תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בין זייער איבערגענומען אז איך האב שוין ענדליך די זכי' און געלעגנהייט צו שרייבן צום ערשטן מאל צום ראש ישיבה שליט"א, נאכדעם וואס איך האב שוין אויסגעהערט זייער אסאך שיעורים, און זיך ברוך ה' אנגעזאפט מיט פשוטע אמונה.
מיין שאלה איז אזוי, איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, איך שפיר אבער אז איך האב א ווארעמקייט אין מיר צום באשעפער, און איך האב שטארק חשק דאס ארויסצוגעבן פאר נאך אידן, משפיע צו זיין פון מיין ווארעמקייט פאר אידישע קינדער, זאל עס זיין פארצולערנען א שיעור אין גמרא אדער משניות, צו מאכן א פארברענג, און דאס גלייכן.
אסאך מאל שפיר איך ממש ווי איך גיי אויס צו קענען משפיע זיין אויף אנדערע, איך זע אבער נישט קיין וועג ווי אזוי איך קען אנקומען צו דעם, אפשר האט איר פאר מיר אן עצה?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אז דו ווילסט באמת העלפן אנדערע זאלסטו גיין הפצה, פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן; נעם ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים און גיי דערמיט אין הייזער, אין שול'ן און אין כוללים, דאס איז א תיקון פאר אלע הארבע עבירות וואס מען דארף מתקן זיין.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס דארף מתקן זיין די עבירות פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין הפצה.
דו שרייבסט אז דו שפירסט ווי דו גייסט ממש אויס צו משפיע זיין פאר אנדערע, זאלסטו גיין הפצה; דאס וועט דיר געבן א געפיל ווי דו ראטעוועסט מענטשן, דו וועסט האבן א חלק אין די גאולה שלימה וואס וועט קומען בזכות די וואס פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, וואס אנטפלעקט פאר יעדן די רחמנות פונעם אייבערשטן וואס ער האט צו יעדן איד, אפילו ווי ווייט מען איז אוועק געפאלן קען מען נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.
דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז זייער חשוב אין הימל, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.