תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האב איך זוכה געווען צו ענדיגן יעצט ששה סדרי משנה צום דרייסיגסטן מאל, איך האב קיינמאל נישט געגלויבט אז איך וועל אמאל זוכה זיין צו דעם, יישר כח פאר אריינברענגען אין מיר א חשק צו לערנען תורה, און אלע אנדערע גוטע זאכן.
איך האב א שאלה צו פרעגן און איך וויל זייער וויסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א האלט וועגן דעם. איך האב באשטעלט א וועסטל ביי א פירמע, און זיי האבן געמאכט א טעות און עס גענייט אויף א וועג עס זאל זיך צוקנעפלען פון לינקס אויף רעכטס, אנשטאט פון רעכטס אויף לינקס; זאל איך צאלן עקסטער געלט עס צו פאררעכטן און עס איבערדרייען עס זאל יא זיין פון רעכטס אויף לינקס? אדער איז עס איז נישט אזוי וויכטיג, מען קען עס לאזן אזוי?
בכלל וויל איך וויסן וואס איז טאקע דער ענין צוצומאכן די קליידער דוקא פון רעכטס אויף לינקס, אויב דאס איז טאקע אזא וויכטיגער ענין.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת קרח, ד' תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
אוודאי איז דא א כוונה מיט דעם וואס ערליכע אידן גייען אנגעטון די קליידער רעכטס אויף לינקס. ערשטנס, מיר געפונען אין הייליגן זוהר (מקץ, קצח:): "דבעיא ליה לבר נש, לנטלא ידא ימינא בשמאלא", מען זאל זיך וואשן די רעכטע האנט מיט די לינקע האנט, "בגין לשלטאה ימינא על שמאלא", אז די רעכטע האנט זאל געוועלטיגן אויף די לינקע; ווייל רעכטס איז מרמז אויף חסד און לינקס - אויף דינים, דארף מען שטארקן רעכטס אויף לינקס.
אזוי אויך געפונען מיר אין רמב"ם (פרק ה' מהלכות תפלה ונשיאת כפים, הלכה ד) ווי אזוי מען זאל שטיין ביי שמונה עשרה: "מניח ידיו על לבו, כפותין הימנית על השמאלית", מען זאל לייגן די רעכטע האנט אויף די לינקע האנט, און דער בית יוסף זאגט א טעם אויף דעם (בית יוסף אורח חיים, סימן צה): "רמז להכנעת יצר הרע שהוא נרמז בצד שמאל", דאס איז א סימן פון הכנעה, צו פארדעקן די לינקע, וואס ווייזט אויפ'ן יצר הרע. און אזוי איז ביי אלע זאכן ביי אידישע קינדער, אלעס גייט רעכטס אויף לינקס, אפילו די שריפט, ווי אזוי אידן שרייבן - ברענגט דער הייליגער צדיק דער צמח צדק זכותו יגן עלינו (תשובות, אורח חיים סימן סז) - איז פון רעכטס אויף לינקס, אזוי ווי מיר זעען ביי די עבודה אין בית המקדש איז אלעס געווען מיט די רעכטע האנט, און אזוי אויך די מצוה פון חליצה - איז מיט די רעכטע האנט.
ביי קליידער זאגט דער הייליגער צדיק רבי מענדעלע מרימנוב זכותו יגן עלינו (נדפס בספר ילקוט מנחם, מכתב ב): "חדשים מקרב באו, במנהג חדש של גויים", עס האט זיך אריינגעכאפט א נייע מאדע וואס קומט פון די אומות העולם, "שמהפכין ומניחין צד השמאל של הבגדים על צד הימין", אז מען נייט די קליידער - די לינקע זייט זאל זיין אויף די רעכטע, "ובזה מגבירים השמאל על הימין בעוונותינו הרבים", און מיט דעם טוט מען שטארק מאכן די לינקע אויף די רעכטע; איז אודאי זאלסטו פאררעכטן דיין וועסטל עס זאל ליגן די רעכטע זייט אויף די לינקע זייט.
אז מען רעדט שוין פון קליידער, זאלסטו וויסן, דער הייליגער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל גיין אנגעטון ריין, און נישט צעריסענע קליידער. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קכז; כט): "הבגדים בעצמן תובעין את האדם אם לא נזהר בשמירתן לכבדן כראוי ולהחזיקן בנקיות", די קליידער וועלן מאנען דעם מענטש אויב האט ער האט זיי אנגעטון צעריסענערהייט; ברסלב'ער חסידים זענען זייער מקפיד אויף דעם, שטענדיג גיין אנגעטון ריינע קליידער און נישט קיין צעריסענע קליידער.
א פרייליכן שבת.