תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב זיך זייער געפריידט צו הערן ביי א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען א מענטש קומט צוריק צום אייבערשטן, שפירט ער אז דער אייבערשטער דארף אים נישט, ווייל איך האב אלץ געמיינט אז דאס איז נאר ביי מיר אזוי, און יעצט זע איך אז דאס איז די זעלבע ביי יעדן איינעם.
ביי מיר גייט עס אבער נאך ווייטער, די געפיל אז דער אייבערשטער דארף מיר נישט, מאכט מיר אז איך זאל ווערן שוואכער אין לערנען, אין דאווענען, און נאך מער אראפפאלן רחמנא ליצלן.
וויל איך וויסן אויב דאס איז אויך א נארמאלע זאך ביי יעדן איינעם, אדער איך בין דער פראבלעם? און וואס איז די עצה דערצו?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת טהרה, ו' ניסן, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
קוק נישט אויף די שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר כאילו דער אייבערשטער איז ברוגז אויף דיר וכו'; עס איז נישט אמת אז דער אייבערשטער דארף דיר נישט, פארקערט, דער אייבערשטער שטייט און ווארט יעדע רגע דו זאלסט צוריק קומען צו אים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש שמות רבה יט, ד) אויפן פסוק (איוב לא, לב): "בַּחוּץ לֹא יָלִין גֵּר"; "אֵין הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא פּוֹסֵל לִבְרִיָּה", דער אייבערשטער ווארפט נישט אוועק קיין שום מענטש, "אֶלָּא לַכֹּל הוּא מְקַבֵּל", דער אייבערשטער נעמט צוריק יעדן איינעם; "הַשְּׁעָרִים נִפְתָּחִים בְּכָל שָׁעָה", די טירן זענען שטענדיג אפן, "וְכָל מִי שֶׁהוּא מְבַקֵּשׁ לִכָּנֵס יִכָּנֵס", און ווער עס וויל צוריק קומען צום אייבערשטן קען שטענדיג צוריק קומען צו אים. נאך זאגן חז"ל (ברכות לד.): "בְּמָקוֹם שֶׁבַּעֲלֵי תְּשׁוּבָה עוֹמְדִים, אֵין צַדִּיקִים גְמוּרִים יְכוֹלִים לַעֲמוֹד שָׁם", א בעל תשובה איז זייער חשוב ביים אייבערשטן און ער קומט אן אויף א פלאץ וואו צדיקים קומען נישט אן; ווייל א מענטש וואס איז שוין געווען אריין געכאפט ביים ס"מ רייסט זיך ארויס פון דארט און ער קערט זיך צוריק צום אייבערשטן - דער מענטש איז זייער חשוב אויבן אין הימל.
די מחשבות וואס דו טראכסט אז דו ביסט שוין נישט ווערד און דער אייבערשטער דארף דיר נישט - דאס איז עצת היצר. ער שפילט מיט יעדע מענטש דעם זעלבן שפיל; קודם ווארפט ער אים אראפ אין עבירות און שפעטער ווען ער זעט אז דער מענטש וויל תשובה טון לייגט ער אריין אין אים א סם המות, אז דער מענטש הייבט אן טראכטן אז מען דארף אים נישט, ער הייבט אן דמיונ'ען אלע סארט דמיונות רחמנא לצלן אז ער איז שוין דערנאך חס ושלום.
אז דו ווילסט פטור ווערן פון די מחשבות זאלסטו נעמען די עצה פון רבי'ן; דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך: 'התבודדות', א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון; מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ, מען זאל פארציילן פארן אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער ברוחניות ובגשמיות, וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל מען האט שוין געוואלט זיין גוט פאלט מען נאכאמאל צוריק אריין אין בלאטע, און דאס וואס מען שפירט אז מען דארף אים נישט וכו'.
פאלג דעם רבי'ן; זוך דיר אויף א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט און יעדן טאג זאלסט אהין גיין זיך אויסגיסן דיין הארץ צום אייבערשטן. פארצייל אים אלעס וואס עס גייט אריבער אויף דיר, אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אריין אין דיר און ווי ער ווארפט דיר אראפ אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות! דער יצר הרע רעדט מיר איין אז דו ביסט ברוגז אויף מיר און דו דארפסט מיר נישט. איך גיי ארום מיט נארישע מחשבות אז 'איך בין שוין א פארפאלענער', איך בין אזוי דערשראקן פון די מחשבות אז דאס אליינס מאכט מיר איך זאל נאך מער אראפ פאלן, איך פאל און איך פאל אראפ ביז איך טראכט אז איך קען שוין נישט תשובה טון.
איך בעט דיר הייליגער באשעפער ראטעווע מיר! איך וויל אזוי שטארק זיין אן ערליכער איד אבער איך האלט אין איין צוריק פאלן, איך בין אזוי צעבראכן און צעקלאפט. רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות, געב מיר כח, העלף מיר איך זאל גלייבן אין דיר, איך זאל שפירן אז דו האסט מיר ליב. טאטע זיסער, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד; איך האלט אין איין אראפאלן אין פגם הברית, איך בין שוין אזוי צוגעוואוינט צו טון די עבירה אז עס איז מיר שוין זייער שווער זיך ארויסצורייסן דערפון. הייליגער באשעפער, העלף מיר איך זאל מיך קענען היטן מיינע אויגן, געב מיר ריינע אויגן. איך וויל נישט קוקן שמוציגע מאוויס און שמוציגע קליפס, אבער וואס זאל איך טון אז איך האלט אין איין צוריק פאלן?! איך שפיר אז איך ווער פארברענט, די תאות ניאוף פלאקערט אין מיר; מיינע אויגן זענען צו דיר געוואנדן: הִנֵּה כְעֵינֵי עֲבָדִים אֶל יַד אֲדוֹנֵיהֶם, כְּעֵינֵי שִׁפְחָה אֶל יַד גְּבִרְתָּהּ - כֵּן עֵינֵינוּ אֶל ה' אֱלֹקֵינוּ עַד שֶׁיְּחָנֵּנוּ".
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שוין זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.