תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ראשית כל וויל איך זיך באדאנקען אויף מיין לעבן, איך בין שוין עטליכע און צוואנציג יאר אלט, אבער למעשה לעב איך קוים א האלבע יאר. פון ווען איך האב אנגעהויבן הערן די שיעורים האב איך אנגעהויבן לעבן, איך האב אנגעהויבן ליב האבן צו לעבן, מיין שלום בית האט זיך געטוישט, מיין תורה און תפלה האט זיך געטוישט, און מיין גאנצע לעבן האט זיך געטוישט, א גרויסן יישר כח.
מיין שאלה איז אזוי, מיין שווער איז זייער א חשובער איד, אן עובד ה' און זייער א וואוילער מענטש. יארן צוריק פלעגט ער האבן שייכות מיט ברסלב און ער פלעגט פארן אויף אומאן, אבער צוליב די פאליטיק וואס האט זיך דארט אפגעטון האט ער זיך זייער פארעקלט פון ברסלב, ער האט אויפגעהערט פארן קיין אומאן, און ער וויל נישט האבן גארנישט מיט ברסלב. זייט דעמאלט איז ער ממש אליין אויף דער וועלט, ער באלאנגט נישט צו קיין שום פלאץ אדער חסידות.
עס שטערט אים נישט אז איך בין אנגעקומען אויף ברסלב, און ער האט אויך א זון אין ברסלב, אבער איך זע ווי ער מוטשעט זיך אזוי שטארק אין לעבן, און איך האב ממש רחמנות אויף אים. איך וואלט זייער געוואלט אים אומקערן צום הייליגן רבי'ן דורך די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען דאס טון אויף א קלוגע וועג אן אים צו טשעפען און אן צו שטערן זיין שלום בית, און אזוי ווייטער.
א גרויסן יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דיין שווער האט אפגעלאזט ברסלב צוליב די זעלבע סיבה פארוואס רבי נתנ'ס שווער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.
מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא): דער הייליגער רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה איז געווען אן איידעם ביי הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה. רבי דוד צבי איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט אין אוקריינא: שאריגראד, קרעמניץ און מאהליב. ער איז געווען זייער א גרויסער מענטש, דער רבי האט אמאל געזאגט פאר רבי נתן: "דיין שווער איז א צדיק", אזוי אויך האט דער הייליגער רבי ברוכ'ל פון מעזיבוזש זכותו יגן עלינו געזאגט אויף אים: "וואו ער גייט, גייט אליהו הנביא מיט מיט אים"; דער רבי דוד צבי האט נישט ליב געהאט חסידים, ער האט געהאקט טאג און נאכט אויף חסידים.
אין אנהייב איז רבי דוד צבי געפארן צום הייליגן צדיק רבי פנחס קוריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס זיינע חסידים רעדן אנטגעקען דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, האט רבי דוד צבי געטראכט אז ער גייט פארן צו דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זי"ע, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צי רבי מיכל זלאטשובער זי"ע און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים ליצנות אויף רבי פנחס קאריצער זי"ע, ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו'. עס האט אים זייער וויי געטון די מחלוקות און פירוד לבבות צווישן די גרויסע צדיקים ביז ער האט מחליט געווען און געזאגט: "איך גלייב אז ביידע זענען אמת, וואס זיי רעדן אויף אים און וואס זיי רעדן אויף אים"; דאס האט אים געמאכט ער זאל פיינט האבן חסידים. פון דעמאלט האט ער יעדן טאג געמאכט א שיעור מיט זיינע קינדער און איידעמער ווי ער פלעגט רעדן צו זיי אנטקעגן חסידים.
דאס האט זייער געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס פעלט אויס די אלע מחלוקות און קריגערייען; ווען רבי נתן איז געקומען דעם ערשטן ראש הנשה צום רבי'ן, אום שנת תקס"ג און ער האט געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ה), איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, א קשיא וואס זיין שווער האט מיט אים געלערנט אלע יארן, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז די אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים דאס איז נאר ווייל מען וויל דיר פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיר צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".
דיין שווער איז נישט דער איינציגסטער וואס האט אפגעלאזט ברסלב צוליב מחלוקת וכו', זייער אסאך מענטשן זענען אנטלאפן פון ברסלב צוליב די עזות פנימ'ער וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן, און אסאך ווערן נישט מקורב און לאזן נישט זייערע קינדער מקורב ווערן צוליב די וואס מאכן א שלעכטע נאמען אויפ'ן רבי'ן. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ע): "וְהִנֵּה הָיָה רָאוּי שֶׁיִּמָּשְׁכוּ כָּל בְּנֵי אָדָם לְזֶה הַצַּדִּיק שֶׁהוּא בְּחִינַת עָפָר שֶׁיֵּשׁ לוֹ כּחַ הַמּוֹשֵׁך כַּנַּ"ל", די גאנצע וועלט וואלט זיך ווען צוגעקלעבט צום צדיק, "אַךְ עַל יְדֵי כֹּחַ הַמַּכְרִיחַ, מַפְסִיקִין וּמַרְחִיקִין מִמֶּנּוּ. הַיְנוּ שֶׁיֵּשׁ בְּנֵי אָדָם, שֶׁעַל יְדֵי דִּבּוּרָם וּמַעֲשֵׂיהֶם הֵם מַכְרִיחִים אֶת בְּנֵי אָדָם, לְהַפְסִיקָם וּלְהַרְחִיקָם מֵהַצַּדִּיק", נאר עס זענען פארהאן מענטשן וואס דורך זייערע מעשים און זייער רעדן זענען זיי גורם אז מענטשן זאלן זיך צוריק האלטן פון קומען צום צדיק.
די בעסטע וועג מקרב צו זיין דיין שווער צוריק צו קומען צום רבי'ן איז דורך דיין התנהגות; אז דו וועסט זיך אויפפירן ווי א תלמיד היכל הקודש וועסטו מקרב זיין דיין גאנצע משפחה צום רבי'ן. זייער אסאך תלמידי היכל הקודש האבן זוכה געווען צו מקרב זיין זייער גאנצע משפחה צום רבי'ן דורך זייער התנהגות.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יומא פו.) אויפ'ן פסוק (דברים ו, ה): "וְאָהַבְתָּ אֵת ה' אֱלֹהֶיךָ" – זאלסט זען עס זאל ארויס קומען א קידוש השם דורך דיר און דער אייבערשטער זאל באליבט ווערן דורך דיר. ווייל ווען א מענטש לערנט תורה און פירט זיך אויף ווי עס דארף צו זיין וואס זאגן מענטשן? "אַשְׁרֵי אָבִיו שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל זענען זיינע עלטערן וואס האבן אים געלערנט תורה; "אַשְׁרֵי רַבּוֹ שֶׁלִּמְּדוֹ תּוֹרָה", וואויל איז פאר זיין רבי וואס האט אים געלערנט תורה; "אוֹי לָהֶם לַבְּרִיוֹת שֶׁלֹא לָמְדוּ תּוֹרָה", וויי איז פאר די מענטשן וואס לערנען נישט קיין תורה; קוקט אן דעם מענטש, וויבאלד ער לערנט תורה פירט ער זיך אויף אזוי ערליך. אויף אים זאגט דער פסוק (ישעיהו מט, ג): "וַיֹּאמֶר לִי עַבְדִּי אָתָּה, יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר בְּךָ אֶתְפָּאָר", דער אייבערשטער בארימט זיך מיט אזא איינעם.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.