תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געהערט ביי א שיעור ווי דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נישט קיין שום שווער הארץ אויף קיינעם, אפילו אויף די וואס האבן שטארק שאדן געמאכט אדער פארשעמט דעם ראש ישיבה. איך בין געווענליך מוחל גלייך ווען איינער איז מיר מצער, אבער ס'זענען דא עטליכע מענטשן וואס האבן מיך זייער פארשעמט און דערנידערט, ממש חרוב געמאכט מיין לעבן, אלעס נאר פאר זייערע אייגענע אינטערעסן, נישט ווייל איך האב זיי געטון סיי וועלכע שלעכטס, און איך קען זיי בשום אופן נישט מוחל זיין. מוהרא"ש זי"ע האט מיר געזאגט אז איך וועל נאך זען אז זיי וועלן נאך באצאלן אויף די וועלט אויף דעם וואס זיי האבן מיר געטון, און זיי האבן מיך קיינמאל נישט איבערגעבעטן. בין איך מחויב זיי מוחל צו זיין? און אויב יא, ווי אזוי קען איך דאס באווייזן?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת תולדות, כ"ח מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
הער א מעשה פון הייליגן זוהר (פרשת מקץ, רא:): "רֶבִּי אַבָּא הֲוָה יָתִיב אֲתַרְעָא דְּאַבָּבָא דְלוֹד", דער הייליגער צדיק רבי אבא איז אמאל געזיצן ביים אריינגאנג צום שטאט לוד, "חָמָא חַד בַּר נָשׁ דְּהֲוָה אָתֵי, וְיָתִיב בְּחַד קוּלְטָא דְּתָלָא דְאַרְעָא", ער האט געזען א מענטש וואס איז געזיצן אויף א שטיין, "וְהֲוָה לָאֵי מֵאָרְחָא, וְיָתִיב וְנָאִים תַּמָּן", דער מענטש איז געווען אפגעמאטערט פון גיין אין וועג און ער האט זיך דארט אפגערוט, ער האט זיך געלייגט שלאפן, "אַדְּהָכִי חָמֵי חַד חִוְיָא, דְּהֲוָה אָתֵי לְגַבֵּיהּ", בשעת דער מענטש איז געשלאפן זעט רבי אבא ווי א שלאנג קומט צו גיין צום דעם מענטש, "נָפַק קוֹסְטְפָא דְגוּרְדְּנָא, וְקָטִיל לֵיהּ לְחִוְיָא", איז אראפגעפאלן א צווייג פון בוים און גע'הרג'עט דעם שלאנג, "כַּד אִתְעַר הַהוּא בַּר נָשׁ, חָמָא הַהוּא חִוְיָא לְקֳבְלֵיהּ, דְּהֲוָה מִית", ווען דער מענטש האט זיך אויפגעוועקט האט ער געזען נעבן זיך דעם טויטן שלאנג, "אִזְדַּקַּף הַהוּא בַּר נָשׁ, וְנָפַל הַהוּא קוּלְטָא לְעוּמְקָא דִּתְחוֹתוֹי וְאִשְׁתֵּזִיב", און ווען ער האט זיך אויפגעשטעלט פון די שטיין אויף וואס ער איז געזיצן האט זיך דער שטיין אראפגעקוילערט אראפ א טיפע טאל, וואס אויב וואלט דער מענטש געבליבן זיצן נאך איין רגע וואלט ער אראפגעפאלן אינאיינעם מיט'ן שטיין און ער וואלט געשטארבן, "אֲתָא רֶבִּי אַבָּא לְגַבֵּיהּ, אָמַר לֵיהּ, אֵימָא לִי מָאן עוֹבָדָךְ, דְּהָא קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא רָחִישׁ לָךְ אִלֵּין תְּרֵין נִסִּין", האט זיך רבי אבא פארוואונדערט, ער גייט צום מענטש און פרעגט אים, זאג מיר וואס זענען דיינע גוטע מעשים וואס דו טוסט? איך זע אז דער אייבערשטער האט דיר געהיטן, עס האט פאסירט צוויי גרויסע ניסים מיט דיר, "לָאו אִינוּן לְמַגָּנָא", עס איז זיכער נישט אומזיסט, "אָמַר לֵיהּ הַהוּא בַּר נָשׁ, כָּל יוֹמָאי לָא אַשְׁלִים לִי בַּר נָשׁ בִּישָׁא בְּעַלְמָא, זאגט אים דער איד, מיין גאנץ לעבן אויב איינער האט מיר געטון שלעכטס, "דְּלָא אִתְפַּיַּיסְנָא בַּהֲדֵיהּ, וּמָחִילְנָא לֵיהּ", האב איך זיך גלייך איבערגעבעטן מיט יענעם און יענעם מוחל געווען, "וְתוּ, אִי לָא יָכִילְנָא לְאִתְפַּיְיסָא בַּהֲדֵיהּ, לָא סָלִיקְנָא לְעַרְסִי, עַד דְּמָחִילְנָא לֵיהּ, וּלְכָל אִינוּן דִּמְצַעֲרוּ לִי", און אויב האב איך זיך נישט איבערגעבעטן מיט יענעם בין איך נישט אריין אין בעט זיך לייגן שלאפן ביז איך האב יענעם מוחל געווען און פאר אלע וואס האבן מיר וויי געטון, "וְלָא חַיְישָׁנָא כָּל יוֹמָא לְהַהוּא בִּישָׁא דְּאַשְׁלִים לִי", און איך האב מער נישט געטראכט פון וואס זיי האבן מיר געטון, "וְלָאו דִּי לִי דָא", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דִּמְהַהוּא יוֹמָא וּלְהָלְאָה, אִשְׁתַּדַּלְנָא לְמֶעְבַּד עִמְּהוֹן טָבָא", נאר אויך פון דעמאלט האב איך פרובירט צו טון מיט די מענטשן וואס האבן מיר וויי געטון - נאר גוטס. פירט אויס דער הייליגער זוהר: "בָּכָה רֶבִּי אַבָּא וְאֲמַר", רבי אבא האט געוויינט פאר שמחה און געזאגט "יָאוֹת הוּא דְקוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא יַרְחִישׁ לֵיהּ נִיסָּא עַל נִיסָּא", יעצט פארשטיי איך פארוואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט דיר אזעלכע גרויסע ניסים, דו ביסט ווערד עס זאל מיט דיר פאסירן נאך און נאך ניסים.
נעם אריין אין דיר 'אלעס איז דער אייבערשטער, קיינער קען נישט שלעכטס טון און קיינער קען נישט גוטס טון; אלעס וואס גייט אריבער - איז וואס איך דארף אריבער גיין, דער וואס טוט שלעכטס - וועט דער אייבערשטער זיך מיט אים פאררעכענען, און דער וואס טוט גוטס וועט באקומען גוטס' - וועסטו נישט האבן אויף קיינעם קיין שווער הארץ.
חזר די שטיקל צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ח) וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט, וועט דיר אלעס גיין גרינגער; חזר דאס יעדן טאג:
"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיךְ בֶּעט אַייךְ אִיר זָאלְט זִיךְ שְׁטַארְקְן מִיט דִי פָּשׁוּטֶ'ע אֱמוּנָה צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, שְׁטֶענְדִיג זָאלְט אִיר הַאלְטְן פַאר דִי אוֹיגְן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט מִיט אַ גֶעוַואלְדִיגֶע הַשְׁגָחָה פְּרָטִית, אוּן אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן.
אִיר זָאלְט קֵיינְמָאל נִישְׁט קוּקְן אוֹיף אַ צְוֵוייטְן. דִי וֶועלְט אִיז נִישְׁט אֵייעֶרְס, נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער דַארְפְט אִיר זִיךְ נִישְׁט זָארְגְן פַאר אַ וֶועלְט וָואס גֶעהֶערְט נִישְׁט צוּ אַייךְ. אִיר דַארְפְט אַייךְ קֵיינְמָאל נִישְׁט מְבַלְבֵּל זַיין פוּן אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן, נִישְׁט קוּקְן אוֹיף קַיין אַנְדֶערֶע מֶענְטְשְׁן. וָואס אִיר דַארְפְט הָאבְּן זָאלְט אִיר זִיךְ צוּגֶעוואוֹינֶען צוּ רֶעדְן אוּן צוּ בֶּעטְן נָאר פוּנֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוֹיף אִידִישׁ, אָדֶער אוֹיף סֵיי וֶועלְכֶע שְׁפְּרַאךְ אִיר זֶענְט צוּגֶעוואוֹינְט צוּ רֶעדְן.
דָאס רֶעדְן צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן בּוֹיעֶט אוֹיף דִי אֱמוּנָה פוּנֶעם מֶענְטְשׁ, מִיט דֶעם וָואס אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר בֶּעט דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אַלֶעס וָואס עֶר דַארְף, מִיט דֶעם וַוייזְט עֶר אַז עֶר וֵוייסְט אוּן גְלֵייבְּט קְלָאר אַז עֶס אִיז גָארְנִישְׁט דָא אוֹיסֶערְן אֵייבֶּערְשְׁטְן, אוּן אַז נָאר דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער פִירְט דִי גַאנְצֶע וֶועלְט.
אֱמוּנָה אִיז דֶער יְסוֹד פוּן אִידִישְׁקַייט, אֱמוּנָה קְלֶעבְּט צוּ דֶעם מֶענְטְשׁ צוּם אֵייבֶּערְשְׁטְן. וֶוען אַ מֶענְטְשׁ נֶעמְט אַרַיין אִין זִיךְ דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן, עֶר שְׁטֶעלְט זִיךְ פָאר אִין זַיין מֹחַ אַז דִי גַאנְצֶע וֶועלְט אִיז אֵיין שְׁטִיק אֵייבֶּערְשְׁטֶער אוּן עֶר שְׁטֵייט אִינְדֶערְמִיט, דָאס אִיז דִי גְרֶעסְטֶע הַנָאָה אוּן גֶעשְׁמַאק וָואס מֶען קֶען הָאבְּן אוֹיף דֶער וֶועלְט, מֶען שְׁפִּירְט שׁוֹין אוֹיף דִי וֶועלְט דִי גֶעוַואלְדִיגֶע גוּטֶע גֶעשְׁמַאק אוּן הַנָאָה פוּן גַן עֵדֶן. אוּן צוּ דֶעם קֶען מֶען נָאר זוֹכֶה זַיין וֶוען מֶען לֵייגְט זִיךְ אַרַיין אִין דִי פָּשׁוּטֶע אֱמוּנָה, צוּ גְלֵייבְּן אִינֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן אוּן צוּ רֶעדְן צוּ אִים מִיט תְּמִימוּת וּפְּשִׁיטוֹת אַזוֹי וִוי אַ מֶענְטְשׁ רֶעדְט צוּ זַיין חַבֶר אוּן אַזוֹי וִוי אַ קִינְד רֶעדְט צוּ זַיין טַאטְן".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.