שאלה אין קורצן ענין
#7 - פארוואס האט מוהרא"ש זי"ע זיך געפירט מיט רעביסטעווע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מנהיגים, כבוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אסאך אז אין ברסלב איז נישט קיין "רעביסטעווע", אין ברסלב איז נישטא קיין אדמורי"ם, נאר דער הייליגער רבי איז אונזער רבי. רבי נתן האט געשריגן, "עס וועט נישט זיין קיין רבי, נאר דער הייליגער רבי". און אזוי איז טאקע אנגענומען ביי חסידי ברסלב אז קיינער פירט נישט קיין רעביסטעווע.


אבער אין היכל הקודש זע איך אז ס'איז אנדערש. סיי ביי מוהרא"ש זי"ע, און יבדל לחיים טובים ארוכים אויך ביים ראש ישיבה שליט"א, זע איך אזויפיל רעביסטעווע זאכן, ווי צום ביישפיל טאנצן מצוה טאנץ, שיריים, א שיינע בענקל, מ'פירט טישן, און אזוי ווייטער.


איך מיין נישט קיין חוצפה, איך פרעג פשוט וואס ליגט מיר אויפ'ן הארץ, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס פארענטפערן.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט געטון די זאכן נאר צוליב איין סיבה, צו מקרב זיין וואס מער מענטשן לאבינו שבשמים. ביי אסאך מענטשן איז דא א קטנות הדעת פון די סארט זאכן, פון א שיינע בעקיטשע וכדומה, און נאר ווען זיי זעען אזעלכע זאכן - הערן זיי אויס און זענען מקבל וכו'. אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (שבת קמה:): "מפני מה תלמידי חכמים שבבל מציונים", פארוואס גייען די תלמידי חכמים אין חוץ לארץ מיט שיינע בעקיטשעס? "מפני שאינם בני תורה", ווייל די מענטשן פון בבל זענען נישט קיין בני תורה, זיי האבן נישט קיין געפיל אין תורה; ווען זיי זעען א תלמיד חכם וואס זעט אויס ווי א פשוט'ער מענטש זענען זיי אים נישט מכבד, נאר ווען זיי זעען א שיינע בעקיטשע - דאס מאכט זיי זאלן מכבד זיין (עיין תפארת ישראל אבות ד, ו; דבור המתחיל "גופו מחולל על הבריות"); נאר צוליב דעם האט מוהרא"ש געטון די זאכן.


וואס דארפסטו מער פון דעם וואס דער הייליגער רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "נאך א מזל עס איז געווען צוויי זילבערנע לייכטער ביים רבי'ן אויפ'ן טיש ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל צום רבי'ן, אזוי האב איך געקענט מקבל זיין פון רבי'ן"; עס האט געהאט א פנים פון א רבי.


ווער עס האט געקענט אביסל מוהרא"ש ווייסט אז מוהרא"ש איז געווען זייער ווייט פון די זאכן, מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געהאט איין כוונה: 'אריינברענגען אין די וועלט די ריינע אמונה, און מגלה זיין די עצות פון הייליגן רבי'ן'; אזוי ווי איינער פון די גיבורים האבן דערציילט פאר'ן בעל תפילה (ספורי מעשיות, מעשה בעל תפילה - מעשה יב), דער גיבור זאגט אז ער מיינט דערמיט עפעס אנדערש, מיט דעם וואס ער גייט אפנעמען די וועלט; ער מיינט נישט דאס אז די וועלט זאל זיין אונטער אים, נאר ער מיינט עפעס אנדערש, זיין כוונה איז, טאמער וועט ער קענען טרעפן דעם קעניג מיט זיינע לייט, עיין שם.


עס איז דא אסאך צו דערציילן בנוגע די זאך ווען מוהרא"ש האט אנגעהויבן אנטון די קאלירטע בעקיטשעס; איין זאך קען איך דיר זאגן, מיר האבן נישט קיין השגה וואס האט זיך געטון אונטער די שיינע בעקיטשע, אונטער די קאלירטע בעקיטשע; דארט איז געליגן א צעבראכענע הארץ וואס מען קען נישט מסביר זיין! מוהרא"ש שרייבט א לשון אין די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות ה): "דֶער אֵייבֶּערְשְׁטֶער וֵוייסְט אוּן קֶען מַיין צֶעבְּרָאכְן הַארְץ וֶועלְכֶע אִיז צֶעבְּרָאכְן אוֹיף טוֹיזְנְטֶער שְׁטִיקְלֶעךְ, כְּחֶרֶס הַנִּשְׁבָּר"; פון אינדרויסן האט מען דאס נישט געזען, עס איז געווען א בחינה אזוי ווי ביים צדיק הרב הקדוש רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו.


מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע וויטעבסקער זכותו יגן עלינו איז שטענדיג געווען ביי זיך זייער צעבראכן אין הארצן, ער איז געווען ביי זיך צעריסן און צעשניטן, ביז זיין רבי דער הייליגער מגיד פון מעזריטש זכותו יגן עלינו האט אים געזאגט בזה הלשון: "מענדל מענדל, ווען דו גייסט אין גאס זאלסטו וויסן אז דו ביסט גרעסער פון יעדן איינעם"; מיט דעם אלעם האט דאס נישט געהאלפן, ער האט שטענדיג געשפירט ביי זיך אז ער איז גארנישט מיט נישט, פון אינדרויסן האט קיינער נישט געוויסט וואס דא גייט פאר, מען האט גערעדט אויף אים וכו'; ווייל ער איז געגאנגען אנגעטון מיט טייערע קליידער, רבי'שע קליידער, מען האט געטראכט אויף אים וואס מען האט געטראכט וכו'; אבער ער פאר זיך איז געווען גארנישט מיט גארנישט, ער האט זיך שטענדיג גע'חתמ'עט: "השפל באמת".


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז אסאך רעדן פון די זאך, מענטשן מיינען אז ווער עס גייט אנגעטון מיט צעריסענע קליידער, און די קאפ פאלט אים אויף די זייט - דער איז אן עניו, און דער וואס גייט מיט שיינע קליידער - דער איז א בעל גאוה; מוהרא"ש זאגט, דער רבי האט אונז מגלה געווען אז דאס איז בכלל נישט קיין ענוה, דאס איז חנופה (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצז): "כִּי בְּוַדַּאי אֵין זֶה מַעֲלַת הָעֲנָוָה לְהַרְאוֹת עַצְמוֹ בִּכְפִיפַת רֹאשׁ בְּדֶרֶךְ שְׁטוּת כְּאִלּוּ הוּא עָנָו, כִּי זֶה עֲנָוָה פְּסוּלָה, וְעִקַּר הָעֲנָוָה כְּשֶׁהִיא בְּחָכְמָה", ענוה איז בדעת, דאס איז נישט קיין זאך וואס מען זעט פון אינדרויסן, עיין שם.


העיקר בעט איך דיר זייער, לאז זיך נישט נארן, בזה העולם קען מען זיך זייער גוט אפנארן; וואס האט דאס מיט דיין עבודת השם - צי אין ברסלב מעג מען האבן א שיינע בעקיטשע אדער נישט? וואס האסטו געטון נעכטן? וואס האסטו געטון אייער נעכטן? האסט געלערנט מקרא, משנה, גמרא, מדרש און הלכה? האסט געדאווענט די דריי תפילות מיט מנין מיט כוונה? האסט זיך מתבודד געווען?


איך ענטפער דיר די נארישע קשיא נאר ווייל איך ווייס אז דאס האט נישט מיט דיר, דו אליינס האסט נישט געקענט אויסטראכטן אזא שאלה, דו האסט זיך אנגעטראפן מיט לצים, זיי האבן אין דיר אריינגעלייגט סם, דו ביסט אין א סכנה פון אפלאזן דיינע שיעורים, דיין חיזוק און דיין עבודת השם.


איך געדענק מיט יארן צוריק ווען דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב זיך דערוויסט פון הייליגן רבי'ן; איך האב אנגעהויבן לערנען די חיזוק פון מוהרא"ש, דער לעבן האט אנגעהויבן זיין א לעבעדיגע זאך - בין איך אריבער די אלע מניעות וואס דו גייסט אריבער, מען האט צו מיר גערעדט די זאכן, היתכן מוהרא"ש דאווענט מיט א שטענדער ביים מזרח וואנט, אין ברסלב איז דאס נישטא! היתכן מוהרא"ש גייט א בעקיטשע?! די אלע זאכן וואס דו גייסט אריבער, איך האב דעמאלט געטראכט 'איך האב געטראפן א איד וואס ברענגט מיך צום אייבערשטן - וועל איך אים נישט אפלאזן, זאל זיין וואס זאל זיין; איך דארף נישט ברסלב, איך דארף נישט זקנים, איך דארף נישט קיינעם, איך דארף דעם איד וואס קען מיר צוקלעבן צום אייבערשטן, דער איד וואס קען מיר צוקלעבן צו די תורה און מיר געבן שלום בית'.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט זיין פארנומען מיט די קטנות, מיר זאלן פאלגן דעם רבי'ן - וועלן מיר זוכה זיין צו די גרעסטע מדריגה, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פוס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פוס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - ווי אזוי קען איך משפיע זיין פאר אנדערע אידן?
הפצה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער איבערגענומען אז איך האב שוין ענדליך די זכי' און געלעגנהייט צו שרייבן צום ערשטן מאל צום ראש ישיבה שליט"א, נאכדעם וואס איך האב שוין אויסגעהערט זייער אסאך שיעורים, און זיך ברוך ה' אנגעזאפט מיט פשוטע אמונה.


מיין שאלה איז אזוי, איך בין נישט קיין ברסלב'ער חסיד, איך שפיר אבער אז איך האב א ווארעמקייט אין מיר צום באשעפער, און איך האב שטארק חשק דאס ארויסצוגעבן פאר נאך אידן, משפיע צו זיין פון מיין ווארעמקייט פאר אידישע קינדער, זאל עס זיין פארצולערנען א שיעור אין גמרא אדער משניות, צו מאכן א פארברענג, און דאס גלייכן.


אסאך מאל שפיר איך ממש ווי איך גיי אויס צו קענען משפיע זיין אויף אנדערע, איך זע אבער נישט קיין וועג ווי אזוי איך קען אנקומען צו דעם, אפשר האט איר פאר מיר אן עצה?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

 


בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי-קדושים, ב' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דו ווילסט באמת העלפן אנדערע זאלסטו גיין הפצה, פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן; נעם ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים און גיי דערמיט אין הייזער, אין שול'ן און אין כוללים, דאס איז א תיקון פאר אלע הארבע עבירות וואס מען דארף מתקן זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות, אות ניאוף, סימן מא): "תִּקּוּן לְהוֹצָאַת זֶרַע לְבַטָּלָה - שֶׁיִּשְׁתַּדֵּל לְהַחֲזִיר בְּנֵי אָדָם בִּתְשׁוּבָה", ווער עס דארף מתקן זיין די עבירות פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, זאל צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן און צו די תורה; עס איז נישט דא קיין גרעסערע זאך וואס א מענטש קען טון צו פאררעכטן וואס ער האט פוגם געווען, ווי ער זאל עוסק זיין אין הפצה.


דו שרייבסט אז דו שפירסט ווי דו גייסט ממש אויס צו משפיע זיין פאר אנדערע, זאלסטו גיין הפצה; דאס וועט דיר געבן א געפיל ווי דו ראטעוועסט מענטשן, דו וועסט האבן א חלק אין די גאולה שלימה וואס וועט קומען בזכות די וואס פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן, וואס אנטפלעקט פאר יעדן די רחמנות פונעם אייבערשטן וואס ער האט צו יעדן איד, אפילו ווי ווייט מען איז אוועק געפאלן קען מען נאך אלץ צוריק קומען צום אייבערשטן.


דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן איז זייער חשוב אין הימל, אזוי ווי דער הייליגער זוהר זאגט (תרומה קכח): "תָּא חֲזִי", קום און זע, "כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; "גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ, וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון - נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - איז דא א ממלא מקום וואס האט איבערגענומען מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, מנהיגים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, איך שפיר די רחמנות פונעם ראש ישיבה אויף מיר, מיר צו העלפן גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אין א בריוו זיך צו דערווייטערן פון לצים וואס רעדן אויפ'ן צדיק. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים", איך בין אבער אביסל צעמישט אין דעם ענין פון צדיק, אויב דער ראש ישיבה קען מיר דאס אויסקלארן.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט אונז געפירט אויפ'ן ריכטיגן וועג, אונז געלערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און אונז מחי' געווען אויף יעדע טריט און שריט. ליידער האבן מיר פארלוירן דעם גרויסן צדיק, ער האט אונז איבערגעלאזט אליין, אבער ער האט אונז אויך איבערגעלאזט זיינע ספרים מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין אויף ווייטער, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


מוהרא"ש זי"ע האט נישט געשטעלט א ממלא מקום וואס זאל אים איבערנעמען נאך זיין הסתלקות, ער האט קלאר געזאגט און געשריבן אז ער שטעלט נישט קיין ממלא מקום נאך זיך. למעשה זענען אבער יא דא עטליכע משפיעים אין היכל הקודש וואס שטעלן זיך ארויס ווייטער איבערצוגעבן מוהרא"ש'ס לימודים. ווי אזוי ארבעט דאס?


איך וויל נאר זיין ערליך און וואויל, איך וויל נאר טון וואס ס'איז ריכטיג, אבער איך בין זייער צעמישט אין דעם, פון איין זייט קען מען אפשר מקבל זיין פון די משפיעים אין היכל הקודש, אבער פון די אנדערע זייט הער איך שטארקע טענות קעגן זיי אז מוהרא"ש האט דאך קלאר געזאגט אז ער האט נישט געשטעלט קיין ממלא מקום.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, איך וויל נאר וויסן דעם אמת, און מיין גאנצע אידישקייט ווענדט זיך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער זאגט בכלל די זאך פון פארטרעטן מוהרא"ש? איך האב נישט געהערט קיינעם פון תלמידי היכל הקודש זאלן זאגן אויף איינעם אז דער און דער פארטרעט מוהרא"ש, ווער זאגט בכלל אזא זאך? קיינער זאגט נישט אז איינער פארטרעט מוהרא"ש.


מען קען נישט פארטרעטן מוהרא"ש, נישט שייך צו פארטרעטן; עס איז אזוי ווי קינדער וואס פארלירן א טאטע אדער מאמע לא עלינו, איז דען שייך צו נעמען א צווייטן זאל זיין זייער טאטע אדער מאמע? א טאטע מאמע קען מען נישט פארטרעטן; אזוי אויך א רבי, א צדיק - קען מען נישט פארטרעטן.


אבער דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב מען וועט לאזן די קינדער, די יתומים, אויף הפקר - וועלן זיי זיין אין א סכנה, מען דארף זיך אומקוקן אויף די קינדער; וואס טוט מען? מען ברענגט זיי א כמו טאטע, איינער זאל זיך פארענען מיט זיי ביז זיי וועלן אויפוואקסן; וויל איך דיך פרעגן, וועט איינער קומען פארהאלטן די קינדער און זיי טשעפען: "דער מענטש אז דאך נישט דיין טאטע, פארוואס הערסטו אים צו?" "די פרוי איז נישט דיין מאמע, פארוואס הערסטו איר צו?" וואס וועסטו זאגן אויף יענעם?


יעצט וויל איך דיך פרעגן, אז מענטשן שפירן זיך ווי יתומים, זיי דארפן א כמו טאטע, א כמו מאמע, איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי מחי' זיין, אריינבלאזן א חיות אין זייער נשמה; ווי קומט מען שפעטן און זאגן: "מוהרא"ש האט נישט געשטעלט א ממלא מקום!" ווער זאגט דא אז מיר נעמען א ממלא מקום? מוהרא"ש לאזט נישט נעמען אן ערליכער איד פאר א וועג ווייזער?! מען טאר נישט נעמען א מורה דרך זאל מחי' זיין און מחזק זיין?!


אינטערעסאנט, די איין שורה פון די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "אני לא מיניתי את אף אחד להיות מנהיג במקומי" - דאס איז דיר מבלבל, און וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם גאנצן בריוו, פארדעם און נאכדעם - דאס זעסטו נישט? און דאס וואס מוהרא"ש שרייבט צענדליגער טויזנטער בריוו פאר אנשי שלומינו מען זאל זוכן צווישן אנשי שלומינו איינער וואס קען מחזק זיין, איינער וואס קען אריינשיינען א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו לערנען, איינער וואס וועט דיר עפענען דיין מויל זאלסט קענען רעדן צום אייבערשטן - דאס איז נישט שייך היינט? דאס איז נאר געווען שייך ווען מוהרא"ש האט געלעבט?!


מוהרא"ש האט טאקע נישט געשטעלט קיין ממלא מקום, אבער מוהרא"ש האט איבערגעלאזט ספרים וואס זאגן אונז און לערנען אונז ווי אזוי זיך צו פירן. לאמיר אריינקוקן אין די ספרים וואס לערנען אונז, מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל מיר זאלן זוכן צווישן אנשי שלומינו ווער עס קען אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן, מיר זאלן זוכן און נישטערן ווער עס קען אונז אריינבלאזן א חיות, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן; זאלן זיך געפונען אין היכל הקודש מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ערליכע אידן וואס זענען מחזק אידישע קינדער?


דאס איז דאך געווען די טענה אלע יארן אויף תלמידי היכל הקודש, מען האט געשריגן אויף אונז: "מיר דארפן נאר דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט קיינעם זאל אונז זאגן, מיר נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן"; מיט דעם האבן מיר נישט געקוקט אויף די מתנגדים, מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין פון מוהרא"ש דעם רבינ'ס לימודים; יעצט איז דא וואס זינגען דעם פארפוילטן ליד אין היכל הקודש?!


אז איינעם איז גענוג די ספרים פון רבי'ן דארף מען פארדעם פיינט האבן אנדערע וואס דארפן יא חיזוק און אז מען זאל זיי מדריך זיין וכו' וכו'?! פארוואס זאל מען חוזק מאכן פון תלמידי היכל הקודש וואס זענען מחזק אנדערע? פארוואס פיינט האבן ערליכע אידן? אז מען קען נישט ליידן ערליכע אידן איז א סימן מען איז ווייט פונעם אמת.


וואס ביסטו זיך מבלבל פון אנדערע, פארוואס זאלסטו זיך שטערן פון אנדערע? מוהרא"ש האט אונז געלערנט מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל קוקן אויף זיך, מען זאל רחמנות האבן אויף זיך; אז מען דריידט זיך אין א פלאץ זאל מען קוקן אין די האנט: 'וואס באקום איך דא?' אז מען זעט מען ווערט נענטער צום אייבערשטן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען איז זיך מתבודד און מען לעבט מיט תכלית - איז גוט, און אז נישט זאל מען זוכן א צווייטע פלאץ וואו מען איז מעורר אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - קענט איר אביסל דערציילן וואס איר האט מקבל געווען פון מוהרא"ש?
התחזקות, שלום בית, חיזוק פאר מיידלעך, סיפורי צדיקים, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, מחלוקת, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, אמונה, ספרי ברסלב, אשר בנחל, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, שלום, תשובה, הפצה, דרשות, בחור, עצתו אמונה, ראש ישיבה, התנגדות, סדר דרך הלימוד, רעדן, תעניתים, זיכוי הרבים, בריוו, משיח, מנהיגים, סיפור התקרבות, מגילת סתרים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף שרייב איך יעצט א ספר איבער מוהרא"ש, און איך פרוביר צו רעדן צו די חשובע תלמידים פון מוהרא"ש צו הערן און פארשטיין אביסל וואס מוהרא"ש האט אלץ אויפגעטון און געטון פאר אונז. איך וויל בעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען מיר געבן אביסל צייט, און מיר איבערגעבן וואס דער ראש ישיבה האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע.


א.    ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל, און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


ב.    וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חייתו?


ג.      עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


ד.     דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


ה.    דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


ו.      וואס איז דא אין ברסלב, אז עס ציעט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


ז.      חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה דעם געבענטשטן טויש וואס האט פאסירט?


א גרויסן יישר כח פון פאראויס

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת מצורע, ד' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועל איך פרובירן צו ענטפערן אויף אלע אייערע פראגעס.


ווי אזוי איז דער ראש ישיבה געווארן מקורב צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש בפרט; אויב דער ראש ישיבה קען דערציילן זיין סיפור התקרבות.


דאס וואס איר פרעגט ווי אזוי דער ראש ישיבה איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן בכלל און צו מוהרא"ש זכרונו לברכה בפרט, און אויב איך קען אייך דערציילן מיין סיפור התקרבות; וואס זאל איך אייך זאגן, דאס איז א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט און מיך מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, א מתנת חנם פונעם אייבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער רבי נתן האט געזאגט: "'אתה יודע רזי עולם', דער אייבערשטער ווייסט דער סוד פארוואס איך ווייס פון אזא רבי און א צווייטער נישט".


איר בעט מיר איך זאל אייך שרייבן מיין סיפור התקרבות; עס איז א לאנגע סיפור, איך וועל אייך שרייבן אויפ'ן שפיץ גאפל.


געלויבט דעם אייבערשטן איך האב זייער טייערע עלטערן, איך קום מיין לעבן פאר מיינע עלטערן, זיי זענען ספעציעלע מענטשן, מיין טאטע שליט"א - זיין גאנצע לעבן איז נאר לערנען די הייליגע תורה און דינען דעם אייבערשטן, אזוי אויך מיין מאמע תחי' - איר גאנצע לעבן איז אמונה, תפילה און שמחה. איך האב אלע יארן זייער שטארק געוואלט זיין אן ערליכער איד, איך האב געזוכט א וועג ווי אזוי צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. איך האב זוכה געווען אויפצואוואקסן ביי מיין זיידע, הגאון הצדיק רבי יחזקאל רוטה זכרונו לברכה, איך האב אים משמש געווען אסאך יארן בייטאג און ביינאכט, איך האב געזען זיין עבודה, זיינע תעניתים, זיינע סיגופים, ווי ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט מסירות נפש, ער איז נישט געשלאפן אין בעט קיין איין נאכט, ער איז געזיצן און געלערנט יומם ולילה, געזיצן א גאנצן טאג מעוטר בטלית ותפילין, געלאפן אין מקוה צענדליגער מאל א טאג.


איך האב געזען זיינע עבודות און איך האב פארשטאנען אז א צדיק קען מען נאר ווערן דורך די שווערע עבודות, דורך פאסטן, סיגופים און אזוי ווייטער, איך האב דאס פרובירט נאך צו טון, עס איז מיר אבער נישט געגאנגען. מיר האט דאס זייער וויי געטון, איך האב פרובירט צו לערנען, דאווענען און טון רצון השם, איך האב אבער געשפירט א חסרון אין מיין עבודות השם, איך האב געשפירט ווי עפעס פעלט מיר; אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם רב און בן יחיד (ספורי מעשיות, מעשה ח), דער בן יחיד האט געשפירט אז עפעס פעלט אים אין לעבן.


ביז דער אייבערשטער האט אויף מיר רחמנות געהאט, איך האב געפונען א קליין ספר, ספר אשר בנחל חלק כז, און עס האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט. איך האב אנגעהויבן שפירן אז עס איז דא א וועג צו ווערן אן ערליכער איד - דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך שמועסן מיט'ן אייבערשטן; מען קען זיין דא אויף די וועלט, מען קען עסן, שלאפן, זיין א מענטש צווישן מענטשן, און זיין דבוק צום אייבערשטן; דורך רעדן צום אייבערשטן, דורך התבודדות ותפילה - ווערט דער מח צוגעקלעבט צום אייבערשטן.


***


וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות האט דער ראש ישיבה מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו?


אויף אייער פראגע, וועלכע ספעציעלע זאכן און הדרכות איך האב מקבל געווען פון מוהרא"ש בחיים חיותו; עס איז שווער אראפצושרייבן אין איין בריוו אלע שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש, איך וועל אייך שרייבן דריי שיינע זאכן וואס איך האב זוכה געווען צו הערן פון מוהרא"ש; דריי וויכטיגע יסודות וואס האט געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


ערשטנס א וועג ווי אזוי צו לערנען און ענדיגן כל התורה כולה; מוהרא"ש האט אונז געלערנט א "סדר דרך הלימוד" פאר יעדן איינציגסטן מענטש צו קענען לערנען און ענדיגן כל התורה כולה, אפילו מען פארשטייט נישט ביים אנהויב וואס מען לערנט - זאל מען זיך נישט אפשטעלן, נאר ווייטער לערנען; מען זאל זאגן די ווערטער פון די תורה אפילו בלא הבנה כלל. מען זאל פרובירן זיך קאנצעטרירן צו פארשטיין וואס מען לערנט; אז מען פארשטייט איז גוט, און אז מען פארשטייט נישט - זאל מען ווייטער גיין, ווייטער זאגן די ווערטער, זיך נישט אפשטעלן; מען זאל לערנען און לערנען ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו).


*


צווייטנס האב איך געהערט פון מוהרא"ש די זאך פון התבודדות; ווי די גאנצע לעבן טוישט זיך צום גוטנס ווען מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן כידבר איש אל רעהו, דאס איז ביי מיר געווען די שטערקסטע זאך וואס איך האב באקומען פון מוהרא"ש.


אפילו איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב פון אמונה, אלע ווייסן פון תפילה, מיינע עלטערן זענען זייער ערליכע אידן, אבער אויף לעובדא ולמעשה, איך זאל אנהויבן לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיין צוגעקלעבט צום אייבערשטן - האב איך באקומען ביי מוהרא"ש; קענען שמועסן מיט'ן אייבערשטן, רעדן צו אים אזוי ווי מען רעדט מיט א גוטער פריינט.


*


דריטנס האב איך מקבל געווען פון מוהרא"ש אכטונג צו געבן אויף מיין ווייב תחי'. איידער מיין התקרבות האב איך געמיינט אז שלום בית איז א שיינע זאך צו האבן, איך האב דאס נישט אגעקוקט ווי א זאך וואס האט מיט עבודת השם. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געלערנט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם, צו זיין אן ערליכער איד; מען מוז רעדן שיין אין שטוב, מען מוז רעדן שיין צו די ווייב, קיינמאל זיך נישט טענה'ען מיט איר; נאר אזוי קען מען האבן א ריינע מח מחשבה און ווערן א גרויסער צדיק.


*


איך האב גארנישט באקומען עפעס ספעציעל מער פון אנדערע; מוהרא"ש האט איבערגעלאזט פאר יעדן איינעם ספרים אן א שיעור און טויזנטער בריוו, חיזוק און עצות ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים, אראפגעברענגט פאר אונזערע קליינע פארשמירטע מוחות, מיר זאלן אויך האבן אן השגה און פארשטיין דעם רבינ'ס עצות.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר גארנישט ספעציעל געזאגט; איך האב געהאט די זכי' פאר צען יאר יעדע וואך ליל שישי נאכן שיעור אריינצוגיין צו מוהרא"ש זכרונו לברכה אל הקודש פנימה, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר לענגער ווי מיט אנדערע, מוהרא"ש פלעגט רעדן מיט מיר אסאך מאל א שעה אדער מער; די חברים פלעגן מיר פרעגן: "וואס האט מוהרא"ש גערעדט? וואס האט מוהרא"ש דערציילט?" איך פלעג זיי זאגן: "מוהרא"ש האט גארנישט דערציילט עפעס סודות וואס נאר איך מעג וויסן און אנדערע נישט, מוהרא"ש האט מיט מיר געשמועסט וואס עס שטייט אין די בריוו"; זאכן וואס איז נוגע צו פירן א ישיבה, א חדר, א בית חנוך לבנות, ווי אזוי צו פירן אינגעלייט וכו', פון סדר דרך הלימוד און פון די זיסע עצות פון רבי'ן. אסאך מאל איז געווען פרטיות'דיגע שאלות ווי אזוי זיך צו פירן מיט די תלמידים, אדער ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די מחלוקות וואס איז געווען קעגן מיר; אלעס שטייט געשריבן אין די ספרים און קונטרסים, ווער עס וועט לערנען די ספרים וועט אלעס זען.


מוהרא"ש זכרונו לברכה דערציילט וועגן דעם ספר מגילת סתרים (ספר פעלת הצדיק, סימן תרח) דער רבי האט דערציילט פאר רבי נתן און רבי נפתלי אלעס וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, רבי נתן האט דאס אפגעשריבן אין ראשי תיבות און דאס איבערגעגעבן פאר רבי נחמן טולטשינער זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר זיין זון, דער גרויסער צדיק רבי אברהם זכרונו לברכה, ער האט דאס איבערגעגעבן פאר רבי לוי יצחק בענדער זכרונו לברכה און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה. אלע פרעגן 'פארוועם האט דאס מוהרא"ש איבערגעגעבן?' דער ענטפער איז: מוהרא"ש האט דאס אריינגעלייגט אין ספר אשר בנחל, ווער עס לערנט דעם ספר קען זען און פארשטיין וואס וועט זיין דער גאנצער סדר ביז משיח וועט קומען, אמן ואמן.


***


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, ווי אזוי קען מען אבער ארויסברענגען די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה?


אויף אייער פראגע, עס זענען דא אסאך צדיקים אויף דער וועלט, וואס זענען אבער די ספעציעלע מעלות און אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש אלס פערזענליכקייט; מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "איך וואלט ווען געקענט נעמען די עצות, חיזוק און שכל פון רבי'ן און לעבן מיט דעם פאר מיר אליינס, זיך איינשפארן אין א ספרים צימער, לערנען א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט, און זיין דבוק צום אייבערשטן מיט די גרעסטע מאס דביקות"; דאס ווייסטו, אז מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט ספרים, מוהרא"ש פלעגט זאגן: "יעדער מענטש האט זיינע תאוות, מיין תאוה איז ספרים"; יעדע ספר וואס איז ארויס לאור עולם האט מען געברענגט פאר מוהרא"ש, מוהרא"ש האט געהאט אנגעגרייט מענטשן פאר דעם, זיי זענען געווען ממונה צו גיין יעדן טאג אין די ספרים געשעפטן אויפזוכן פאר אים נייע ספרים, זיי האבן געברענגט יעדע ספר וואס איז ארויסגעקומען פאר מוהרא"ש זכרונו לברכה.


מוהרא"ש זכרונו לברכה וואלט ווען געקענט פארשפארן זיין טיר און זיין פארנומען א גאנץ לעבן מיט לערנען און דאווענען, מוהרא"ש האט אבער אנדערש געטון, ער האט אלעס אוועקגעלייגט, ער האט עוסק געווען זיין גאנץ לעבן מיט אידישע קינדער, זיי ברענגען צום אייבערשטן, זיי ווייזן די רחמנות פונעם אייבערשטן; ער האט זיך פארשמירט מיט בלאטע צו העלפן אידישע קינדער.


מיר געפונען, דוד המלך האט געזאגט (ברכות ד.): "וַאֲנִי יָדַי מְלוּכְלָכוֹת בְּדָּם", מיינע הענט זענען פארשמירט צו מטהר זיין אידישע קינדער; דאס האט מוהרא"ש זכרונו לברכה געטון, ער האט זיך אוועקגעגעבן זיין גאנץ לעבן פאר אידישע קינדער; אלע האבן געלאכט פון אים, אלע האבן געשפעט פון אים; עד היום וועסטו הערן מענטשן רעדן קעגן דעם צדיק.


מוהרא"ש האט קיינעם נישט שלעכטס געטון, ער האט סך הכל געשריבן ספרים און קונטרסים פון נושאים וואס קיינער וויל נישט רעדן פון דעם, מחזק זיין בחורים און מיידלעך זיי זאלן נישט אויפגעבן אפילו זיי זענען אראפגעפאלן אין פגם הברית, זיי זענען נכשל געווארן אין די הארבע עבירה רחמנא לצלן; זאלן זיי נישט טראכטן אז זיי זענען דערנאך, זיי זאלן וויסן אז דער אייבערשטער נעמט אן זייער תשובה; אויב זיי וועלן זיך מתבודד זיין, זיי וועלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן און שרייען צו אים: "הייליגער באשעפער איך וויל זיך צוריקקערן צו דיר, זיי מיר מוחל אויף מיינע עבירות; איך זאג דיר צו איך גיי שוין זיין גוט, איך גיי זיין ערליך" - נעמט דער אייבערשטער זיי אן.


עס דרייען זיך ארום טויזנטער און צענדליגער טויזנטער בחורים און מיידלעך פארלוירן, צעבראכן, אליינס; קיינער ווייסט נישט זייער צער וואס זיי גייען אריבער, נאר דער אייבערשטער ווייסט און זעט זייער הארץ, זיי ווילן אזוי שטארק זיין גוט, זיי ווילן זיין אפגעהיטן אבער זיי קענען נישט, זיי פאלן אין שאול תחתיות, זיי זענען אבער נישט שולדיג; צו זיי איז מוהרא"ש געקומען און זיי מחזק געווען, מוהרא"ש זכרונו לברכה האט זיי געשריבן טויזנטער בריוו זיי זאלן נישט אויפגעבן, זיי זאלן זיך אויס'טענה'ען מיט'ן אייבערשטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט געזאגט כמה פעמים און דאס געשריבן, ווען ער וועט ארויפקומען אויבן אין הימל וועט ער זיך אננעמען פאר בחורים און מיידלעך, ער וועט איבערדרייען דעם בית דין של מעלה, ער וועט טענה'ען פאר די אלע וואס מען האט אראפגעווארפן אין פגם הברית, ער וועט זאגן פאר די מקטריגים זיי זאלן אראפקומען זיין דא אויף דער וועלט, וועלן זיי זען אז עס איז נישט מעגליך צו זיין אפגעהיטן נאר אז מען האט חתונה; ווילאנג מען איז א פלג גוף - איז מען אין א סכנה.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לערנען, עס האט געברענט אין אים אויסצולערנען פאר אלעמען אז עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם ווי אזוי צו לערנען און ווערן א גרויסער צדיק.


מוהרא"ש האט געדרוקט און פארשפרייט דעם "סדר דרך הלימוד" פון הייליגן רבי'ן, א וועג צו לערנען אפילו מען פארשטייט נישט, דורך זאגן בלויז די ווערטער פון תורה.


פרעגט נישט; מען האט חוזק געמאכט, מען האט געשפעט; עד היום שפעט מען פון דעם "סדר דרך הלימוד", אפילו אין ברסלב וואס זיי וואלטן ווען געדארפט זיין די ערשטע דאס צו טון, דאס איז דאך נישט מוהרא"ש'ס אייגענע אויסגעטראכטע וועג, דאס איז די וועג פון הייליגן רבי'ן, קוק אריין אין שיחות הר"ן סימן עו באריכות, וואו עס שטייט אז מען דארף נישט ביים לערנען נאר זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין, וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם לֹא יָבִין אַחַר כָּךְ מַה בְּכָךְ? וְכוּ'" זיי האבן אפגע'חוזק'ט.


פון די אנדערע זייט האבן טויזנטער מענטשן באקומען א וועג צו לערנען. מוהרא"ש האט גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד ביי יעדע שיעור, ער האט זיך געבעטן ביי אונז: "הויבט אן זאגן משניות", "הויבט אן זאגן גמרא", "זוכט נישט צו פארשטיין, ביים סוף וועט איר פארשטיין", עס האט געקענט אויסקוקן ווי איינער בעט זיך מען זאל אים א טובה טון, אזוי פלעגט מוהרא"ש אונז בעטן; ער האט זיך געבעטן מיר זאלן דאס אננעמען פאר אונזער אייגענע טובה, מיר זאלן זיך נישט דארפן שעמען ווען מען וועט אונז פרעגן די שווערע פראגע (תנא דבי אליהו רבה, א): "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִקְרָא שֶׁקָרִיתָ", הויב אן זאגן מקרא וואס דו האסט געלערנט, "עֲמוֹד וַעֲרוֹךְ מִשְׁנָה שֶׁשָׁנִיתָ", הויב אן זאגן משניות וואס דו האסט געלערנט; קיינער טראכט נישט פון די שאלה, מען טראכט נאר פון זאכן פון די וועלט; דער צדיק האט רחמנות אויף אונז, ער טראכט וואס וועט זיין אויבן אין הימל ווען מען וועט פרעגן 'וואס האסטו געלערנט?' ווי גרויס וועט זיין די בושה, ווי גרויס וועט זיין די שאנד; מען וועט זיך נישט וויסן וואו אהין צו טון.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו זיין דבוק צום אייבערשטן, עס האט געברענט אין אים דאס אויסצולערנען פאר אלעמען, עס איז דא א וועג פאר יעדן איינעם צו זיין דבוק צום אייבערשטן און ווערן א גרויסער צדיק. ער האט געשריבן אזויפיל בריוו פון אלע סארט זאכן און אלעס קומט צוריק צום זעלבן מכוון, אלע בריוו ענדיגט זיך מיט איין עצה: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "שמועס זיך אויס מיט'ן אייבערשטן"; נישט קיין חילוק ווער דו ביסט, וואס דו טוסט, ווי אזוי דו פירסט זיך - דערצייל אלעס דעם אייבערשטן, דערצייל אים ווי שווער עס איז דיר, דערצייל אים ווי דער יצר הרע ווארפט דיר אראפ איין מאל און נאכאמאל; דאס רעדן צום אייבערשטן ברענגט דביקות בשם.


*


עס זענען דא אסאך צדיקים אויף די וועלט, אבער די ספעציעלע אייגנארטיגקייט פון מוהרא"ש איז געווען, אז אים איז נישט גענוג געווען אז ער ווייסט א וועג ווי אזוי צו לעבן א חיים טובים, זיך אויסקומען מיט מענטשן, מיט עלטערן, ווייב און קינדער; עס איז אים געגאנגען אין לעבן דאס אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט.


*


דאס איז א קליינע ברעקעלע השגה וואס מיר קענען זאגן, וואס מיר פארשטייען און מיר זעען - וואס דער צדיק איז געווען.


***


דער ראש ישיבה איז זוכה מחזק צו זיין אזויפיל אידישע קינדער מיט די הערליכע דרשות, ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין?


אויף אייער פראגע ווען און ווי אזוי האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן מיט די זיכוי הרבים, איבערצוגעבן די לימודים פאר אנדערע אידן און זיי מחזק זיין; מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר געזאגט איך זאל עפענען די ישיבה, רעדן צו די בחורים פון סדר דרך הלימוד און פון די עצות פון רבי'ן. מיט די צייט האבן די בחורים אנגעהויבן אפצוכאפן די דרשות און דאס ארויסגעגעבן פאר אנדערע בחורים, עס האט זיך אנגעהויבן א התעוררות אין אנדערע ישיבות, בחורים האבן זיך צוגעכאפט צום "סדר דרך הלימוד", שפעטער זענען געקומען אינגעלייט פון ארץ ישראל, זיי האבן אנגעהויבן מתרגם זיין די דרשות פאר די וואס פארשטייען נישט אידיש זיי זאלן אויך פארשטיין, נאכדעם זענען געקומען וואס זענען מתרגם אויף ענגליש און אויף ספאניש; עס וועט נאך זיין אויף אלע שפראכן.


*


יארן צוריק ווען עס האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה האט מוהרא"ש מיר געזאגט איך זאל געבן שיעורים פאר חתנים און אברכים, דעמאלט פלעגט זיין שיעורים נישט באופן קבוע, נאר שטילערהייט פאר תלמידי הישיבה, מוהרא"ש האט דעמאלט געלעבט איז דאס געווען אויף א קליינעם פארנעם.


שפעטער ווען מוהרא"ש איז נסתלק געווארן בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין די רעבעצין עליה השלום, זי האט מיר זייער ליב געהאט; זי האט זיך זייער צואוויינט, זי האט מיר דעמאלט געזאגט א ווארט וואס איז מיר זייער אריין אין מיינע ביינער, דאס האט געטוישט מיין מהלך מחשבה, פון דעמאלט האב איך אנגעהויבן מיט שיעורים און דרשות באופן קבוע.


די רעבעצין האט מיר דעמאלט געזאגט א זאך וואס זי האט קיינעם נישט געזאגט, זי האט מיר געזאגט מיט בכיות נוראות: "וואס זאל איך טון, איך האב נישט געהאט די שכל, איך האב נישט געפאלגט מוהרא"ש"; איר ווייסט דאך זיכער, ווען די רעבעצין האט באקומען די שרעקליכע מחלה לא עלינו ולא עליכם האט מוהרא"ש זיך געבעטן ביי איר, ביי די קינדער און אייניקלעך אז מען זאל איר נישט געבן די שארפע קימא טערעפי, מוהרא"ש האט געזאגט: "אויב מען וועט געבן פאר מיין ווייב די שארפע מעדעצין וועל איך אוועקגיין נאך פאר איר פון די וועלט, און נאכדעם וועט זי אוועק גיין פון די וועלט, און אויב וועט זי נישט נעמען קיין מעדעצין וועט זי זיין געזונט און שטארק און איך וועל אויך בלייבן לעבן"; זיי האבן זיך אלע אויסגעלאכט, זיי האבן נישט געהאט קיין אמונת חכמים, זיי האבן גערופן דאקטורים מיט רבנים זאלן פארדרייען דעם קאפ.


למעשה האט זיך מוהרא"ש געהאלטן פעסט, און ווער עס איז אריינגעקומען צו אים האט מוהרא"ש זיך געבעטן: "פאלגט מיר, געבט נישט מיין ווייב קיין טריטמענטס, נאר אזוי וועט זיין א ישועה"; למעשה האט מען נישט געפאלגט, מען האט אנגעהויבן געבן טריטמענטס פאר די רעבעצין, און אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט - אזוי איז געווען, מוהרא"ש איז קודם נסתלק געווארן.


דעמאלט בין איך געקומען מנחם זיין, האט זי געוויינט זייער ביטערליך צו מיר, זי האט מיר געזאגט: "פארוואס האב איך נישט געפאלגט? פארוואס האב איך זיך געהאלטן קלוגער?!" דעמאלט האט זי מיר געזאגט א ווארט וואס איז מיר אריין אין מיינע ביינער, זי האט מיר געזאגט: "אויב דו וועסט נישט צאמנעמען די אינגעלייט און די בחורים, זיי ווייטער מחזק זיין - וועט דיר מיין מאן האקן אויפ'ן קאפ מיט א שטעקן, איך ווארן דיר אויב דו וועסט לאזן צעפאלן די שיינע חבורה", זי האט עס געזאגט אין ענגליש און מיין ווייב האט מיר דאס איבערגעטייטשט; דאס האט מיר געמאכט איך זאל צאמנעמען די חברים און תלמידים, איך האב גענומען אלע אינגעלייט און זיי אנגעהויבן מחזק זיין ביתר שאת וביתר עוז.


***


דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה?


אויף אייער פראגע, דער ראש ישיבה איז מחזק און מקרב אזויפיל בחורים פון אלע סארט שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל, יעדער וויל הערן און מקבל זיין, וואס איז דער סוד פון די געוואלדיגע הצלחה; דער רבי זאגט אויס דעם סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין מען זאל אננעמען די דיבורים, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן כט): "לֹא כָּל דִּבּוּר נִקְרָא דִּבּוּר, כִּי דִּבּוּר שֶׁאֵינוֹ נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל אֵינוֹ נִקְרָא דִּבּוּר", ווען מען רעדט און קיינער הערט נישט אויס וואס מען רעדט - הייסט עס כאילו מען האט נישט גערעדט, נאר ווען מען הערט אויס וואס מען רעדט - דעמאלט איז א סימן אז דער מענטש רעדט, אזוי ווי עס שטייט (תהלים יט, ד) "אֵין אֹמֶר וְאֵין דְּבָרִים, בְּלִי נִשְׁמָע קוֹלָם", וואס איז די סוד מען זאל אויסהערן? "וְעִקַּר מַה שֶּׁנִּתְקַבֵּל הַדִּבּוּר, הוּא מֵחֲמַת הַטּוֹב שֶׁיֵּשׁ בּוֹ, כִּי טוֹב הַכֹּל חֲפֵצִים", אלע האבן ליב צו הערן גוטע ווערטער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער, מען רעדט פאזעטיוו - הערט מען אויס די דיבורים, "וְעַל כֵּן כְּשֶׁיֵּשׁ טוֹב בְּהַדִּבּוּר, אֲזַי הַדִּבּוּר נִשְׁמָע וְנִתְקַבֵּל", דעריבער, ווען מען רעדט גוטע ווערטער וועלן אלע צוהערן וואס מען רעדט, "אֲבָל כְּשֶׁאֵין טוֹב בְּהַדִּבּוּר אֵינוֹ נִתְקַבֵּל", אבער אויב רעדט מען נישט קיין שיינע ווערטער - וועט מען דאס נישט אננעמען, "וְאֵיךְ עוֹשִֹין הַטּוֹב בְּהַדִּבּוּר?" ווי אזוי קען א מענטש זוכה זיין צו רעדן פאזעטיוו, צו רעדן איינגענעמע ווערטער, מענטשן זאלן אים אויסהערן און אננעמען וואס ער זאגט? "הוּא עַל יְדֵי שֶׁלּוֹקְחִין הַדִּבּוּר מֵהַדַּעַת, אֲזַי יֵשׁ בּוֹ טוֹב, אֲבָל כְּשֶׁהַדִּבּוּר בְּלֹא דַּעַת, אֲזַי אֵין בּוֹ טוֹב", אז מען רעדט מיט שכל; ווען מען רעדט שכל'דיגע ווערטער - דעמאלט איז דא גוטס אין די ווערטער און אלע נעמען דאס אן, אבער אז נישט - זענען די ווערטער נישט גוט, "וּלְהָקִים וּלְרוֹמֵם אֶת הַדַּעַת הוּא עַל יְדֵי שֶׁבַח הַצַּדִּיקִים, כְּשֶׁמְּשַׁבְּחִין וּמְפָאֲרִין אֶת הַצַּדִּיקִים, עַל יְדֵי זֶה נִתְרוֹמֵם הַדַּעַת", און דער רבי ענדיגט: ווי אזוי קומט מען צו האבן שכל? אז מען רעדט פון דאס גרויסקייט פון צדיקים.


דאס איז דער סוד ווי אזוי מען קען מצליח זיין ווען מען רעדט צו מענטשן, בפרט צו בני הנעורים - זיי זאלן אננעמען די דיבורים. אז מען רעדט פון צדיקים, מען רעדט התחזקות, מען ווייזט די רחמנות וואס דער אייבערשטער האט צו אידישע קינדער, דער אייבערשטער ווארט מען זאל זיך צוריקקערן צו אים, נישט קיין חילוק ווי ווייט דער מענטש זאל זיין איינגעזינקען אין טומאה קען ער זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - די דיבורים איז נתקבל על הלב, מען רעדט פאזיטיוו, מען ווייזט די רחמנות פונעם אייבערשטן - דאס האבן מענטשן ליב צו הערן.


***


וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור?


אויף אייער פראגע וואס איז דא אין ברסלב אז עס ציט צו זיך אזויפיל אידן? מיט וואס האט ברסלב'ע חסידות אן ענטפער און עצה פאר די פילע פראבלעמען און ספיקות וואס מוטשעט דעם היינטיגן דור; דאס וואס מיר האבן פריער גערעדט - דאס איז די סיבה פארוואס מענטשן ציען זיך צום הייליגן רבינ'ס ווערטער, דער רבי געבט חיזוק, דער רבי לאזט נישט פאלן, די חיזוק וואס מען באקומט ביים רבי'ן - געפונט מען נישט ערגעץ אנדערש, דער רבי לאזט זיך אראפ צו די נידריגסטע מענטש און ווייזט א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


וויסן זאלט איר, מענטשן זענען היינט זייער צעבראכן, מענטשן זענען זייער דורשטעריג פאר חיזוק, אידישע קינדער בענקען זיך זייער צום אייבערשטן, הַכֹּל חֲפֵצִים לְיִרְאָה אֶת שְׁמֶךָ (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עג) מיט א שטארקע בענקשאפט וואס איז נאך קיינמאל נישט געווען; פון די אנדערע זייט זענען די נסיונות היינט זייער שטארק, מענטשן פאלן זייער גרינג אראפ און דאס צעברעכט זייער שטארק, מען שפירט אז מען איז שוין פארפאלן; ביז מען הערט דעם קול פון רבי'ן (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל, קַיין יִאוּשׁ אִיז גָאר נִיט פַאר הַאנְדִין"; נישטא קיין ייאוש! יעדער איינער קען ווערן א גרויסער צדיק, דארפסט נאר שרייען צום אייבערשטן, אים בעטן ער זאל רחמנות האבן אויף דיר, דיר מוחל זיין און דיך מקרב זיין צו אים.


דאס איז דער ענטפער פארוואס ברסלב ציט אזויפיל מענטשן, ווייל עס איז נישטא קיין מענטש, קיין משפחה - וואס דארף נישט קיין חיזוק.


***


חסידות ברסלב ווערט היינט זייער צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; וואס איז די סיבה פון דעם געבענטשטן טויש, וואס האט פאסירט?


אויף אייער פראגע פארוואס חסידות ברסלב ווערט היינט אזוי צעשפרייט און געעפנט אויף גאר א ברייטע פארנעם, קעגן וואס עס איז געווען פאר פופציג יאר צוריק; איך ווייס נישט וואס איז געווען פופציג יאר צוריק, איך האב געהערט פון מוהרא"ש זכרונו לברכה וואס איז געווען פופציג יאר צוריק; עס איז נישט געווען קיין מנין אידן וואס האבן געוויסט ווי אזוי מען זאגט ארויס דאס ווארט "ב-ר-ס-ל-ב", דורך הפצה האט מוהרא"ש אריינגעברענגט דעם הייליגן רבי'ן אין די גאנצע וועלט, נישטא קיין מענטש וואס זאל נישט וויסן פון רבי'ן און נישט נעמען חיזוק פון רבי'ן; אפילו די מתנגדים לעבן אויך פון רבי'ן, זיי ווייסן נישט; זיי מיינען אז זיי האבן חיזוק פון דעם און יענעם, זיי ווייסן נישט אז דער בעל דרשן פון וועם זיי נעמען חיזוק - ער נעמט חיזוק פון רבי'ן.


*


מיר שטייען שוין נענטער צו ווערן אויסגעלייזט. מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט (פעלת הצדיק, סימן תתלו הערה צ) מען האט געפרעגט רבי נפתלי ער זאל ארויסגעבן עפעס סודות פון מגילת סתרים, זאכן וואס דער רבי האט פאראויסגעזאגט וואס וועט זיין ביז משיח וועט קומען, האט רבי נפתלי געזאגט מיט א שמייכל: "ווען די וועלט וועט אננעמען דעם לקוטי מוהר"ן קען מען זיך רעכטן אויף משיח"; דאס זעט מען היינטיגע טעג, ווי עס גייט אריין דעם רבינ'ס זאך אין די וועלט מער און מער, עס ווערן מקורב פון אלע שיכטן און פון אלע קרייזן, און וויפיל מען זעט און וויפיל מענטשן שטעלן זיך ארויס - איז דאס נאך גארנישט וויפיל לעבן פון רבי'ן; אלע האבן חיות פון רבי'ן.


די אדמורי"ם ווייסן נישט אז אלע זענען שטילערהייט ברסלב'ער חסידים, באלד וועט די פייגל געבן א פייף און אלע וועלן פליען מיט'ן פייגל קיין אומאן. אזוי האט דער רבי דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן תרג) עס איז דא א פייגל וואס לייגט זייער אסאך אייער, די פייגל לייגט אזויפיל אייער אז עס איז נישט מעגליך פאר די פייגל צו זיצן אויף די אייער און געבוירן פייגלעך, האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט אינעם פייגל א טבע אז זי שווינדלט אריין אייער אין אנדערע נעסטן. די פייגל פון די אנדערע נעסטן כאפן נישט, זיי ווייסן נישט פון דעם שפיל, זיי מיינען אז דאס זענען זייערע אייער, די פייגל פון די אנדערע נעסטן זיצן אויף די אייער ביז עס ווערן געבוירן פייגלעך, אזוי טוט די פייגל מיט אסאך נעסטן, אלע פייגלעך מיינען אז די אייער זענען זייערע אייער, ביז די פייגל, די עכטע מאמע - געבט א פייף, און ווען די אלע געבוירענע פייגלעך הערן די פייף הייבן זיך אלע אויף פון זייער נעסט און פליען מיט די עכטע מאמע.


רבי נתן ענדיגט דעם שיחה: "וְהַנִּמְשָׁל מוּבָן מְעַט לְמִי שֶׁיּוֹדֵעַ אֵיזֶה רֶמֶז מֵעִנְיַן גְּדֻלַּת עֵסֶק הַנְהָגַת שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה עִם הָעוֹלָם", די נמשל פארשטייען שוין די וואס ווייסן ווי אזוי דער רבי מאכט מיט זיינע מקורבים, מען מיינט זיי באלאנגען צו אנדערע חסידות'ן, צו דעם רבי'ן, צו דעם מפורסם וכו' וכו', אבער באמת זענען זיי דעם רבינ'ס אייער, באלד וועט דער רבי געבן א פייף און אלע וועלן קומען קיין אומאן, איבערלאזן זייערע נעסטן און קומען צום הייליגן רבי'ן.


איך האף אז איר וועט זיין צופרידן מיט די תשובות און עס וועט ארויסקומען א תועלת פון דעם.


***


איך וויל אייך בעטן איין קליינע בקשה, היות איר געבט ארויס א ספר, איר נעמט צוזאם פון אלע תלמידי היכל הקודש און פון אלע וואס פאררופן זיך תלמידי היכל הקודש, זאלט איר אריינדרוקן די פאר שירות:


טייערע ליבע תלמידי היכל הקודש, דער רבי האט שוין געזאגט מיט הונדערטער יארן צוריק (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון אייך גרופעס גרופעס; דאס מיינט עס וועט זיין אסאך כיתות אין ברסלב, יעדער איינער וועט גיין דארט וואו זיין הארץ ציט אים, דארט וואו ער קען שעפן חיות אין עבודת השם; דעריבער זעען מיר וויפיל כתות עס איז דא אין ברסלב בכלל און יעצט אין היכל הקודש בפרט, אבער מיר מוזן זיך קענען ליידן איינער דעם צווייטן, מען טאר זיך נישט פיינט האבן.


איך בעט אייך, הערט אויף זיך פיינט האבן, לאזט אפ די פיינטשאפט איינער צום צווייטן. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנצע לעבן עס זאל זיין שלום צווישן אונז, לאמיר זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. איר געדענקט דאך אלע אין אומאן די פייערדיגע תקיעת שופר דרשות, איך קען נישט פארגעסן די מראה נורא וואס איך האב געזען ביי מוהרא"ש; איך האב זוכה געווען צו זיין אין אומאן ביים הייליגן רבי'ן ראש השנה צוזאמען מיט מוהרא"ש צען יאר, פון שנת תשס"ו - וואס איז געווען מיין ערשטע ראש השנה ביים רבי'ן אין אומאן. איך האב נישט זוכה געווען צו הערן קיין לאנגע תקיעת שופר דרשה פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, די לעצטע צען יאר האט מוהרא"ש נישט געגעבן קיין דרשה פאר שופר בלאזן, חוץ צוויי מאל האט מוהרא"ש גערעדט פאר בלויז צוויי מינוט, אבער מיט אזא געוויין... ווען איך דערמאן זיך נאר פון דעם וויין איך.


מוהרא"ש האט געוויינט און געזאגט: "איך האב נישט קיין כח צו רעדן, אבער איין זאך וויל איך אייך בעטן, ווער עס האט א שנאה אויף א צווייטן איד דא אין בית המדרש בעט איך אים ער זאל ארויסגיין פון בית המדרש" - מוהרא"ש האט געוויינט, קוים וואס ער האט געקענט רעדן, ער האט געבעטן פון זיין ריינע הארץ: "איך וויל האבן ריינע ד' אמות אן קיין מחלוקת, אן קיין שנאה איינער אויפ'ן צווייטן", יעדער וואס האט זיך געפונען אין שול האט תשובה געטון און זיך איבערגעבעטן איינער מיט'ן צווייטן. מען האט געזען וואס מוהרא"ש וויל באמת, ווי עס גייט אים אין לעבן מען זאל זיך נישט קריגן, אזוי ווי ער שרייבט אין די לעצטע בריוו וואס ער האט געשריבן אין שפיטאל אפאר שעה פאר'ן הסתלקות, פאר די אינגעלייט: "אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן אַז עֶס זָאל נִישְׁט זַיין קַיין מַחְלוֹקֶת צְוִוישְׁן אַייךְ, עֶס גֵייט מִיר אִין לֶעבְּן אַז מַיינֶע תַּלְמִידִים זָאלְן זִיךְ הַאלְטְן צוּזַאמֶען מִיט שָׁלוֹם אוּן לִיבְּשַׁאפְט".


דאס זעלבע בעט איך אייך מיינע טייערע תלמידים ותלמידות, איך וויל ווייזן פאר מוהרא"ש: "רְאֵה בָּנַי שֶׁגִּדַּלְתִּי", קוק ווי מיר האבן א ריינע ד' אמות, מיר קריגן זיך נישט; מען זוכט נאר דאס גוטס איינער אויפ'ן צווייטן.


א פרייליכן יום טוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.

#3 - ווי אזוי קענען מיר געהאלפן ווערן מיט קינדער?
רפואה, סבלנות, קינדער, צדיקים, סגולות, צדקה, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים כמעט יעדן טאג שוין פאר אסאך יארן, און ס'איז נישטא די ווערטער זיך צו באדאנקען פאר די פילע חיזוק וואס דאס געבט פאר טאג טעגליכן לעבן, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן.


איך וויל עפעס פרעגן, און איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען בארואיגן די געפילן. מיר ווארטן שוין זייער לאנג געהאלפן צו ווערן מיט קינדער, מיר האבן שוין געטון גאר אסאך פעולות, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, געהאלפן צו ווערן, אבער דערווייל האבן מיר ליידער נאכנישט מצליח געווען.


אין די לעצטע שטיק צייט האבן מיר באקומען זייער שטארקע הבטחות פון צוויי גרויסע צדיקים און גדולים, אז מיר וועלן זיכער געהאלפן ווערן, און צום סוף האט זיך עס נישט אויסגעארבעט, מיין שאלה איז ווי אזוי ס'קען זיין אז א גרויסער צדיק זאל ממש צוזאגן אז איך וועל געהאלפן ווערן, נישט מיט א ברכה נאר מיט אן הבטחה, און צום סוף זאל עס נישט מקוים ווערן?


איך בין חס ושלום נישט מזלזל אין קיינעם, איך רעד זיך נישט אפ, איך וויל נאר פארשטיין ווי אזוי דאס קען פאסירן, און איך דארף חיזוק זיך צוזאם צו נעמען די כוחות, און ווייטער גלייבן אין די גדולי הדור.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך ווייס נישט ווער זענען די גדולים, ווער זענען די צדיקים; מען קען גוט אויספאפן מענטשן. עס זענען דא מענטשן וואס ארבעטן אויף אנדערע, זיי פאפן אויס, זיי זאגן אז זיי זענען גרויסע צדיקים, זיי זעען זאכן וואס טוט זיך אין הימל ווען זיי ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן, זיי ארבעטן צו בא'גנב'נען מענטשן, נעבעך, אומשולדיגע מענטשן ווערן פארנארט דורך זיי.


שטארקט זיך, ווערט נישט מיואש, בעטס דעם אייבערשטן מיט רחמנות ער זאל אייך געבן קינדער; טוט וואס חנה, די מאמע פון שמואל הנביא - האט געטון, זי האט געבעטן דעם אייבערשטן, זי האט גע'טענה'ט מיט'ן אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט (שמואל-א א, יב): "וְהָיָה כִּי הִרְבְּתָה לְהִתְפַּלֵּל לִפְנֵי ה'", חנה האט אסאך געדאווענט צום אייבערשטן פאר קינדער ביז זי איז געהאלפן געווארן, זאגן אויף דעם די הייליגע חכמים (ירושלמי ברכות ד, א): "שֶׁכָּל הַמַּרְבֶּה בִּתְפִלָּה נֶעֱנֶה"; פון דא זעט מען אז דורכדעם וואס מען דאווענט און מען בעט אסאך דעם אייבערשטן - ווערט מען געהאלפן.


מאכט אייך א פושקע און יעדן טאג זאלט איר אריינלייגן פינף הונדערט צוויי און ניינציג פרוטות (אין דאלער איז דאס כמעט זעקס דאלער און אין שקל איז דאס כמעט זעקס שקל) און בעטן: "הייליגער באשעפער, תן לי בנים, געב מיר קינדער", ווייל דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה חלק ב', סימן יד; תפלה חלק ב', סימן ט): "יֵשׁ תְּפִלּוֹת", עס זענען דא תפילות, "שֶׁאֵינָם נִתְקַבְּלִים לְמַעְלָה", וואס ווערט נישט אנגענומען אויבן, "אֶלָּא עַד שֶׁנּוֹתְנִים כָּל כָּךְ מָעוֹת לִצְדָקָה", נאר ביז מען געבט אזויפיל געלט פאר צדקה, "כְּפִי מִסְּפַּר הָאוֹתִיּוֹת שֶׁל הַתְּפִלָּה הַשַּׁיָּךְ לְזֶה הַדָּבָר", אזויפיל ווי עס באטרעפט די צאל פון די תפילה, "לְמָשָׁל", דער רבי געבט א משל, "כְּשֶׁמִּתְפַּלֵּל אֵלּוּ הַתֵּבוֹת: 'תֵּן לִי בָּנִים'", ווען מען בעט, געב מיר קינדער, "צָרִיךְ לִתֵּן צְדָקָה", דארף מען געבן פאר צדקה, "כְּמִסְפַּר אוֹתִיּוֹת 'תֵּן לִי בָּנִים'", וויפיל עס באטרעפט די צאל פון 'געב מיר קינדער'; און די געלט זאלט איר געבן פאר ארעמעלייט, ווייל דער רבי זאגט (שם, בנים סימן כב): "מַה יַּעֲשֶׂה אָדָם", וואס זאל א מענטש טון, "וְיִהְיֶה לוֹ בָּנִים", אז ער זאל האבן קינדער? "יְפַזֵּר מְעוֹתָיו לַעֲנִיִּים", ער זאל געבן געלט פאר ארעמעלייט, "וִישַׂמַּח אֶת אִשְׁתּוֹ", און ער זאל פרייליך מאכן זיין ווייב.


איך האב שוין געזען ביי אנשי שלומינו וואס האבן דאס געטון; אנשטאט אויסגעבן געלט פאר דאקטורים וואס קענען סיי ווי נישט העלפן, האבן זיי געהאט א צדקה פושקע אין שטוב און יעדעס מאל געגעבן די סכום פרוטות פאר צדקה. זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן מיט א תמימות און א פשיטות, זיי האבן געהאלטן די פרוטות מיט ביידע הענט, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות צדקה, סימן כז; תפלה, סימן מה): "עַל יְדֵי צְדָקָה בִּשְׁתֵּי יָדַיִם", ווען מען געבט צדקה מיט ביידע הענט, "תְּפִלָּתוֹ נִשְׁמַעַת", ווערט אנגענומען די תפילה; און דערביי געבעטן דעם אייבערשטן 'תֵּן לִי בָּנִים', זיי האבן געגעבן די געלט פאר ארעמעלייט און זיי האבן קינדער שלא על פי דרך הטבע.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווער איז דער ריכטיגער רבי פון וועמען איך קען מקבל זיין?
מחלוקת, ספרי ברסלב, מורה דרך, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב פשוט נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט מיר געגעבן לעבן, איידער איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים איז מיין לעבן געווען זייער ביטער, און דורך די שיעורים האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, איך האב אנגעהויבן זען די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, און זיין גרויס רחמנות.


א שטיק צייט צוריק בין איך דורך גאר א שווערע איבערלעבעניש, דעמאלט האט מיר איינער געגעבן א נומער פון א חשובן רב, א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע, און יענער האט מיר גאר שטארק מחזק געווען. און זייט דעמאלט האלט איך אן קשר מיט אים, און ער ענטפערט מיר אויף מיינע שאלות.


דאס מאכט מיר אבער זייער צעמישט, איך שפיר ממש וואס דער הייליגער רבי זאגט אז ווען מ'האט צוויי רבי'ס שאדט דאס פאר אמונת הייחוד, ס'איז מיר שווער מסביר צו זיין, אבער ס'איז א שווערע זאך פאר מיר, אבער פון די אנדערע זייט מאכט מיר דאס פיל גרינגער ווייל איך קען אים קלינגען סיי ווען און ער ענטפערט מיר גלייך, ווידער ביים ראש ישיבה שליט"א דארף איך שרייבן א בריוו וואס איז מיר נישט אזוי גרינג, און ס'קען נעמען אסאך צייט ביז איך באקום דעם ענטפער.


אויך שטערט מיר דאס וואס ער האלט זיך נישט אינגאנצן בשלום מיט אנדערע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע, הלואי זאל זיין א פולע אחדות אין היכל הקודש.


איך שפיר זיך נישט באקוועם צו פרעגן די שאלה, אבער תורה היא וללמוד אני צריך, איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט עס אנקוקן מיט א גוט אויג, און מיר ענטפערן וואס צו טון.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שמיני, כ"ד ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מיר האבן אלע איין רבי, דער הייליגער רבי איז אונזער רבי ביז משיח וועט קומען, דער רבי וועט ענדיגן אלע תיקונים און אונז אלע מתקן זיין; מיר דארפן זיך האלטן אינאיינעם, נישט מאכן קיין מחלוקות.


עס איז כדאי דו זאלסט אריין בליקן אין די צוואה וואס מוהרא"ש האט אונז געשריבן, מוהרא"ש שרייבט די סימנים פון וואס מען זאל זיך היטן; דער סימן פון א פאלשער מנהג און דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג.


איך ברענג דיר אראפ דעם לשון פון די צוואה (צוואת מוהרא"ש, אות טו):


"מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אִיר דַארְפְט גוּט וִויסְן אוּן גֶעדֶענְקֶען אַז דֶער עִיקָר אִיז צוּ הָאבְּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' צוּ גְלֵייבְּן אִין דִי הֵיילִיגֶע צַדִיקִים. דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן ס"א) אַז וֶוען מֶען הָאט 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' דַאן וֵוייסְט מֶען וָואס מֶען דַארְף צוּ טוּן, מֶען וֵוייסְט וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן. דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר שְׁטַארְקְן אִין 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', צוּ גְלֵייבְּן אַלֶעס וָואס דֶער רֶבִּי זָאגְט אוּנְז, אוּן מְקַיֵים זַיין אִין פָאלְגְן אַלֶעס וָואס עֶר הֵייסְט. דָאס אִיז דֶער שְׁלֵימוּת פוּן 'אֱמוּנַת חֲכָמִים' (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א' סִימָן קכ"ג).


וֶוען אִיר וֶועט הָאבְּן אֱמֶת'דִיג 'אֱמוּנַת חֲכָמִים', אִיר וֶועט גְלֵייבְּן אִין רֶבִּי'ן אוּן פָאלְגְן זַיינֶע וֶוערְטֶער, דַאן וֶועט אִיר זִיךְ קֶענֶען אַן עֵצָה גֶעבְּן אִין יֶעדְן מַצָב, אִיר וֶועט שְׁטֶענְדִיג וִויסְן וִוי אַזוֹי זִיךְ צוּ פִירְן אוֹיף דִי רִיכְטִיגֶע וֶועג.


גֶעדֶענְקְט אַז דֶער הֵיילִיגֶער רֶבִּי אִיז אוּנְזֶער רֶבִּי אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט, אוּן אִיר זָאלְט זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן פוּן פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס אֲפִילוּ זִיךְ אַלֵיין קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן, אוּן זִיכֶער קֶענֶען זֵיי נִישְׁט פִירְן אַנְדֶערֶע. סְפֶּעצִיעֶל אִינֶעם לֶעצְטְן דוֹר, הָאט דֶער הֵיילִיגֶער בַּעַל שֵׁם טוֹב זי"ע אוּנְז מְגַלֶה גֶעוֶוען אַז עֶס וֶועט דַאן זַיין זֵייעֶר אַסַאךְ פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אַזוֹי סַאךְ וִוי דִי בְּלֶעטֶער פוּן בּוֹים, דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ זֵייעֶר הִיטְן נִישְׁט צוּ הָאבְּן קַיין שׁוּם שַׁיְיכוּת מִיט קַיין שׁוּם פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים, אֲפִילוּ מִיט דִי פַאלְשֶׁע מַנְהִיגִים וָואס דְרֵייעֶן זִיךְ אוֹיךְ בַּיי אוּנְז צְוִוישְׁן אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ.


וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב', סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק.


אִינֶעם הַיינְטִיגְן דוֹר אִיז דֶער רֶבִּי אַלֵיין דֶער אֱמֶת'עֶר צַדִיק. עֶר וֶועט עֶנְדִיגְן אַלֶע תִּקּוּנִים אוּן פַארְרֶעכְטְן דִי וֶועלְט, אוּן דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר זִיךְ הַאלְטְן בַּיים רֶבִּי'ן, אִיר זָאלְט פָארְן יֶעדֶעס יָאר רֹאשׁ הַשָׁנָה קַיין אוּמַאן אוּן זִיךְ הַאלְטְן אִינְאֵיינֶעם מִיט אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ. אִיר זָאלְט זֶען צוּ אַנְטְלוֹיפְן פוּן מַחְלוֹקֶת, אוּן זִיךְ נִישְׁט אַרַיינְמִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פָּאלִיטִיק. דֶער רֶבִּי אִיז דֶער אָרוֹן וָואס דָארְט לִיגְט דִי לוּחוֹת, אוּן בַּיי דִי אָרוֹן הָאט דֶער אָרוֹן אַלֵיין גֶעטְרָאגְן דִי מֶענְטְשְׁן וֶועלְכֶע הָאבְּן אִיר גֶעטְרָאגְן, קֵיינֶער דַארְף נִישְׁט הֶעלְפְן דֶעם רֶבִּי'ן, דֶער רֶבִּי טוּט אַלֶעס אַלֵיין.


דֶערִיבֶּער זָאלְט אִיר גֵיין צוּם רֶבִּי'נְס צִיוּן רֹאשׁ הַשָׁנָה צוּ מְקַיֵים זַיין וָואס דֶער רֶבִּי הָאט גֶעהֵייסְן אַז מֶען זָאל קוּמֶען צוּ אִים, אָבֶּער אִיר זָאלְט נִישְׁט פְּרוּבִּירְן צוּ זַיין דָארְט אַ פִירֶער, אִיר זָאלְט זִיךְ נִישְׁט מִישְׁן אִין קַיין שׁוּם פַּארְטֵייעֶן, אִין קַיין שׁוּם גְרוּפֶּעס, נָאר אִיר זָאלְט זִיךְ הַאלְטְן מִיטְ'ן רֶבִּי'נְס סְפָרִים, אַזוֹי וִוי דֶער רֶבִּי זָאגְט (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק א', סִימָן קצ"ב) אַז דִי פָּנִים, שֵׂכֶל אוּן נְשָׁמָה פוּנֶעם צַדִיק לִיגְט אִין זַיינֶע הֵיילִיגֶע סְפָרִים, מְמֵילָא וֶוען מֶען וִויל זַיין אֱמֶת'דִיג מְקוּרָב צוּם רֶבִּי'ן אִיז דָאס נָאר וֶוען מֶען לֶערְנְט זַיינֶע סְפָרִים, אוּן דַאן וֶועט אִיר זֵייעֶר שְׁטַארְק מַצְלִיחַ זַיין.


אוֹיבּ וֶועט אִיר מְקַיֵים זַיין דָאס אַלֶעס וָואס אִיךְ הָאבּ גֶעשְׁרִיבְּן, וֶועט אַייךְ זַיין גוּט אוֹיף דִי וֶועלְט אוּן אוֹיף יֶענֶע וֶועלְט אוֹיף אֵייבִּיג". עד כאן.


דעריבער אז דער רב איז דיר מחזק אויף עבודת השם, דו שפירסט ווי דו ווערסט נענטער צום אייבערשטן, דו באקומסט א חשק צו לערנען און דאווענען - זאלסטו ווייטער נעמען ביי אים חיזוק, אבער אויב דער רבי איז נאר פארנומען רעדן אויף אנדערע - זאלסטו אפלאזן, ווייל מחלוקת איז זייער געפארפול, דאס ווארפט אראפ דעם מענטש פון אלע מדריגות.


בעיקר זאלסטו זיך פלייסן אין רבינ'ס ספרים; דעם רבינ'ס ספרים זענען א אורים ותומים, עס ענטפערט אלעס, ער קלארט אויס אלעס; מען גייט ארויס פון אלע ספיקות, מען באקומט א קלארע מח, א שטארקע אמונה; מען הייבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען שפירט זיך ארומגענומען מיט'ן אייבערשטן, דעמאלט דארף מען שוין קיינעם נישט; וואס מען גייט אריבער, וואס עס שטערט - רעדט מען זיך אויס צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - ווי אזוי קען מען וויסן וואו ס'איז דער אמת'ער פלאץ צו וואו מ'דארף גיין?
כיבוד אב ואם, צדיקים, מנהיגים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווי אזוי קען מען וויסן וואו ס'איז דער ריכטיגער אמת'ער פלאץ וואו מ'דארף גיין, ס'זענען דא אזויפיל רבנים און רבי'ס, ווי אזוי קען מען וויסן ווי ס'איז דער פלאץ וואו מ'דארף גיין?


אויך וויל איך וויסן אויב מ'טרעפט א פלאץ וואו מ'ווערט מחוזק צו דינען דעם אייבערשטן, און די עלטערן זענען מתנגד אויף דעם פלאץ, אויב מעג מען אהינגיין? און אויך וויל איך וויסן אויב איך דארף גיין צו די רבי פון מיינע עלטערן, וואס איך שפיר אז ס'איז נישטא קיין אמת דארט, דארף מען מיטשפילן מיט די עלטערן און אהינגיין זיי צו מאכן גוט שפירן?


א גרויסן יישר כח פאר אלעס.

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ט אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות טו) א תשובה אויף דיין שאלה, איך בין דיר מעתיק א שטיקל פון די צוואה:


"וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עד כאן לשונו.


אויף די צווייטע פראגע וכו'; זאלסטו וויסן אז דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי־אָדָם, וְיָדוֹ סְגוּרָה וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן מיט א פארמאכטע האנט, ער פאפט אויס אלעמען און פרעגט זיי: "וואס האב איך אין מיין האנט?" פאר יעדן איינעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר־כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּה כְּלוּם", אבער ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט, אזוי אויך – זאגט דער רבי – איז מיט'ן יצר הרע, "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע, שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש אז ער זאל אים נאכלויפן ווייל אזוי וועט ער באקומען אלע זיינע תאוות, אבער ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון די וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט אז דער שיחה פון רבי'ן גייט ארויף בכלליות אויף אלע תאוות און בפרטיות אויף דעם וואס א מענטש לויפט נאך א מנהיג, א רבי וכו'; דער רבי לויפט ארום מיט א פארמאכטע האנט און אלע חסידים לויפן אים נאך, יעדער מיינט אז ער האט עפעס, ביז עס קומט דעם לעצטן טאג פון לעבן עפנט דער מנהיג זיינע הענט און מען זעט ליידיגע הענט השם ירחם; ווען מען גייט צו א רבי טאר מען זיך נישט לאזן נארן, דער עיקר דארף מען קוקן 'וואס געבט מיר דער רבי אין מיינע הענט? מיט וואס גיי איך אהיים? אויב דער רבי איז מיר מזכה מיט תורה, ער ברענגט אריין אין מיר אמונה ברורה ומזוככת, איך הייב אן שפירן ווי אלעס איז דער אייבערשטער' - דעמאלט איז גוט, אבער סתם גיין צו א רבי וואס געבט דיר גארנישט, נאר צוליב דעם וואס דיינע עלטערן גייען דארט - איז נישט ריכטיג.


מען זעט בגשמיות, ווען א מענטש איז נישט געזונט זוכט ער א דאקטער וואס קען אים היילן, דארט איז נישט דא די גאנצער זאך: "איך גיי צו דעם דאקטער ווייל זיין טאטע איז געווען מיין טאטענ'ס דאקטער", נאר א מענטש קוקט וואס איז גוט פאר אים, ווער היילט אים? ווער נעמט אים ארויס פון זיינע מחלות? אזוי דארף מען קוקן ווען עס קומט צו עבודת השם. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ל): "דער צדיק איז אזוי ווי א דאקטער"; ער היילט אויס דעם מענטש ברוחניות, דארף מען קוקן אויף תכלית, ווער ברענגט דיר נאנט צום אייבערשטן .


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר.