תוכן השאלה
א גרויסן ישר כח אויף די וועכנטליכע קונטרס עצתו אמונה, איך ליין עס יעדע וואך פון דעקל צום דעקל, און עס געבט מיר אסאך חיזוק און הדרכה.
איך בין שוין חתונה געהאט שוין אפאר יאר ברוך ה', און איך בין זייער צופרידן פון מיין לעבן, מיין מאן איז אויסערגעווענליך געטריי צו מיר און ער איז וואויל און ערליך.
איך האב אבער א פראבלעם אז אסאך מאל קומען מיר ארויף שלעכטע מחשבות וואס איך קען זיך נישט מתגבר זיין אויף זיי, און עס שטערט מיר זייער דאס לעבן, איך שעם זיך זייער דאס צו שרייבן איך וויל אבער ארויסגיין פון דעם.
אלס מיידל האב איך אסאך נאכגעקוקט בחורים, בפרט איין בחור וואס איז געווען זייער א שיינער, און עס גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, אסאך מאל טראכט איך פארוואס האב איך נישט חתונה געהאט מיט א שיינע מאן.
איך וויל לעבן מיט מיין מאן אן צו טראכטן פון אנדערע, וואס טו איך?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת אחרי קדושים, ב' אייר, שנת תשפ"ג לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט אן ערליכער מאן, א וואוילער מאן, א געטרייער מאן; וויפיל פרויען וואלטן געוואלט זוכה זיין צו דעם, צו האבן א מאן מיט די דריי מעלות: ערליך, וואויל און געטריי; וואס איז שענער ווי ערליך, וואויל און געטריי?! וואס האט מען פון שיינע פיאות מיט א שיינע געפוצטע בארד? ערליך, וואויל און געטריי - דאס איז די שענסטע זאך אויף די וועלט.
בעטס דעם אייבערשטן עס זאל ארויסגיין פון אייער קאפ די שלעכטע מחשבות וכו', און בעטס ביים אייבערשטן עס זאל זיין חן אויף אייער מאן, בעטס די תפילה:
"רבונו של עולם איך דאנק דיר פאר מיין שיינע לעבן, איך דאנק דיר פאר מיין טייערער מאן; מיין מאן איז אזוי גוט און געטרייע צו מיר.
רבונו של עולם העלף מיר עס זאל זיין חן צווישן אונז, מיין מאן זאל האבן חן אין מיינע אויגן און איך זאל האבן חן אין זיינע אויגן, מיר זאלן לעבן בשלום און באהבה.
הייליגער באשעפער איך האב זיך נישט געהיטן מיינע אויגן און דאס מאכט מיר האבן שלעכטע מחשבות, עס פייניגט מיר, עס לאזט מיר נישט לעבן, איך האלט עס נישט אויס, העלף מיך איך זאל האבן הייליגע און ריינע מחשבות, נישט טראכטן פון אנדערע און נישט גליסטן צו פרעמדע, וטהר לבנו לעבדך באמת, מיין הארץ זאל זיין ריין, מיין מח זאל זיין זויבער.
רבונו של עולם איך וויל האבן א שטארקע אמונה צו וויסן און צו גלייבן אז אלעס אויף די וועלט איז נאר פון דיר, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, אלעס וואס פאסירט איז פון דיר; איך, מיין מאן און מיינע דורות - אלעס איז דו. הייליגער באשעפער געב מיר א שטארקע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען זיין פרייליך, נאר ווען מען ווייסט אז אלעס איז פון דיר - איז מען צופרידן, און אויב מען פארגעסט פון דיר, מען טראכט אז זאכן פאסירן פון זיך אליינס - דעמאלט ווערט מען בעצבות, און דעמאלט הויבן זיך אן אלע שלעכטע מחשבות".
דורך תפילה און דורך הודאה וועט זיין חן צווישן אייך, און די שכינה וועט רוען צווישן אייך.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.