תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אייערע דרשות און חיזוק, איך זע עס יעדן טאג, עס מאכט מיך גוט, און מיין גאנצע שטוב מאכט עס גוט.
איך וויל פרעגן ווי אזוי מען רעדט צו קליינע קינדער וועגן דעם אייבערשטן? ווען זיי שפילן זאגן זיי 'איך בין די גרעסטע', 'ניין, דער אייבערשטער איז גרעסער', זיי טראכטן אז דער אייבישטער איז א גוף און ער איז ערגעץ, און ער איז גרויס. איך געדענק ווען איך בין געווען קליין האב איך אין בעט געטראכט ווי אזוי דער אייבערשטער זעט אויס, אפשר אזוי ווי א... (איך וויל נישט זאגן ווייל עס איז א שאנדע פאר'ן אייבערשטן צו שרייבן וואס איך האב געטראכט) אבער אזוי האב איך געטראכט, אפשר אזוי ווי...
מיין קשיא איז, אפשר איז נישט גוט צו רעדן אסאך פונעם אייבערשטן, ווייל קינדער מיט זייער קליינע קעפל כאפן עס נישט געהעריג. אבער למעשה דארף מען זיי דאך מחנך זיין, און אסאך רעדן אז אזוי זאלן זיי רעדן צום אייבערשטן ווען זיי ווערן גרויס, אזוי ווי דער ראש ישיבה זאגט אין די דרשות.
אויך לערן איך זיי אויס צו רעדן צום אייבערשטן, אבער איך טראכט אז זיי זעען אז זיי בעטן און זיי ווערן נישט געהאלפן, טראכטן זיי אז עס איז א ליגנט.
אויך ווען איך בין געווען קליין האב איך געטראכט ווער האט באשאפן דעם אייבערשטן, ממילא טראכט איך אז אפשר דארף מען זאגן פאר קינדער אז מען טאר עס נישט טראכטן.
א גרויסן יישר כח פאר אלעס
מרת ...
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
קינדער, ווי יונגער זיי זענען, איז זייער אמונה אסאך שטערקער, ווייל זייער נשמה איז נאך אינגאנצן ריין. דערפאר זעט מען ביי זיי א שטארקע תמימות; זייער דאווענען און לערנען איז זייער איידל און ריין, ווייל זייער אמונה איז קלאר. אבער ווי עלטער מען ווערט און מען הייבט אן נאכצוגיין דעם יצר הרע, ווערט זייער אמונה אפגעשוואכט. דער רבי זאגט (ספר המדות, אות אמונה, סימן כב): "הַפֶּשַׁע שֶׁל הָאָדָם מַכְנִיס כְּפִירָה בָּאָדָם", ווען א מענטש זינדיגט ברענגט דאס אים צו האבן קשיות אויף די אמונה. אבער קינדער, וויבאלד זיי האבן נאכנישט געזינדיגט, זענען זיי זייער שטארק מיט אמונה.
וואויל איז פאר עלטערן וואס לייגן אריין אמונה אין זייערע קינדער; יעדע זאך וואס די קינדער דארפן, יעדע זאך וואס זיי בעטן פון די עלטערן, זאלן די עלטערן זאגן פאר די קינדער: "בעט דעם אייבערשטן", "רעד צום אייבערשטן", "פארצייל פארן אייבערשטן", אזוי וועלן די קינדער אויסוואקסן ערליכע אידן, תמימות'דיגע אידן. ווען זיי וועלן ווערן גרעסער וועט זיין ביי זיי א דבר פשוט צו רעדן צום אייבערשטן, זיי וועלן לעבן מיט אמונה.
דאס וואס איר האט מורא אז זיי וועלן אמאל בעטן עפעס דעם אייבערשטן, און זיי וועלן נישט באקומען וואס זיי בעטן, וועט דאס גורם זיין אז זייער אמונה וועט ווערן שוואכער; קודם כל דארף מען וויסן אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען וואס מען בעט, אזוי ווי מיר זאגן ביים דאווענען: "ברוך אתה ה' שומע תפילה", דער אייבערשטער הערט אויס יעדע תפילה וואס א מענטש בעט. דאס וואס מיר זעען אז מען בעט און מען בעט און מען זעט נאך נישט די ישועה, דארף מען וויסן אז דער אייבערשטער ווייסט וואס עס איז דאס בעסטע פארן מענטש. מיר דארפן האבן אמונה און גלייבן אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט, אפילו וואס זעט אויס שלעכט, אזוי אויך אז די תפילה וואס מען האט געבעטן בלייבט אויבן אין הימל, דער אייבערשטער נעמט די תפילה און לייגט דאס אוועק פאר אנדערע ישועות.
ווען קינדער קומען און זאגן "מיר האבן שוין געבעטן און מיר ווערן נישט געהאלפן", דארף מען זיי אויסלערנען אז דער אייבערשטער ווייסט אז די זאך איז נישט גוט פאר אונז וכו', דער אייבערשטער נעמט אונזערע תפילות און ער לייגט דאס אוועק פאר אנדערע זאכן, ווייל קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן.
דער עיקר דארף מען געדענקען, אויב מען וויל מצליח זיין מיט קינדער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן. מען האט אמאל געפרעגט א ברסלב'ער חסיד, ווי אזוי ער האט מצליח געווען מיט זיינע קינדער, האט ער געענטפערט: "וואס מיינט איר, איך האב באקומען גוטע קינדער אזוי ווי מען רייסט אראפ אן עפל פון בוים? איך האב יעדן טאג געוויינט צום אייבערשטן מיט טרערן, נאכדעם האב איך גענומען מיינע טרערן און זיך אפגעווישט דעם פנים מיט די טרערן; איך האב געבעטן, רבונו של עולם, געב מיר ערליכע קינדער, זיי זאלן זיין גרויסע צדיקים, זיי זאלן זיין אפגעהיטן פון עבירות וכו' וכו'".
דערפאר דארפן עלטערן געדענקען צו מתפלל זיין פאר די קינדער ווען זיי זענען נאך קליין, ווען זיי זענען נאך ריין און הייליג, דורכדעם וועלן זיי זוכה זיין צו ערליכע קינדער און שעפן פון זיי אסאך אידיש נחת.
דער אייבערשטער זאל ענק העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער, אמן.