תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
א גרויסן יישר כח פאר די געוואלדיגע שיעורים, איך הער די שיעורים יעדן טאג, און דאס איז וואס מאכט מיר פאר א איד.
איך האב געוואלט פרעגן איבער דעם וואס איר זאגט כסדר אז ווען מען לערנט תורה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן, נעמט דאס ארויס דעם מענטש פון אלע זיינע שלעכטע זאכן וואס ער האט געטון אין די פארגאנגענהייט, און ס'בויעט אים אויף צו זיין א מענטש און א איד ווי עס דארף צו זיין.
וויל איך וויסן ווי אזוי א מיידל קען זוכה זיין צו דעם, זי קען דאך נישט לערנען תורה. איך פרוביר צו ענדיגן יעדע וואך גאנץ תהלים, ווייל איך האב געהערט אויף די שיעורים אז דאס קען העלפן פאר א מיידל, אבער איך זע נישט אז ס'זאל מיר העלפן אינגאנצן ארויסקריכן פון מיין שווערע פארגאנגענהייט. גלייכצייטיג רעד איך צום אייבערשטן יעדן טאג, און איך זע אויך נישט אז איך זאל אינגאנצן געהאלפן ווערן דורך דעם, וואס איז יא די עצה פאר מיר געהאלפן צו ווערן?
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש פרשת לך לך, י' מר-חשון, שנת תשע"ט לפרט קטן
... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
יעדע איד קען תשובה טון און אנהייבן א נייעם בלעטל אין לעבן; נישט קיין חילוק וואס מען האט געטון אינעם עבר קען מען אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.
וואס טוט דער יצר הרע אז מענטשן זאלן זיך נישט צוריק קערן צום אייבערשטן? ער קומט צום מענטש מיט זיין עבר און האקט אים אין קאפ: "דו ביסט ממילא גארנישט"; "דו האסט געטון דאס און דאס"; ביז דער מענטש ווערט אזוי צעבראכן אז ער קערט זיך צוריק צו זיינע שלעכטע מעשים. דערפאר ווען א מענטש וויל זיך אומקערן צום אייבערשטן דארף מען אסאך חיזוק נישט אויפצוגעבן.
מען טאר זיך נישט ארום דרייען מיט א שולד געפיל אויפן פארגאנגענהייט נאר שטענדיג פארגעסן וואס איז געווען און אנהייבן פון פריש; דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי די וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר איז שכחה א מעלה", מענטשן רעדן זיך אפ אז זיי האבן נישט קיין גוטע זכרון, זיי פארגעסן וואס איז געווען, מען מיינט אז דאס איז א חסרון, אבער עס איז פארקערט, עס איז נאר א מעלה, ווייל ווען עס וואלט ווען נישט געווען שכחה וואלט מען נישט געקענט דינען דעם אייבערשטן, ווייל מען וואלט נישט אויפגעהערט צו טראכטן פונעם פארגאנגענהייט, פון אלע דורכפעלער און אלע פראבלעמען וואס מען איז דורך, דאס וואלט גורם געווען אז דער מענטש זאל נישט וועלן נאכאמאל פרובירן צו זיין אן ערליכער איד, אבער יעצט אז עס איז דא שכחה, קען מען זיך באנייען און אנהייבן פון דאסניי.
וואויל איז אייך אז איר האט אפגעלאזט אלע אייערע שלעכטע מעשים און איר שטארקט זיך מיטן הייליגן רבינ'ס עצות.
איר קענט זיך נישט פארשטעלן ווי חשוב עס איז אויבן אין הימל ווען מען טוט תשובה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.): "גְּדוֹלָה תְּשׁוּבָה שֶׁמַּגַּעַת עַד כִּסֵּא הַכָּבוֹד", ווען א מענטש טוט תשובה קומט ער אן ביזן כסא הכבוד; אין איין סעקונדע קען מען אנקומען פון שאול תחתית, פון די ווייטסטע פלאץ - ביזן אייבערשטן אליינס, דורך דעם וואס מען זאגט פארן אייבערשטן: "רבונו של עולם, זיי מיר מוחל אויף מיינע שלעכטע מעשים; איך גיי מער נישט טון די שלעכטע זאכן, איך הייב אן פונדאסניי"; מען נעמט אוועק פון זיך אלע עונשים און אלע עבירות ווערן אויסגעמעקט.
שטארקט אייך ווייטער מיטן זאגן תהילים; ביי אונז אין סקול זאגן אלע מיידלעך דעם 'יום תהילים' יעדן טאג. תהילים איז מסוגל לתשובה, עס ברענגט צוריק צום אייבערשטן, אזוי זאגט דער הייליגער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עג): "מִי שֶׁרוֹצֶה לִזְכּוֹת לִתְשׁוּבָה, יִהְיֶה רָגִיל בַּאֲמִירַת תְּהִלִּים, כִּי אֲמִירַת תְּהִלִּים מְסֻגָּל לִתְשׁוּבָה", ווער עס וויל תשובה טון זאל זאגן תהילים, אויך ליגט אין תהילים אלע ישועות.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע זוכה זיין צו תשובה שלימה.