בְּחֵשֶׁק נִמְרָץ מְאֹד". ווייל ווען מען הערט א מעשה פון א צדיק ווערט מען אויפגעפלאמט און מען באקומט א מורא'דיגע חשק צו ווערן אן ערליכער איד; דורכדעם וואס מען זעט ווי דער צדיק האט זוכה געווען און ער איז בייגעשטאנען אלע זיינע נסיונות וויל מען אויך ווערן א צדיק, בפרט קינדער ווען זיי הערן מעשיות פון צדיקים ווערן זיי זייער נתעורר דורך דעם.
עס איז באוואוסט דער סיפור אז דער הייליגער צאנזער רב זכותו יגן עלינו האט אמאל געפרעגט דעם מלמד פון זיינע קינדער צי ער לערנט מוסר מיט זיי, האט דער מלמד אים געזאגט: "יא"; האט ער אים געפרעגט: "וואס פאר א מוסר ספרים לערנסטו מיט זיי?" זאגט ער: "חובות הלבבות", האט אים דער הייליגער צאנזער רב געזאגט: "נישט דאס מיין איך מוסר, איך פרעג צי דו לערנסט 'מוסר', צי דו פארציילסט זיי מעשיות פון הייליגן רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו און זיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא זי"ע"; ווייל מעשיות פון צדיקים דאס פייערט אויף דאס הארץ צו וועלן זיין אן ערליכער איד.
אז דו וועסט האלטן די זמנים, דו וועסט זיין צייטליך און בשעת דו ביסט מיט די קינדער וועסטו אויסנוצן די צייט אריין צו לייגן אין זיי נאך תורה און נאך יראת שמים - וועסטו זוכה זיין צו גרויסע זכותים, אזוי ווי עס שטייט: "וּמַצְדִּיקֵי הָרַבִּים כַּכּוֹכָבִים לְעוֹלָם וָעֶד (דניאל יב, ג)", וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן אויף דעם (בבא בתרא ח:): "אֵלּוּ מְלַמְּדֵי תִּינוֹקוֹת", די וואס לערנען תורה מיט אידישע קינדער זענען צוגעגליכן צו די שטערנס וואס באלייכטן און באשיינען די וועלט; אזוי ווי מען קען נישט ציילן די שטערנס פון די וועלט אזוי קען מען נישט ציילן וויפיל זכותים דער וואס לערנט תורה מיט תלמידים קויפט זיך איין.