תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס געבט מיר אסאך חיזוק אין אמונה און תפלה, די שיעורים זענען זייער געשמאק און לייכט, און עס גייט אריין אין די ביינער.
איך האב ב"ה זייער א חשובער מאן, איך האלט זייער שטארק פון אים, ער איז זייער אן ערליכער און וואוילער מאן, עס באדערט מיר נאר אז ער לערנט נישט קיין תורה.
איך האב פיל געהערט פון אייך פון די חשיבות פון זאגן תורה, איך וואלט זיך אזוי שטארק געפריידט ווען מיין מאן וואלט דאס געטון, איך ווייס אז ער איז אריבער א שווערע תקופה זייענדיג א בחור אין ישיבה, ער האט נישט געהאט קיין חברותות און דעריבער נישט געהאט קיין חשק צו חזר'ן, און ער פלעגט דערפאר באקומען גאר נידריגע צייכענונגען אויף די בחינות, און קען זיין אז דעריבער וויל ער יעצט נישט לערנען.
איך געב אכטונג נישט צו ווערן זיין "משגיח", איך הייס עס קיינמאל נישט גיין לערנען, אבער איך פרוביר ארויסצואווייזן ווי שטארק איך וואלט זיך געפריידט ווען ער וואלט יא געלערנט, יעדעס מאל ער דערמאנט עפעס א תורה'דיגע זאך, אדער ער קוקט עפעס נאך, ווייז איך ארויס א שמחה דערפון, אויך ווען מיר הערן צוזאמען די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א פרעג איך אים וואס ער האלט וועגן דעם, איך האב אבער מורא אים צו זאגן אפן אז איך וויל ער זאל לערנען. אפשר דארף איך דאס יא טון?
איך בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף דעם, איז דא נאך עפעס אן עצה וואס איך קען טון דערצו?
גלייכצייטיג האב איך געוואלט מעורר זיין, מיט'ן פולסטן מאס רעספעקט, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל נישט אוועקמאכן אנדערע רבי'ס און חסידות'ער. אסאך מאל ווען איך הער ווי דער ראש ישיבה שליט"א פרעגט א בחור וואס קומט פון אן אנדערע קרייז, און מאכט אוועק יענע קרייז, זאגנדיג וואס באקומסטו פון דיין רבי, טוט מיר דאס זייער וויי. איך באלאנג צו אן אנדערע חסידות, און איך באקום פון מיין רבי חיזוק און עצות פאר'ן לעבן, און אויך בין מחונך געווארן מיט אמונה און אז דער אייבערשטער ווארט מיר זאלן רעדן צום אים ווי צו א חבר, פון דעסט וועגן בין איך מכבד יעדן איינעם מיט זיין קרייז און שיטה. אויב ברסלב פארקויפט גוטע זאכן, קען מען דאך רעדן בלויז פון דעם, פארוואס פעלט אויס אוועקצומאכן אנדערע?
איך בעט איבער אויב איך האב נישט געשריבן מיט דרך ארץ, און נאכאמאל א גרויסן יישר כח פאר אלעס.
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישלח, י' כסליו, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
זייער אסאך אינגעלייט און בחורים ווילן נישט לערנען צוליב דעם וואס מען האט זיי פארשעמט אין די יונגע יארן, ווען זיי זעען א גמרא קומט זיי ארויף אלטע ווייטאגן, בזיונות און שפיכות דמים וכו' וואס זיי זענען אדורך אין די יונגע יארן. אבער באמת ווען זיי וואלטן ווען געוויסט ווי זיס די הייליגע תורה איז וואלטן זיי גארנישט געוואלט חוץ תורה, אזוי ווי דער רבי האט אמאל געזאגט פאר איינעם פון אנשי שלומינו (עיין שיחות הר"ן, סימן יז): "איינמאל די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים, וועסטו שוין גארנישט וועלן, נאר די תורה".
היות אייער מאן איז דאס אריבער אין זיינע יונגע יארן האט דאס גורם געווען אז ער זאל מער נישט וועלן לערנען. יעצט אז איר ווילט וויסן וואס איר קענט טון ער זאל יא לערנען תורה? אזוי ווי איר טוט יעצט זאלט איר ווייטער טון - ביתר שאת וביתר עוז; איר זאלט אים ווייטער מחזק זיין, מעודד זיין און ארויס ווייזן ווי שטארק איר שעצט זיין לערנען און דאווענען; ווען ער לערנט און דאוונט זאלט איר אים אויפהייבן. דאס וועט מאכן ער זאל לערנען מער און מער.
איר זאלט ווייטער בעטן דעם אייבערשטן אז איר זאלט האבן א שטוב וואס פירט זיך מיט די תורה און אייער מאן און קינדער זאלן לערנען די הייליגע תורה; ווען איר צינדט אן די שבת ליכט און איר שטייט מיט די הענט אויפן פנים זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער! העלף מיין מאן זאל לערנען, דאווענען און זיין א צדיק; העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן לערנען, דאווענען און זיין ערליכע אידן צדיקים"; אזוי זאלט איר בעטן אן א שיעור מאל, וועט דער אייבערשטער עפענען זיין הארץ און ער וועט לעבן מיט די תורה.
בנוגע פארוואס מען דארף אוועק מאכן וכו'; דער פראגע איז ממש פלאי פלאים... עס איז נישט דא נאך אזא פארשעמטע רבי און פארשעמטע חסידות ווי ברסלב! קיינער וויל נישט אנערקענען ברסלב און א ברסלב'ער חסיד איז צו שאנד און צו שפאט ביי אלע חסידות'ן. ווען מען דערוויסט זיך אז א בחור אדער א אינגערמאן איז אנגעקומען קיין ברסלב הייבט מען אן חוזק מאכן און אים אויפמערקזאם מאכן אז עס איז נישט פאר אים, און ווען מען וויל זיך שטארקן מיט וואס מיר זענען זוכה וכו' הייסט דאס אז אונז מאכן אוועק אנדערע?! אז מען לייגט אריין שטארקייט אין פרישע תלמידים זיי זאלן נישט ווערן נתפעל פון לצים און פון די וואס לאכן אפ וכו', דאס הייסט אז מען בויעט זיך אויף אוועק מאכן?!
ווען איינער קומט און ווארפט זיך ארויף אויף מיר און וויל מיך דערווערגן, מעג איך יענעם אראפ ווארפן פון מיר? אדער דא וועט מען אויך שרייען: "פארוואס דארף מען אים אראפ ווארפן?" און "מען ווערט נישט גרעסער אז מען ווארפט יענעם אראפ!" אדער דא פארשטייט יעדער אז איך זוך נישט יענעם אראפווארפן נאר פשוט יענער זאל מיר אפלאזן און מיר לאזן לעבן?!
ברסלב דארף נישט יענעם אוועק מאכן זיך צו בויען, ווייל עס איז נישט דא נאך א רבי וואס האט אזוי פיל סחורה צו פארקויפן ווי דער הייליגער רבי און עס איז נישט דא א פלאץ וואו די תלמידים באקומען פון זייער רבי אזוי סאך ווי די ברסלב'ע חסידים, וואס דער רבי מאכט זיי אליינס פאר גרויסע צדיקים.
מען האט אמאל געפרעגט מוהרא"ש וואס איז די נפקא מינה צווישן ברסלב און אנדערע חסידות'ן, האט מוהרא"ש געענטפערט: "ביי אנדערע רבי'ס טאנצן די חסידים ארום דעם רבי'ן, אבער אין ברסלב טאנצט דער רבי ארום יעדן חסיד"; דאס איז מורא'דיג מגדיר געווען אין געציילטע ווערטער וואס מען איז זוכה דא ביים הייליגן רבי'ן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שלה): "מיין גאנצע נחת און תענוג איז ווען איך זע ווי מיינע תלמידים פירן זיך מיט יראת שמים און דינען דעם אייבערשטן. איך האב אלעס מפקיר געווען; מיין לעבן, מיין ווייב און מיינע קינדער - אלעס נאר פאר ענק, "הַאִם לֹא הָיִיתִי יָכוֹל לִהְיוֹת מְפֻרְסָם וּמַנְהִיג שֶׁקּוֹרִין 'גוּטֶער אִיד' כְּמוֹ כָּל הַמַּנְהִיגִים, שֶׁנּוֹסְעִים הַחֲסִידִים אֲלֵיהֶם וְאֵינָם יוֹדְעִים עַל מָה נוֹסְעִים, וְחוֹזְרִים וְשָׁבִים וּבָאִים וְאֵינָם יוֹדְעִים מַה בָּאִים, וואלט איך נישט געקענט זיין א רבי פונקט ווי אלע רבי'ס וואס די חסידים ווייסן נישט פארוואס מען פארט צום רבי'ן, און ווען מען קומט אהיים ווייסט מען נישט מיט וואס איז מען צוריק געקומען?!" פארוואס גייט מען צו א רבי? וואס איז א רבי? אז ער קען מיר מאכן פאר א צדיק, אז ער קען מיר צוברענגען צום אייבערשטן, אז ער מאכט מיר לערנען און דאווענען.
אויפן רבי'ן וועט סיי ווי זיין טענות און מחלוקת; דעם רבינ'ס מאמע די צדיקת פייגא איז געווען א בעלת רוח הקודש און זי האט געזען וואס גייט זיין מיט איר הייליג קינד, אירע הייליגע ברודער פלעגן איר רופן "פייג'עלע די נביאת'טע", ווערט דערציילט אז בשעת דעם הייליגן רבינ'ס ברית האט דער רבי'ס מאמע געבעטן איר ברודער דער הייליגער צדיק רבי ר' ברוכל פון מעז'בוז זכותו יגן עלינו: "ברוכ'ל - אזוי האט זי אים גערופן - וואונטש אן פארן קינד אז מען זאל נישט קריגן אויף אים", האט דער הייליגער צדיק רבי ברוכ'ל איר גענטפערט: "פייגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פארפאלן, מען מוז קריגן אויף אים (קוקט נאך אין ספר פעולת הצדיק אות כא)".
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די וועלט זאל שוין אננעמען די לימודים פון רבי'ן, די לימודים וואס משיח וועט אויסלערנען פאר די וועלט. דער לימוד וואס דער בעל תפילה האט אויסגעלערנט, ער פלעגט זאגן (ספורי מעשיות, מעשה יב): "עס איז נישט דא קיין אנדערע תכלית אויף דער וועלט, נאר צו דינען דעם אייבערשטן"; אז עס איז נישט דא קיין אנדערע עצה אויסער תפילה, ביז מיר ווילן ארויס גיין פון אונזער גלות.