שאלה אין קורצן ענין
#1 - ווי אזוי קענט איר זאגן אז מ'טאר זיך נישט אויסרעדן פאר א חבר?
תפילה והתבודדות, צדיקים, חברים, שאלות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק מיט וואס איך בין זיך זייער מחיה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ווייטער כח אנצוגיין.


איך האב געהערט אסאך מאל ביי אייערע דרשות, ווי אויך געליינט אין די בריוו, אז א מענטש זאל קיינמאל נישט דערציילן פאר א חבר און פאר קיינעם נישט זיינע עבירות און שוואכקייטן אין אידישקייט, ער זאל עס נאר דערציילן פאר אייבערשטן אליין.


דאס זעט מיר אבער אויס צו זיין א סתירה צו דעם וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זי"ע שרייבט אין צעטל קטן (סעיף י"ג) אז מ'זאל יא נעמען א באגלייבטער חבר און אים דערציילן אלע שלעכטע זאכן וואס ער טראכט. וזה לשון קדשו, "לספר בכל פעם לפני המורה לו דרך השם, ואפילו לפני חבר נאמן, כל המחשבות והרהורים רעים אשר הם נגד תורתינו הקדושה אשר היצר הרע מעלה אותן על מוחו ולבו, הן בשעת תורה ותפילה, הן בשכבו על מטתו, והן באמצע היום, ולא יעלים שום דבר מחמת הבושה, ונמצא על ידי סיפור הדברים שמוציא מכח אל הפועל, משבר את כח היצר הרע שלא יוכל להתגבר עליו כל כך בפעם אחרת, חוץ עצה הטובה אשר יוכל לקבל מחבירו שהוא דרך השם, והוא סגולה נפלאה".


איך האף אז איר וועט מיר דאס פארענטפערן, ווייל דאס איז מיר זייער וויכטיג צו וויסן.


יישר כח, אברהם

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אברהם נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף זייער אכטונג געבן נישט צו פארפלאנטערט ווערן מיט די פלאנטער וואס רופט זיך "חברים", און מען דארף שטענדיג געדענקען אז 'א מענטש האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, נאר דעם אייבערשטן'; אזוי ווי מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה (אות ט): "זִכְרוּ הֵיטִיב וּתְיַישְּׁבוּ עַצְמְכֶם וְאָז תִּרְאוּ כִּי שָׁוְא תְּשׁוּעַת אָדָם, וְהַכֹּל הֶבֶל הֲבָלִים", געדענקט גוט און נעמט דאס גוט אריין אין אייער קאפ, אז איר האט קיינעם נישט אויף דער וועלט, עס איז א שאד זיך צו פארלאזן אויף מענטשן, "אַף אֱחָד לֹא יָכוֹל לַעֲזוֹר לָכֶם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לְהַזִּיק לָכֶם", קיינער קען אייך נישט העלפן און זיכער נישט שלעכטס טון, "וְעַל כֵּן אַל תִּירָאוּ וְאַל תֵּחַתּוּ מִשּׁוּם בִּרְיָה שֶׁבָּעוֹלָם, וּמִכָּל שֶׁכֵּן שֶׁאַל תַּחֲנִיפוּ אֶת שׁוּם בִּרְיָה, כִּי לֹא יוֹעִיל כְּלָל, אֶלָּא עוֹד יַזִיק לָכֶם בִּבְרִיאוּתְכֶם", דעריבער זאלט איר נישט מורא האבן פון קיין שום מענטש און איר זאלט זיך נישט חנפ'נען קיינעם, ווייל דאס וועט אייך גארנישט העלפן, פארקערט דאס וועט אייך שאטן צום געזונט, "כִּי כְּשֶׁאָדָם שָׂם בִּטְחוֹנוֹ בְּבָשָׂר וָדָם, וְאַחַר כָּךְ כְּשֶׁאֵינוֹ נַעֲשָׂה כִּרְצוֹנוֹ אֲזַי בָּא לִידֵי אַכְזָבוֹת גְּדוֹלוֹת עַד מְּאֹד, וְנִשְׁבָּר לְגַמְרֵי, וְנוֹפֵל רוּחוֹ, וְנֶחֱלַשׁ דַּעְתּוֹ", ווייל ווען מען פארלאזט זיך אויף מענטשן און דערנאך זעט מען אז יענער איז נישט אינטערעסירט דיר צו העלפן און ער קען דיר נישט העלפן, דאן ווערט מען זייער אנטוישט און זייער צעבראכן, "אֲבָל בָּזֶה שֶׁמַּכְנִיסִים אֶת עַצְמוֹ לְגַמְרֵי בֶּאֱמוּנָה פְּשׁוּטָה בּוֹ יִתְבָּרַךְ, אָז מַצְלִיחִים בְּכָל הָעִנְיָנִים, כִּי אֵינוֹ חוֹנֵף לְשׁוּם בִּרְיָה, וְכֵן אֵינוֹ מִתְיָרֵא מִשּׁוּם בִּרְיָה, וְחַי אֶת הַחַיִּים שֶׁלּוֹ", אבער אז מען גלייבט אינעם אייבערשטער און מען פארלאזט זיך אויף אים - איז מען זייער מצליח, עיין שם.


דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז זיין גאנץ לעבן, אז מיר זאלן זיך אריין נעמען אין קאפ אז מיר האבן קיינעם נישט אויף דער וועלט - נאר דעם אייבערשטן.


דאס וואס דער הייליגער רבי ר' אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט (צעטל קטן, סימן יג): "לְסַפֵּר בְּכָל פַּעַם לִפְנֵי הַמוֹרֶה לוֹ דֶרֶךְ הַשֵׁם, וַאֲפִילוּ לִפְנֵי חָבֵר נֶאֱמָן - כָּל הַמַחְשָׁבוֹת וְהִרְהוּרִים רָעִים אֲשֶׁר הֵם נֶגֶד תּוֹרָתֵינוּ הַקְדוֹשָׁה וכו'", מען זאל דערציילן פאר א רבי אדער פאר א באגלייבטער חבר אלע שלעכטע מחשבות וואס איז אנטקעגן די תורה, און נעמען פון אים אן עצה וכו' - דאס איז נישט קיין סתירה צו דאס וואס מוהרא"ש פלעגט אונז מזהיר זיין אז מיר זאלן נישט דערציילן פאר קיינעם וואס מען האט געטון וכו', דער הייליגער רבי אלימלך זי"ע מיינט א 'חבר', אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (בפירוש המשניות מסכת דמאי ב, ג): "'חָבֵר' - נִקְרָא תַּלְמִיד חָכָם, וְכֵן יִקְרְאוּ לְתַלְמִידֵי חֲכָמִים 'חֲבֵרִים'", אין משניות און אין גמרא רופט מען אן א תלמיד חכם מיטן נאמען 'חבר' און תלמידי חכמים – 'חברים', פארוואס רופט מען זיי אן מיטן נאמען 'חברים'? "כִּי חֶבְרָתָם זֶה לָזֶה חֶבְרָה נֶאֱמָנָה, כִּי הִיא חֶבְרָה לְשֵׁם שָׁמַיִם", דוקא א תלמיד חכם אן ערליכער איד איז א ריכטיגער חבר נאמן, אבער סתם מענטשן זענען נישט קיין חברים; אן ערליכער איד וועט דיר העלפן מיט עצות, ער וועט דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך צוריקערן צום אייבערשטן, אבער פון סתם מענטשן דארף מען זיך זייער היטן.


די בעסטע זאך איז מען זאל דערציילן אלעס וואס מען האט געטון פארן אייבערשטן, אזוי ווי דער רמב"ם זאגט (פרק א מהלכות תשובה, הלכה א): יעדע מצוה אין די תורה, סיי א מצות עשה סיי א מצות לא תעשה, אויב מען האט עובר געווען אויף איינע פון די מצוות, בשוגג אדער במזיד; ווען מען טוט תשובה, דארף מען זיך מתוודה זיין צום אייבערשטן, אזוי ווי עס שטייט אין די תורה (במדבר ה, ז): "וְהִתְוַדּוּ אֶת חַטָּאתָם אֲשֶׁר עָשׂוּ"; ווי אזוי איז מען זיך מתודה? זאגט דער רמב"ם, מען זאל אזוי זאגן: "אָנָּא הַשֵּׁם חָטָאתִי עָוִיתִי פָּשַׁעְתִּי לְפָנֶיך וְעָשִֹיתִי כָּך וָכָך, וַהֲרֵי נִחַמְתִּי וּבוֹשְׁתִּי בְּמַעֲשַׂי וּלְעוֹלָם אֵינִי חוֹזֵר לְדָבָר זֶה", איך בעט דיר אייבערשטער, איך האב געזינדיגט פאר דיר, איך האב געטון די און די עבירה, און איך האב חרטה אויף וואס איך האב געטון, איך שעם זיך מיט מיינע מעשים וואס איך האב געטון און איך נעם זיך פאר אז איך גיי עס מער קיינמאל נישט טון; דאס איז וידוי, "וְכָל הַמַּרְבֶּה לְהִתְוַדּוֹת וּמַאֲרִיך בְּעִנְיָן זֶה - הֲרֵי זֶה מְשֻׁבָּח", און ווער עס פארמערט זיך צו מתוודה זיין פארן אייבערשטן, דער איז געלויבט.


אבער אין א פאל וואס א מענטש שפירט אז ער דארף צו איינעם רעדן, צוליב דעם וואס ער גייט אריבער שווערע צייטן; ער האט אין זיך שולד געפילן פון שלעכטע מעשים וכו' און ער שפירט ווי ער מוז דאס פאר איינעם דערציילן, זאל ער זוכן דוקא אן ערליכער איד, איינער וואס איז דבוק צום אייבערשטן און צו די תורה, און פון אים נעמען אן עצה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.